ליטעראַטור


דער רוסישער זשורנאַל "טאָפּלפּונקט", וואָס קומט אַרויס אין ירושלים זינט 1995, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אויף דער מאַפּע פֿון דער רוסישער אינטעלעקטועלער פּרעסע. די רעדאַקטאָרן, די רוסישע און העברעיִשע דיכטערין גלי־דנה זינגער און איר מאַן, דער קינסטלער נקוד זינגער, טײַטשן אויס דעם מיין פֿונעם טיטל ווי אַ טאָפּל־זײַטיקער שפּיגל. איין פּונקט אינעם דאָזיקן טאָפּלפּונקט איז רוסיש, און דער אַנדערער פּונקט — איז העברעיִש. אָבער דער רוסישער און דער העברעיִשער טייל זײַנען אידענטיש. יעדער איינער איז סײַ דער מקור, סײַ אַ פּירוש אויפֿן מקור.
נאַטירלעך, זײַנען דער אויסקלײַב און דער פֿאָרמאַט פֿונעם זשורנאַל אַ פּראָדוקט פֿונעם רעדאַקטאָרישן אָפּקלײַב. אַ היפּש אָרט פֿאַרנעמען דאָ פּאָעטישע איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשידענע שפּראַכן, מיט העברעיִש בראָש. גאַנץ בולט זײַנען פֿאָרגעשטעלט אויך די וויזועלע מאַטעריאַלן, בפֿרט אַזעלכע, וואָס ברענגען צונויף דעם טעקסט מיט בילדער. ישׂראל שפּילט דאָ אַ וויכטיקע, אָבער ווײַט ניט קיין דאָמינירנדיקע ראָלע.
עד היום זײַנען אַרויס 19 רוסישע און 8 העברעיִשע נומערן פֿון "טאָפּלפּונקט", וואָס מען קאָן לייענען אויף http://dvoetochie.wordpress.com (דער העברעיִשער נוסח איז צוטריטלעך דאָ׃ http://nekudataim.wordpress.com דאָס איז מסתּמא דער סאַמע עלעגאַנטער אינטערנעץ־פּראָיעקט אויפֿן פֿעלד פֿון דער "הויכער" רוסישער קולטור. דאָס וועב־זײַטל איז מינימאַליסטיש פּראָסט, אָבער דערבײַ זייער געראָטן אי קאָנצעפּטועל און אי עסטעטיש. די עלעקטראָנישע מכשירים דערמעגלעכן אַרײַנצופֿלעכטן גראַפֿישע, פֿאָטאָגראַפֿישע און קינעמאַטישע געשטאַלטן אינעם לײַוונט פֿונעם טעקסט.
ייִדיש ווערט (דערווײַל?) ניט פֿאָרגעשטעלט אינעם ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון די קולטורעלע אינטערעסן פֿון די רעדאַקטאָרן. אָבער איין פּובליקאַציע אינעם נומער 18 (2012) דאַרף צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון די, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער רוסיש־ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער, וואָס פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּסעוודאָנים "לוקאַס פֿון ליידן" (לויטן נאָמען פֿונעם באַרימטן האָלענדישן קינסטלער פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה), האָט רעקאָנסטרויִרט, אויפֿן סמך פֿון אַרכיוואַלע דאָקומענטן, די משפּחה־געשיכטע פֿונעם באַרימטן היסטאָריקער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור מיכאַיִל (מלך) גערשענזאָן (1869—1925).
ביז איצט האָט מען זייער ווייניק געוווּסט וועגן גערשענזאָנס ייִחוס. ער איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו, וווּ זײַן פֿאָטער פּינחס־יוסף איז געווען פֿאַרטאָן אין פֿאַרשידענע געשעפֿטן. קיין מזל האָט ער דערבײַ ניט געהאַט, אָבער ביידע זין זײַנע האָבן געענדיקט אוניווערסיטעטן. מיכאַיִל גערשענזאָן האָט איבערגעלאָזט זייער אַ קאַרגן און טרוקענעם פּאָרטרעט פֿון זײַנע עלטערן אין אַ ניט־פֿאַרענדיקטן אויטאָביאָגראַפֿישן פֿראַגמענט.
אָבער די אמתע מעשׂה איז געווען אַ סך מער געשפּאַנט און קאָלירפֿול. אין 1891 האָט דער פֿאָטער פּינחס גערשענזאָן געקויפֿט מיט אַ שותּף אַ קליין שיפֿל "פּיאָנער", כּדי צו פֿירן פּאַסאַזשירן אויפֿן טײַך דניעסטער. מיט אָט דעם עפּיזאָד הייבט זיך אָן אַ לאַנגע געשיכטע פֿון זײַנע צרות, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט אין דער משפּחה־קאָרעספּאָנדענץ. די דאָזיקע קאָרעספּאָנדענץ, וואָס געפֿינט זיך איצט אינעם גערשענזאָן־אַרכיוו אין דער רוסישער מלוכישער ביבליאָטעק אין מאָסקווע, באַשטייט פֿון בריוו אויף רוסיש און ייִדיש, אָבער דער ייִדישער טייל בלײַבט נאָך אַלץ ניט געפֿאָרשט.
ווי עס באַמערקט דער פּובליקאַטאָר, זײַנען די דאָזיקע בריוו אַ מוסטער פֿון שלום־עליכמישן סטיל. פּינחס גערשענזאָן באַשרײַבט זײַנע אַוואַנטורן ווי אַן עכטער מנחם־מענדל. ער האָט געהאַקטע צרות אי מיט דער שיף, אי מיטן וועטער, אי מיט זײַן שותּף, אי מיט די פּאַסאַזשירן, וואָס ער האָט בדעה געהאַט אַריבערצופֿירן פֿון איין יריד צום אַנדערן, פֿון ראַשקעוו קיין בענדער, פֿון דובאָסאַר קיין סאָראָקע.
