ייִדיש־וועלט
פֿון עדי מהלאל (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צוויי באַטייליקטע פֿון דעם הײַיאָריקן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע לימודים אין דײַטשלאַנד, פֿון רעכטס: יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ און גערנאָט יאָנאַס
צוויי באַטייליקטע פֿון דעם הײַיאָריקן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע לימודים אין דײַטשלאַנד, פֿון רעכטס: יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ און גערנאָט יאָנאַס
Credit: Adi Mahalel

שוין 15 יאָר קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ יערלעכער סימפּאָזיום (לסירוגין, טריר, דיסעלדאָרף), וווּ עס זאַמלען זיך צונויף כּלערליי מומחים אינעם געביט פֿון ייִדיש. כּדי נישט צו מאַכן קיין קאָמפּראָמיסן און אָנהאַלטן דעם הויכן ניוואָ פֿון די רעפֿעראַטן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן — פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּרוט פֿון דיסעלדאָרף און פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר — אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז די באַטייליקטע זאָלן האַלטן זייערע רעדעס אָדער אויף דײַטש, אָדער אויף ייִדיש. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט מען אַן אייגנאַרטיקע אייראָפּעיִשע סבֿיבֿה, אַנטקעגן די מער דאָמינירנדיקע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדישע לימודים, און קודם-כּל, אין דער ענגליש־שפּראַכיקער צפֿון-אַמעריקע. אַזוי צי אַזוי, איז הײַיאָר דער סימפּאָזיום פֿאָרגעקומען אינעם הענריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער.
כּדי צוצוגעבן אַ פֿאַקטישן באַווײַז לגבי דער גרויסער ראָלע וואָס ייִדיש, ווי אַ גערעדטע שפּראַך, שפּילט אויף דעם סימפּאָזיום, דאַרף מען בלויז אָנווײַזן, אַז פֿון די סך-הכּל זעקס־און־צוואַנציק רעפֿעראַטן, זענען נײַן פֿון זיי (35%!) געהאַלטן געוואָרן אויף ייִדיש. דאָס איז נישט קיין קליינער אויפֿטו. עס איז אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט נאָך אין די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן און צווישן די סעקולערע שיכטן. אין איינעם מיט די רעדנער פֿאָרן זיך אַהין צונויף אַ שלל אַנדערע ייִדיש-מומחים פֿון מערבֿ-אייראָפּע, צו הערן די לעקציעס און פּשוט צו זײַן אַ טייל פֿון דער ייִדיש-סבֿיבֿה, וואָס ווערט דאָרט געשאַפֿן. למשל, יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ פֿון אַמסטערדאַם דעפֿינירט זיך ווי אַ "היסטאָריקער, לעקסיקאָגראַף, ייִדישיסט". איך האָב די דאָזיקע זעלבסטדעפֿינירונג גענומען פֿון זײַן צוויי-שפּראַכיק (ייִדיש און האָלענדיש) וויזיט-קאַרטל, וואָס ער האָט מיר געגעבן. הײַנט אַרבעט ער אויף אַ ייִדיש-האָלענדישן ווערטערבוך און ער שרײַבט אַ בוך מכּוח דער געשיכטע פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטער מענטש איז מיכאל ראַק (קרעבס), "דער משוגענער גוי וואָס רעדט ייִדיש", ווי ער אַליין זאָגט וועגן זיך. ער דערציילט, ווי אַזוי ער איז אָנגעשטעקט געוואָרן מיט ייִדיש נאָך אין די 1960ער יאָרן, דעמאָלט אַ "היפּי" מיט לאַנגע האָר. ער איז גרייט יעדן איינעם צו דערציילן וועגן זײַן ריזיקער זאַמלונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע.
דאָרט האָב איך זיך אויך באַקענט און געכאַפּט אַ שמועס מיט גערנאָט יאָנאַס, דער וויכטיקסטער איבערזעצער הײַנט פֿון שלום-עליכמס ווערק אויף דײַטש ("אײַזענבאַן געשיכטעס", 1995; "מאָנאָלאָגן", 2003; "מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער", 2010). גערנאָט יאָנאַס איז אַ פּענסיאָנירטער פּראָטעסטאַנטישער גלח, וואָס פֿירט אָן מיט אַ קרײַז (ס׳רובֿ פֿון זיי באַשטייען פֿון נישט־ייִדן), וווּ מע לייענט גמרא און אַנדערע ייִדישע טעקסטן. אויף מײַן פֿראַגע, פֿון וואַנען ווייסט ער ווי אַזוי איבערצוזעצן די רוסישע אויסדרוקן, וואָס טרעפֿן זיך גאַנץ אָפֿט בײַ שלום-עליכמען, ענטפֿערט ער, אַז צו זײַן גליק, פֿעלן נישט הײַנט קיין רוסיש־רעדנדיקע אין דײַטשלאַנד; דערצו האָט ער זיך באַקענט מיט אַ פֿרוי פֿון אומאַן וואָס לעבט אין דײַטשלאַנד און העלפֿט אים אַרויס. ער באַדאַנקט אין זײַן לעצטער איבערזעצונג פֿון 2010 זײַן ערשטע ייִדיש-לערערין פּראָפֿעסאָר עריקאַ טים, הײַנט שוין אַ פּענסיאָנירטע, וואָס איז אויך דאָרט בײַגעווען.
