פּובליציסטיק

מיר האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ כאָפּטע טאַשנציִערס אויף יענער זײַט ים פֿאַרן חורבן. בלאַטע, קליינע און גרעסערע גנבֿים, אַזעלכע וואָס זײַנען באַפֿאַלן מענטשן אין מיטן גאַס, אין וועג און וווּ ס׳האָט זיך געמאַכט. הײַנט לעבט מען אין אַ פֿרײַער מדינה וווּ מ׳גנבֿעט אויטאָס, מ׳באַגנבֿעט בענק, מ׳כאַפּט אַרויס בײַטלען בײַ פֿאַרבײַגייער. יעדן טאָג הערט מען אַ נײַ שטיקל אַרבעט וואָס אַ סך מאָל ענדיקט עס זיך מיט אַ ביטערן סוף. שווינדל איז געוואָרן אונדזער טעגלעך ברויט אין דער גאָלדענער מדינה. בענק, וואָל־סטריט, געשעפֿטסלײַט, הויזבאַזיצער, פּראָפֿיטירער ווי מײַדאָף און אַנדערע גנבֿים, באַנדיטן און ספּעקולאַנטן. יעדעס מאָל וואָס איך הער אַ ייִדישן נאָמען פֿאַרבונדן מיט אַ שווינדל ווער איך פֿאַרציטערט. נאָך אַלעמען, מיר זײַנען פֿאָרט אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק, אַן אויסדערוויילטע אומה.
איצט האָט מען זיך אַראָפּגעלאָזט אויפֿן עלטערן דור אין אַמעריקע ווי די רויבפֿייגל. דאָס הייסט, מ׳האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויפֿן עלטערן דור פּענסיאָנירטע, יענע וואָס פֿאַרמאָגן זייער אייגענע היים, יענע נאַיִווע מענטשן וואָס גלייבן יעדעס מאָל וואָס דער טעלעפֿאָן קלינגט אַז מען איז גרייט אַרויסצוהעלפֿן מיט זייערע קרעדיט־קאַרטלעך וואָס זײַנען כּלומרשט אויסגעגאַנגען, און נייטיקן זיך אין נײַע געלטער. מען וואָרנט אײַך, אַז די חשבונות אין באַנק האַלט מען בײַם קאָנפֿיסקירן צוליב עפּעס אַ געפֿערלעכער סיבה. אַלץ וואָס זיי ווילן פֿון אײַך איז דעם נומער פֿון אײַער חשבון אין באַנק, דעם נומער פֿון אײַער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג, און אײַער אַדרעס. דער עיקר, צי איר וווינט אַליין.
מיטן קרעדיט־קאַרטל איז די מעשׂה אַזאַ. מ׳קלינגט אײַך אָן און מ׳זאָגט אײַך אָן אַז עמעצער האָט גענוצט אײַער קרעדיט־קאַרטל און דער אײַנקויף געהערט ניט צו אײַך. זיי קענען אויך אַמאָל ציטירן אינפֿאָרמאַציע, חשבונות, און אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן איז איר זאָלט זיי לאָזן וויסן די דרײַ נומערן וואָס זײַנען אָפּגעדרוקט אויף דער צווייטער זײַט פֿון אײַער קרעדיט־קאַרטל. די מינוט וואָס די שווינדלער דערוויסן זיך פֿון אײַך די נומערן, נעמען זיי איבער און לאָזן זיך וווילגיין אויף אײַער חשבון.
מיר איז די טעג אויסגעקומען צו קריגן אַ טעלעפֿאָן־קלונג אַזש פֿון פּערו. ערשטנס, האָב איך זיך שטאַרק דערשראָקן ווען איך האָב געהערט מײַן אייניקל וויינען און קלאָגן:
"גרענדמאַ! איך בין דאָ אין פּערו און איך בין ביטער אַרײַנגעפֿאַלן. איך בין אויף גרויסע צרות. געקומען אַהער מיט מײַן חבֿרטע, געדונגען אַן אויטאָ, געהאַט אַ געפֿערלעכע קאַטאַסטראָפֿע. מ׳האָט געפֿונען בײַ אונדז מאַריכואַנע אין אונדזער טאַש. איך זיץ אין תּפֿיסה און דאַרף שוין האָבן צוויי און אַ האַלב טויזנט דאָלאַר!"
צוויי זאַכן זײַנען מיר גלײַך געקומען אויפֿן זינען. ערשטנס, רופֿן מיך מײַנע אייניקלעך "באָבע," און קיין מאָל נישט "גרענדמאַ," און צווייטנס, וואָלט מײַנס אַן אייניקל זיך נישט געפֿונען אין פּערו ווען איך ווייס, אַז זי איז אין פֿלאָרידע און גייט אין שול. זאָג איך דער ספּאַזמירנדיקער מויד:
"הער מיך אויס! איך וועל קלינגען דײַן טאַטן און ער וועט שוין מוזן דערליידיקן די זאַך."
"אוי ניין! חס־וחלילה, טו עס נישט ‘גרענדמאַ!’ ער וועט מיך דערהרגענען אַז ער וועט זיך דערוויסן אַז איך געפֿין זיך אין פּערו און בין דאָ אויף גרויסע צרות."
