ליטעראַטור
גיי צום טײַוול! איז ער געגאַנגען. ס׳איז גאָרניט געווען אַזוי ווײַט צו גיין. סך־הכּל אין זעלביקן הויז, אַ שטאָק נידעריקער. און ס׳איז אויך ניט געווען דער קלאַסישער טײַוול — דער ניט־גוטער, דער שד מיט הערנער, מיט אַן עק, ווי מאָלער האָבן אים געמאָלן אויף קלויסטערווענט און לײַוונטן. ס׳איז בכלל ניט געווען קיין ער, נאָר אַ זי; אַ זי מיט לאַנגע, בלאָנדע האָר, בלויע אויגן און אַ זינגעוודיק קול, וואָס נאָר מלאכים פֿאַרמאָגן עס. גיי ווייס, אַז אָט די שלאַנקע פֿרוי איז ווײַט ניט קיין מלאך, נאָר אַ טײַוול, אַ סאַמעראָדנער טײַוול, וואָס פֿאַרפֿירט און פֿאַרדאָרבט מענטשלעכע נשמות! בלויז די הענט אירע האָבן געזאָגט עדות ווער זי איז און וואָס זי איז מסוגל צו טאָן: די פֿינגער זענען געווען דין, לאַנג און בייניק, מיט שאַרף פֿאַרשפּיצטע נעגל, ווי בײַ אַ חיה. ווער קוקט אָבער אויף די נעגל, אַז מע ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון לויטער־בלויע אויגן און פֿון אַ פֿאַרשקלאַפֿנדיקן שמייכל?