זי האָט מיר דערציילט די געשיכטע פֿון די ייִדיש-לימודים אין דײַטשלאַנד, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן כּמעט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק מיט שלמה בירנבוים (1891—1989) — דער זון פֿונעם ייִדישיסט נתן בירנבוים — דער ערשטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין דעם האַמבורגער אוניווערסיטעט.
אויף דער ערשטער סעסיע, וואָס אַני-הקטן האָב זי רעפֿערירט, ("פּאָליטישע באַגעגענישן"), איז אויפֿגעטראָטן תּמר לעווינסקי פֿונעם באַזעל־אוניווערסיטעט. זי האָט גערעדט וועגן "קלמן מאַרמאָרס סטודענטישע יאָרן אין דער שווייץ". לעווינסקי האָט באַהאַנדלט די טעמע דורך קאָנצענטרירן זיך אויף דרײַ פֿאַרשידענע אַספּעקטן: דאָס ייִדישע אימיגראַנטישע לעבן פֿון מאַרמאָרן, זײַן משפּחה-לעבן און זײַן פּאָליטישע טעטיקייט (אין יענער תּקופֿה, 1899—1901, האָט ער געהערט צו די סאָציאַליסטיש-ציוניסטישע קרײַזן).
נאַטאַליע קריניצקאַ פֿון דער מעדעם-ביבליאָטעק אין פּאַריז, האָט איבערצײַגעוודיק באַוויזן די פֿון פֿינגער אויסגעזויגענע מיינונגען וועגן ייִדיש און ייִדן בײַ אַ פּאָר פּוילישע מחברים אין די יאָרן 1891—1921. די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַר אָט די מחברים ממש געשפּילט די ראָלע פֿון אַ פּאָליטישן קעגנער.
צו מאָרגנס, אויף אַן אַנדער סעסיע אינגאַנצן געפֿירט אויף ייִדיש, האָט שלמה בערגער פֿונעם אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט באַהאַנדלט דעם אונטערשייד צווישן "איבערזעצונג" און "פֿאַרטײַטשונג". ער האָט עס געטאָן דורכן אַנאַליזירן צוויי פֿאַרשידענע ווערסיעס פֿון שעקספּירס סאָנעטן אויף ייִדיש און דורך צוויי עסייען פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין אויף דער טעמע.
מאַריאָן אַפּרוט האָט גערעדט וועגן שפּראַכיקע גילגולים פֿון אַ מיסיאָנערישער בראָשור "פֿון דײַטש ביז ייִדיש און ביז האָלענדיש". צווישן אַנדערן, האָט זי באַוויזן ווי דער גאַנצער וויכּוח וואָס מע פֿירט הײַנטיקע צײַטן אין דײַטשלאַנד וועגן דער געזעצלעכקייט פֿון ברית-מילה, רופֿט זיך אָפּ מיט די מיסיאָנערישע בראָשורן פֿון 18טן יאָרהונדערט. איין אונטערשייד: אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַרגאַנגענע נעגאַטיווע אויסדרוקן מכּוח דער דאָזיקער ייִדישער "באַשנײַדונג-צערעמאָניע", באַניצט מען זיך הײַנט נישט מיט קיין רעליגיעזע טערמינען, נאָר מיט מעדיצינישע.
חייקע ברוריה וויגאַנד פֿון אָקספֿאָרד האָט פֿאַרגליכן די איבערזעצונגען פֿון באַשעוויסן אויף ענגליש, האָבנדיק אין זינען ממשיך צו זײַן די אַרבעט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם דשזאָסעף שערמאַן. צווישן די פֿאַרכאַפּנדיקסטע רעפֿעראַטן איז געווען דער רעפֿעראַט פֿון אַלען טאָדרעס פֿון סקאָקי, אילינאָי (וואָס איז לא-עלינו קראַנק געוואָרן און געבעטן שמעון נויבערגן פֿאָרצולייענען זיין רעפֿעראַט אַנשטאָט אים) וועגן דעם באָדער קלאַנג־אַרכיוו אין שיקאַגאָ. דער אַרכיוו באַשטייט פֿון רעקאָרדירטע עדות-זאָגן, אַ טייל פֿון זיי אויף ייִדיש, וואָס דוד באָדער האָט געמאַכט מיט די ניצול־געוואָרענע אין די "די־פּי" לאַגערן. טאָדרעס האָט דעם אַרכיוו באַהאַנדלט ווי אַ מקור פֿאַר לינגוויסטישער פֿאָרשונג, אָבער אויב מען וואָלט דערגאַנצט די אַרבעט מיט טראַנסקריבירן די דאָזיקע רעקאָרדירונגען, וואָלט עס צוגעגעבן דער קאָלעקציע אַ וויכטיקן באַטײַט פֿון נאָך אָן אַ שיעור אַנדערע קוקווינקלען.