קלינג איך אָן מײַן זון. לאַכט ער:
"זי זיצט דאָ גלײַך לעבן מיר, מאַכט איר היימאַרבעט און די גאַנצע מעשׂה איז נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן. אַ שווינדל."
אָבער מײַנס אַ גוטע פֿרײַנדין איז ביטער אַרײַנגעפֿאַלן. זי האָט געקראָגן דעם זעלבן טעלעפֿאָן־קלונג, מיטן זעלבן פּיזמון, דאָס מאָל פֿון איר אייניקל דוד. ער האָט געוויינט און געקלאָגט און געגוואַלדעוועט:
"איך בין אין פּערו, ראַטעווע מיך. די פּאָליציי מאַכט איבער מיר אַ פֿאָרשונג, מען האָט בײַ מיר צוגעגנבֿעט מײַן געלט מיטן פּאַספּאָרט, און איך בין אומשולדיק. שיק מיר גלײַך אַרויס צוויי און אַ האַלב טויזנט דאָלאַר, אַנישט וועל איך דאָ אויסגיין!"
האָט די גוטע באָבע זיך גוט דערשראָקן און גלײַך געלאָפֿן אין באַנק אַרויסגענומען דאָס געלט און טעלעגראַפֿירט די צוויי און אַ האַלב טויזנט דאָלאַר קיין פּערו.
אַנדערע שווינדלערײַען האָבן צו טאָן מיט אייניקלעך וואָס געפֿינען זיך אויף אַ רײַזע אין אייראָפּע און אַז מ׳האָט זיי באַגנבֿעט, זיי זײַנען געבליבן אָן אַ גראָשן געלט, אָנעם פּאַספּאָרט און אַז זיי קענען זיך נישט אומקערן אַהיים. ס׳איז ממש אַן עפּידעמיע פֿון באַשווינדלען די באָבע.
די בליצפּאָסט איז בכלל אַן אָפֿן בוך פֿון שווינדל. איינער שרײַבט אַזש פֿון טאַשקענט, אַז זײַן מאַמע שטאַרבט און אַז ער נייטיקט זיך אין פֿאָנדן. איינער שרײַבט פֿון די אַראַבישע לענדער אַז ער קריגט בירושה מיליאָנען, און קען עס נאָך נישט אָנרירן, וועט ער מיך מאַכן פֿאַר אַ שותּף און זיך מיט מיר טיילן מיט די מיליאָנען. אָבער דערווײַל זאָל איך אים צושיקן אַ פּאָר טויזנט דאָלאַר.
איך האַלט אין איין קריגן טעלעפֿאָנען וואָס האָבן צו טאָן מיט מײַן עלעקטרישן חשבון וואָס געהערט צו דער פֿירמע "קאָן־עדיסאָן." זיי זאָגן מיר אָן אַז די גרויסע עלעקטרישע פֿירמע האָט זיי איבערגעגעבן די שליטה, און אַז די נײַע פֿירמע רעכנט אַ סך ווייניקער פֿאַר עלעקטריציטעט. זיי גיבן אַרויס מיטן עלעקטרישן און גאַזחשבון באַלוינונגען. אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן איז דעם נומער פֿון מײַן חשבון. זאָג איך זיי:
"אויב איר האָט איבערגענומען פֿון ‘קאָן־עדינסאָן’ אַלע חשבונות פֿון די קונים, און האָט געשלאָסן אַ יד־אַחת, דאַרפֿט איר דאָך האָבן אַלע מײַנע דאָקומענטן." זאָגן זיי, אַז זיי דאַרפֿן די דאָקומענטאַציע דירעקט פֿון מיר. זאָג איך זיי:
"הענגט זיך אויף אויף אַ צוקער־שנירל וועט איר האָבן אַ זיסן טויט!"
האָב איך געקלונגען "קאָן־עדינסאָן" און זיי האָבן מיר פֿאַרזיכערט, אַז דאָס איז אַ שווינדל.
איך קריג אַמאָל אַ בריוו פֿון מײַן באַנק אַזוי און אַזוי, איך האָב געשריבן אַ טשעק וואָס האָט נישט קיין גענוגנדיקע דעקונג. איך קוק אויפֿן בריוו. עס זעט אויס לעגיטים, דער נאָמען שטימט, דער אַדרעס שטימט. אפֿשר האָב איך זיך פֿאַררעכנט. גיי איך אַרײַן אין באַנק און דערלאַנג זיי דעם בריוו. לאָזן זיי מיר וויסן, אַז ס׳איז שקר־וכּזבֿ, אַ שווינדל שבשווינדל.