אָט איז איין מוסטער פֿון פּינחס גערשענזאָנס סטיל׃ נאָך אַ לאַנגער פּרטימדיקער באַשרײַבונג פֿון די שוועריקייטן מיטן דורכברעכן דאָס אײַז, וואָס האָט זיך פּלוצעם (סוף־אָקטאָבער) געשטעלט אויפֿן טײַך, שטעלט ער אַרײַן, פּונקט ווי מנחם־מענדל, דעם פּלוצעמדיקן "עיקר שכחתּי", וואָס האָט קיין שײַכות ניט צו דער טעמע פֿונעם בריוו׃ "איין נײַעס קאָן איך דיר מודיע זײַן׃ הערש יאַראָשעווסקי איז אַראָפּ פֿון זינען און געפֿינט זיך אויף אויסהיילונג אין כאַרקאָוו".
דער פּובליקאַטאָר וואָרנט דעם לייענער׃ "יעדער איינער, וואָס איז באַקאַנט מיט דער קלאַסישער ייִדישער ליטעראַטור, פֿאַרשטייט, אַז מען קאָן דאָ ניט דערוואַרטן קיין גליקלעכן סוף פֿון דער מעשׂה." און ער איז טאַקע גערעכט׃ אַלע פּרוּוון צורעכט צו מאַכן די שיף פֿירן צו נאָך ערגערע צרות. אין 1893 האָט זיך די משפּחה אַריבערגעקליבן קיין אָדעס, וווּ פּינחס האָט אויסגעטראַכט נײַע פּלענער פֿון ווערן רײַך.
אין איין טאָג ווערט דער פֿאָטער פֿאַרשוווּנדן אָן אַ זײַ־געזונט. ערשט אין עטלעכע וואָכן אַרום קומט פֿון אים אַ בריוו פֿון דער איטאַליענישער שטאָט גענוע׃ "איך שרײַב איצט בקיצור, אין אַ פּאָר טעג אַרום וועל איך אײַך שרײַבן באַריכות. איך פֿאָר איצט קיין אַרגענטינע און מײַן האָפֿענונג איז קודם־כּל אויף גאָט, און דערנאָך אויף מײַנע פֿעיִקייטן צו פֿאַרדינען געלט, כּדי פֿון בטלן און אַ שיכּור צו ווערן אַ גוטער מאַן און אַ מענטש מיט טאָלק ."
פּינחס גערשענזאָן איז געווען אַ טייל פֿון דער גרויסער עמיגראַציע־כוואַליע פֿון רוסלאַנד קיין אַרגענטינע, געשטיצט דורך דעם באַרימטן פֿילאַנטראָפּ פֿון יענער צײַט באַראָן מאָריס דע הירש. פּינחס איז שוין געווען אין די פֿופֿציקער, און די עמיגראַציע האָט פֿאַר אים געעפֿנט אַ וועג צו אַנטלויפֿן פֿון זײַן עבֿר און זײַן שלימזל, און אָנהייבן אַ נײַ לעבן אינעם אַנדערן עק וועלט.
זײַנע ערשטע בריוו פֿון דער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניע "מאָניגאָטעס" זײַנען אָפּטימיסטיש. ער האָט געקויפֿט אַ שטיקל ערד און האָט בדעה געהאַט צו מאַכן קעז און פּוטער (ווידער אַ מאָטיוו פֿון שלום־עליכם). אָבער אין גיכן איז ער אַנטלאָפֿן, אין איינעם מיט אַנדערע קאָלאָניסטן, פֿון דער שווערער אַרבעט אויפֿן לאַנד קיין בוענאָס אײַרעס, וווּ ער האָט זיך ווידער גענומען פֿאַר קליין־האַנדל. ער האָט ליב באַקומען אַרגענטינע, וואָס איז געשטאַנען, לויט זײַן מיינונג, אויף אַ העכערער מדרגה פֿון ציוויליזאַציע איידער רוסלאַנד. די פּרײַזן זײַנען דאָרט געווען נידעריקער און די מענטשן לײַטישער און מער קולטורעל.
אָבער אָנהייבן אויף דער עלטער אַ נײַ לעבן אין בוענאָס אײַרעס איז געווען שווער. די געשעפֿטן זײַנען געגאַנגען שלעכט, און דערצו האָט פּינחס גערשענזאָן געליטן פֿון פֿאַרשידענע קראַנקייטן. זײַנע זין האָבן צו יענער צײַט שוין געענדיקט דעם אוניווערסיטעט, און זײַנען געווען בכּוח אויסצוהאַלטן דעם אַלטן און קראַנקן פֿאָטער. מען האָט אָנגעהויבן צוצוגרייטן זײַן אומקער קיין רוסלאַנד, אָבער ער איז אונטערוועגנס געשטאָרבן פֿון מאַלאַריע אין גענוע.
די געשיכטע פֿון פּינחס גערשענזאָן איז איינע פֿון די צענדליקער טויזנטער מעשׂיות וועגן דער ייִדישער מאַסן־עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד אין די 1890ער יאָרן. דאָס איז אַ טייל פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע, וואָס האָט זיך אויסגעשפּילט צווישן די קאָנטינענטן און צווישן דורות. דאָס רובֿ עמיגראַנטן זײַנען געווען יונג און ענערגיש, אָבער צומאָל זײַנען די ראָלעס געווען פֿאַרקערט: דער אַלטער גערשענזאָן איז אַנטלאָפֿן איבערן ים, בעת די קינדער זײַנע זײַנען פֿאַרבליבן אין דער אַלטער היים.