- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין 15 יאָר קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ יערלעכער סימפּאָזיום (לסירוגין, טריר, דיסעלדאָרף), וווּ עס זאַמלען זיך צונויף כּלערליי מומחים אינעם געביט פֿון ייִדיש. כּדי נישט צו מאַכן קיין קאָמפּראָמיסן און אָנהאַלטן דעם הויכן ניוואָ פֿון די רעפֿעראַטן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן — פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּרוט פֿון דיסעלדאָרף און פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר — אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז די באַטייליקטע זאָלן האַלטן זייערע רעדעס אָדער אויף דײַטש, אָדער אויף ייִדיש. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט מען אַן אייגנאַרטיקע אייראָפּעיִשע סבֿיבֿה, אַנטקעגן די מער דאָמינירנדיקע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדישע לימודים, און קודם-כּל, אין דער ענגליש־שפּראַכיקער צפֿון-אַמעריקע. אַזוי צי אַזוי, איז הײַיאָר דער סימפּאָזיום פֿאָרגעקומען אינעם הענריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער. כּדי צוצוגעבן אַ פֿאַקטישן באַווײַז לגבי דער גרויסער ראָלע וואָס ייִדיש, ווי אַ גערעדטע שפּראַך, שפּילט אויף דעם סימפּאָזיום, דאַרף מען בלויז אָנווײַזן, אַז פֿון די סך-הכּל זעקס־און־צוואַנציק רעפֿעראַטן, זענען נײַן פֿון זיי (35%!) געהאַלטן געוואָרן אויף ייִדיש. דאָס איז נישט קיין קליינער אויפֿטו. עס איז אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט נאָך אין די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן און צווישן די סעקולערע שיכטן. בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב איז אַ גאַנצע מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב. אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אויף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געוואָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר"ל, וואָס איך האָב קיין אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר ווי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע! דעם 7טן נאָוועמבער וועלן טויזנטער לײַט אין רוסלאַנד, ווי אויך אין אַנדערע לענדער, אָפּמערקן אַ גאַנץ קײַלעכדיקע דאַטע — 95 יאָר פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אין רוסלאַנד האָט מען עס, גאָט צו דאַנקען, אויפֿגעהערט צו פֿײַערן ווי אַ נאַציאָנאַלן יום-טובֿ. אָבער די קאָמוניסטן און זייערע סימפּאַטיקער וועלן די דאַטע סײַ-ווי-סײַ אָפּמערקן. אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ די סאָוועטישקייט איז גלײַך ווי פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, בלײַבט עס נאָך אַלץ אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. ס׳איז געווען אַ צײַט, אין גאַנצן אין משך פֿון דרײַ יאָר, ווען מיט דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע האָט זיך אַרומגעטראָגן אויך דער "פֿאָרווערטס". אין יאָר 1917 זײַנען קיין אמתע באָלשעוויקעס אין דער רעדאַקציע ניט געווען. אָבער גאַנץ שטאַרק זײַנען געווען די מענשעוויקעס צי, ריכטיקער, די בונדיסטן, וועלכע זײַנען אויך געווען מענשעוויקעס, ווײַל דער "בונד" האָט געמאַכט אַ שותּפֿות מיט דעם מענשעוויסטישן טייל פֿון דער רוסישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די דאָזיקע באַוועגונג האָט זיך צעשפּאָלטן אין יאָר 1903 — די לעניניסטן האָט מען גענומען רופֿן "באָלשעוויקעס", און די, וואָס זײַנען ניט געווען מסכּים מיט לענינס רעצעפּטן פֿון רעוואָלוציע, זײַנען באַקאַנט געוואָרן ווי "מענשעוויקעס". די באָלשעוויקעס האָבן געפּריידיקט מיליטאַנטישע, אַנטי-דעמאָקראַטישע סטראַטעגיעס, בעת די מענשעוויקעס זײַנען געווען געשטימט מער דעמאָקראַטיש — אין דעם נוסח פֿון דײַטשישע סאָציאַל-דעמאָקראַטן. זײַן ווײַב איז געווען אַ שיינע. פֿון איר פּנים האָט געשלאָגן אַ וואַרעמע ליכטיקייט, אירע אויגן האָבן געלויכטן, אירע הענט האָבן געהאַט אַ וואַרעמע פֿולקייט און יעדע באַוועגונג פֿון איר קערפּער האָט גערופֿן און גערייצט. דער רוסישער זשורנאַל "טאָפּלפּונקט", וואָס קומט אַרויס אין ירושלים זינט 1995, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אויף דער מאַפּע פֿון דער רוסישער אינטעלעקטועלער פּרעסע. די רעדאַקטאָרן, די רוסישע און העברעיִשע דיכטערין גלי־דנה זינגער און איר מאַן, דער קינסטלער נקוד זינגער, טײַטשן אויס דעם מיין פֿונעם טיטל ווי אַ טאָפּל־זײַטיקער שפּיגל. איין פּונקט אינעם דאָזיקן טאָפּלפּונקט איז רוסיש, און דער אַנדערער פּונקט — איז העברעיִש. אָבער דער רוסישער און דער העברעיִשער טייל זײַנען אידענטיש. יעדער איינער איז סײַ דער מקור, סײַ אַ פּירוש אויפֿן מקור. מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 23סטן סעפּטעמבער 1962, האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" אָפּגעמערקט מיט אַ נעקראָלאָג די פּטירה, אין עלטער פֿון 49 יאָר, פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער עמנואל קאַזאַקעוויטש. לייענען מיר אין דעם נעקראָלאָג, אַז קאַזאַקעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אָבער האָט אָפּגעלעבט אַ סך יאָרן אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט און contributed articles״ some of them in Yiddish, to a ״Communist youth newspaper ("געשריבן אַרטיקלען, אייניקע פֿון זיי אויף ייִדיש, פֿאַר אַ קאָמוניסטישער יוגנט-צײַטונג"). דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק (דער נעקראָלאָג איז כּולל נאָך אַ צאָל נאַרישקייטן), ווײַל קאַזאַקעוויטש איז קודם-כּל געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פֿון די סאַמע הצלחהדיקע צווישן די יונגע סאָוועטישע ייִדישע פּען-מענטשן. זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט ניט נאָר אין צײַטונגען, אָבער אויך אַרויס ווי ביכער. דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער האָט אויך אויפֿגעפֿירט זײַן פּיעסע "מילך און האָניק". אין זײַן ליד "די ערד, וווּ איך בין גליקלעך" האָט ער געשריבן, אַז אין ביראָבידזשאַן האָט ער געזען ווי מיר האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ כאָפּטע טאַשנציִערס אויף יענער זײַט ים פֿאַרן חורבן. בלאַטע, קליינע און גרעסערע גנבֿים, אַזעלכע וואָס זײַנען באַפֿאַלן מענטשן אין מיטן גאַס, אין וועג און וווּ ס׳האָט זיך געמאַכט. הײַנט לעבט מען אין אַ פֿרײַער מדינה וווּ מ׳גנבֿעט אויטאָס, מ׳באַגנבֿעט בענק, מ׳כאַפּט אַרויס בײַטלען בײַ פֿאַרבײַגייער. יעדן טאָג הערט מען אַ נײַ שטיקל אַרבעט וואָס אַ סך מאָל ענדיקט עס זיך מיט אַ ביטערן סוף. שווינדל איז געוואָרן אונדזער טעגלעך ברויט אין דער גאָלדענער מדינה. בענק, וואָל־סטריט, געשעפֿטסלײַט, הויזבאַזיצער, פּראָפֿיטירער ווי מײַדאָף און אַנדערע גנבֿים, באַנדיטן און ספּעקולאַנטן. יעדעס מאָל וואָס איך הער אַ ייִדישן נאָמען פֿאַרבונדן מיט אַ שווינדל ווער איך פֿאַרציטערט. נאָך אַלעמען, מיר זײַנען פֿאָרט אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק, אַן אויסדערוויילטע אומה. איין מאָל, אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן, באַווײַזט זיך אין דער צײַטונג "מעשענער פֿײַפֿל" אַן אַרטיקל פֿון ד״ר זשיטלאָווסקי: “די פֿרוי אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע". דערבײַ ברענגט ער אַזאַ שטעלע: “יאָ, אַלס באַווײַז פֿאַר דער ריכטיקייט פֿאַר מײַן טעאָריע קען איך ברענגען אַ פֿראַזע פֿון באַרימטן פֿילאָסאָף און טיפֿן אַנאַליטיש־רעוואָלוציאָנערן דענקער שינצע, וועלכע לויטעט: “די פֿרוי איז דער צימעס פֿון דער נאַטור". דער דאָזיקער אַפֿאָריזם, וועלכן ער האָט געשריבן אויפֿן פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, האָט געקענט בלויז אַרויסדרינגען פֿון אַ טיף דורכגעטראַכטער פֿילאָסאָפֿישער אָנשויונג אַלס פּועל־יוצא פֿון אַ קאָסמישער אַלץ אַרומכאַפּנדיקער סיסטעם". אַ גאַנצע נאַכט האָבן פֿאַנטאַסטישע ים־כוואַליעס מיך געהאַלטן געשפּאַנט. מיר שווימען צוזאַמען, איך און ער. דער ים ליגט פֿלאַך אָפּגעצויגן ווי אַ זײַדענע קאָלדרע איבער אַ פֿאַרבעטן בעט. איך שווים אויפֿן רוקן אָן שום אָנשטרענג. אים זע איך ניט. איך פֿיל זײַן נאָענטקייט אין ריטעם פֿון דער כוואַליע אין פּריוואַטן האַפֿן פֿון פֿרעמדן ים. ישׂראל צינבערג זייער אינטערעסאַנט איז מיר אויך געווען צינבערג. צינבערג האָט אָנגעהויבן פֿון יענער תּקופֿה, וואָס איך האָב שוין פֿריִער פֿאַר [איר] געהאַט אַ האַרציקע באַציִונג: די גאָלדענע תּקופֿה ([ווי] מע האָט דעמאָלט גערופֿן) אין שפּאַניע, פֿון גבֿירול, פֿון יהודה הלוי מיט נאָך אַנדערע. ער האָט געהאַלטן די לעקציעס טאַקע אויף רוסיש, אָבער די טעקסטן פֿון די דאָזיקע אַלע לידער אָדער אַ סך ציטאַטן פֿון פֿאַרשיידענע ביכער פֿלעגט ער געבן אויף העברעיִש. ער פֿלעגט גלײַך איבערזעצן, אָדער ער פֿלעגט אַ מאָל בעטן עמעצן אַן אַנדערן פֿון די תּלמידים, וואָס ער האָט געוווּסט, אַז זיי פֿאַרשטייען, איבערצוזעצן. חוץ דעם האָט זיך מיט צינבערג אײַנגעשטעלט זייער אַ האַרציקע, נאָענטע פֿאַרבינדונג צוליב דעם, וואָס צינבערג האָט געוווינט אַן אָנדערטהאַלבן בלאָק אומגעפֿער פֿון דעם אָרט וווּ מיר האָבן געוווינט. אין דער צײַט, אין אָוונט, ווען ס׳איז ניט געווען וווּ צו גיין, אויך ניט צו גיין מיט אַ מיידל, אויך ניט צו גיין אין טעאַטער (אין טעאַטער בין איך דעמאָלט אַ סך געגאַנגען, דער עיקר נאָך דער רעוואָלוציע, פֿאַר דער רעוואָלוציע), פֿלעג איך זיך אַרײַנכאַפּן צו אים. צינבערג האָט עס ליב געהאַט, דאָס איז געווען פֿאַר אים אַ מין אָפּרו. די שמאָלע שטיינטרעפּ, געשפּאָלטענע מיט אײַנגעפֿרעסענעם אַלטן שטויב, מיט אָפּגעטרעטענע טריטגריבער, האָבן זיך געדריידלט, ווי די רינגען פֿון אַ שלאַנג, אַראָפּ, אַראָפּ ווי אין דער פֿינצטערניש פֿון אָפּגרונט. בײַם אַראָפּנידערן אין קעלער האָט מען געמוזט נייגן דעם קאָפּ, אַז ער זאָל זיך נישט אָנשלאָגן אין דעם האַלב־קײַלעכדיקן, מיט פֿײַכטן שימל אָנגעוואַקסענעם ציגל־געוועלב, וואָס האָט, ווי אַ גרויסע שוואַרצע שיסל, איבערגעקערט מיטן מויל אַראָפּ, שווער געהויערט איבערן קעלער. צום ערשטן זענען די אויגן בלינד געוואָרן אין דער גראָער געדיכטעניש פֿונעם שטויב, וואָס האָט גענעפּלט אין דער לופֿטן ווי אַ וואָלקן אַש. פּעלצהאָר, געקרימטע שטיקלעך פֿאָדעם, ווי ווײַסע ווערים, זענען געשוווּמען אין אים. מען האָט געהערט אָפּגעהאַקטן, הייזעריקן הוסטן פֿון ליידיקע ברוסטן, ווי פֿון פּויקן, אין קײַכעדיקן אָטעם, ווי פֿון געוואָרגענע העלדזער. |