נאָך אַ שווינדל וואָס ווערט אויסגעפֿירט אויפֿן חשבון פֿונעם עלטערן עולם, וווּ די קרבנות גלייבן די אַפֿעריסטן אויפֿן וואָרט. איז אַזוי. מ׳קען באַקומען סײַ מיט דער פּאָסט, סײַ טעלעפֿאָניש און סײַ מיט דער בליצפּאָסט אַלערליי בלאָף־שווינדלען, וווּ מען לייגט אײַך פֿאָר שנײַדן אײַערע מעדיצינען אויף אַ העלפֿט געלט. קודם ווילן זיי איר זאָלט זיך פֿאַרשרײַבן אין זייער נײַער אונטערנעמונג און זיי צושיקן די ערשטע געלטער. זיי לייגן אײַך פֿאָר איר זאָלט זיי געבן דעם נומער פֿון אײַער קרעדיט־קאַרטל. די מעדיצינען קומען טאַקע קיין מאָל נישט אָן. איז ערשטנס, טאָר מען בשום־אופֿן נישט אַרײַנפֿאַלן אין זייערע זשעדנע הענט. זייער אופֿן הייבט זיך אָן מיט רופֿן אײַך בײַם ריכטיקן נאָמען. צווייטנס, רעדן זיי צו אײַך ווי אַלטע באַקאַנטע. און דריטנס איז זייער ציל אויסצוּוואַפּן פֿון אײַך געוויסע אינפֿאָרמאַציע וואָס וועט אײַך שטעלן בדלות. איך האָב געהערט פֿון מענטשן וואָס האָבן געמוזט אַרײַננעמען אַ מענטשן אין הויז אײַך אַרויסצוהעלפֿן צו קומען צו זיך. נו? האָט זיי אַזאַ איינע אָדער איינער אויסגעליידיקט די שופֿלאָדן פֿון צירונג און געלט.
מיר לעבן אין אַ וועלט וווּ די קינדער זײַנען צעזייט און צעשפּרייט. גיי שרײַ חי־וקים. נייטיקן מיר זיך אין הילף און נישט יעדע הילף איז פֿאַרלעסלעך. אַ שאָד, אַ שאָד וואָס מיר לעבן אין אַזאַ שווינדלערישער וועלט, ספּעציעל ווען די עקאָנאָמישע לאַגע דערלויבט די שווינדלער און פּאַראַזיטן צו ווענדן זיך צו הונדערטער טויזנטער מענטשן מיט איין מאָל. עס קומט ממש אויס, אַז מ׳מוז חושד זײַן מענטשן אויף שריט און טריט. מ׳קען דאָך ווערן פּאַראַנאָיִש. אָבער וואָס עלטער מען ווערט אַלץ שווערער ווערט אָנצוקומען צו מענטשן. דער עיקר נאָך הילף.
אין אַמעריקע לעבט מען אָפּגעזונדערט און דערווײַטערט איינער פֿונעם אַנדערן. פֿון איין זײַט איז עס טאַקע גוט, אָבער פֿון דער אַנדערער, טויג עס אויף צען טויזנט כּפּרות. איז כּל־זמן מען איז בײַ די פֿולע כּוחות און קלאָרע געדאַנקען, מיינט מען אַז מ׳האָט אָנגעכאַפּט גאָט בײַ דער באָרד. מיט דער מינוט וואָס מען ווערט קראַנק, דרייט זיך דאָס רעדעלע איבער, און מען איז אויף געבראָטענע צרות. איז געדענקט, פֿאַלט נישט אַרײַן אין די לאַפּעס פֿון יענע וואָס קלינגען און זאָגן אײַך אָן אַז איר האָט געוווּנען אויף דער לאָטעריע מיליאָנען. אַ שווינדלער קוקט אַרײַן אין אײַער בליצפּאָסט, טעלעפֿאָן־ביכל מיט אײַער אַדרעס און טעלעפֿאָן־נומער. דער זעלבער אַפֿעריסט איז גליקלעך אײַך איבערצוגעבן די אויסערגעוויינטלעכע נײַעס פֿון אײַער געווינס. אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן איז אײַער אַדרעס, דעם נומער פֿון אײַער קרעדיט־קאַרטל.
עס קומען טעלעפֿאָנען וואָס קלינגען וועגן דעם געווינס פֿון פּאָפּולערע זשורנאַלן וואָס איר קענט באַקומען חצי־חינם, אָדער אײַנקויפֿן אַ לאָטעריע־נומער. זײַט וויסן, אַז עס איז פֿאַרבאָטן פֿאַר צײַטונגען, זשורנאַלן, לאָטעריע און אַנדערע צו פֿאַרקויפֿן זייער וואַרע אויפֿן טעלעפֿאָן. געדענקט, ווי נאָר איר קריגט אַזאַ טעלעפֿאָן, הענגט אויף דאָס טרײַבל.
צו וועמען זיך צו ווענדן:
אויב איר זײַט אַ קרבן פֿון אַזאַ ענלעכן שווינדל, מוזט איר זיך גלײַך ווענדן. אויב עס איז די באַנק, מוזט איר גלײַך זיי אינפֿאָרמירן. אויב איר זײַט באַשווינדלט געוואָרן זאָלט איר זיך גלײַך ווענדן צו:

Consumer Fraud:
http://www.fbi.gov/scams-safety/fraud/seniors
Fraud Reporting:
http://www.consumerfraudreporting.org
FBI:
www.fbi.gov/scams-safety/fraud/seniors
אָדער
www.stopfraud.gov