|
יודל מאַרק |
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
ישׂראל צינבערג
זייער אינטערעסאַנט איז מיר אויך געווען צינבערג. צינבערג האָט אָנגעהויבן פֿון יענער תּקופֿה, וואָס איך האָב שוין פֿריִער פֿאַר [איר] געהאַט אַ האַרציקע באַציִונג: די גאָלדענע תּקופֿה ([ווי] מע האָט דעמאָלט גערופֿן) אין שפּאַניע, פֿון גבֿירול, פֿון יהודה הלוי מיט נאָך אַנדערע. ער האָט געהאַלטן די לעקציעס טאַקע אויף רוסיש, אָבער די טעקסטן פֿון די דאָזיקע אַלע לידער אָדער אַ סך ציטאַטן פֿון פֿאַרשיידענע ביכער פֿלעגט ער געבן אויף העברעיִש. ער פֿלעגט גלײַך איבערזעצן, אָדער ער פֿלעגט אַ מאָל בעטן עמעצן אַן אַנדערן פֿון די תּלמידים, וואָס ער האָט געוווּסט, אַז זיי פֿאַרשטייען, איבערצוזעצן. חוץ דעם האָט זיך מיט צינבערג אײַנגעשטעלט זייער אַ האַרציקע, נאָענטע פֿאַרבינדונג צוליב דעם, וואָס צינבערג האָט געוווינט אַן אָנדערטהאַלבן בלאָק אומגעפֿער פֿון דעם אָרט וווּ מיר האָבן געוווינט. אין דער צײַט, אין אָוונט, ווען ס׳איז ניט געווען וווּ צו גיין, אויך ניט צו גיין מיט אַ מיידל, אויך ניט צו גיין אין טעאַטער (אין טעאַטער בין איך דעמאָלט אַ סך געגאַנגען, דער עיקר נאָך דער רעוואָלוציע, פֿאַר דער רעוואָלוציע), פֿלעג איך זיך אַרײַנכאַפּן צו אים. צינבערג האָט עס ליב געהאַט, דאָס איז געווען פֿאַר אים אַ מין אָפּרו.
צינבערג איז געווען אַן אינטערעסאַנטע געשטאַלט. דובנאָוו האָט געאַרבעט אַ גאַנצן טאָג אויף זײַנע ביכער, אויף זײַן געשיכטע. צינבערג האָט געלעבט פֿון דעם, וואָס ער איז געווען אַ כעמישער אינזשעניר אין פּוטילעווער זאַוואָד. דער פּוטילעווער זאַוואָד איז אַ זאַוואָד וואָס האָט אויסגעאַרבעט געווער פֿאַר דער רוסישער אַרמיי; דער עיקר, זיך פֿאַרנומען מיט אויסאַרבעטן די גרויסע קאַנאָנען. און דערבײַ האָט מען מסתּמא געדאַרפֿט זיכער האָבן כעמיע מיט פֿאַרשיידנסטע זאַכן. פֿלעגט ער זייער פֿרי אַוועקפֿאָרן, ווײַל ס׳איז געווען אַ היפּשער מהלך — מע האָט געדאַרפֿט פֿאָרן מיט אַ טראַמווײַ. מסתּמא האָט מען געדאַרפֿט פֿאָרן אַ דרײַ־פֿערטל שעה און אפֿשר אַ שעה. 5 אַ זייגער פֿלעגט ער קומען פֿון דאָרט, פֿלעגט זיך אָפּרוען, און שפּעטער אָפּעסן. און ערשט זיך נעמען צו דער אַרבעט קיין מאָל ניט פֿריִער ווי אַ זייגער 8 — פֿון 8 ביז 11 אומגעפֿער פֿלעגט ער אַרבעטן. ער פֿלעגט ניט האָבן קיין צײַט צו גיין אין אַ מוזיי אָדער אין אַ ביבליאָטעק — דאָס פֿלעגט טאָן זײַן ווײַב. דעמאָלט זענען געווען אַזעלכע פּרימיטיווע זאַכן וואָס איצט גלייבט זיך קוים. ניט געווען קיין פֿאָטאָ־אָפֿסעטירן, ס׳איז ניט געווען קיין “זיראַקס" [פֿאָטאָקאָפּירן], פֿלעגט זי דאַרפֿן זיצן גאַנצע טעג און אָפּשרײַבן. אָבער זײַן גוט ווײַב האָט עס געטאָן, שטענדיק געטאָן פֿאַר אים.
צינבערג האָט ניט געהאַט אַזאַ שיינעם רוסיש ווי דובנאָוו, נאָר צינבערג האָט געהאַט אַ וווּנדערלעך האַרציקע שטים. ער איז געווען בכלל זייער אַ ווייכער, אַ האַרציקער, אַ סענטימענטאַלער מענטש און ס׳איז געווען פּשוט אָנגענעם, מוזיקאַליש אָנגענעם צו הערן אים. בײַ צינבערגן פֿלעגן קיין מאָל ניט אַרויסקומען קיין וויכּוחים צווישן סטודענטן, ווײַל געוויינטלעך פֿלעגט ער דערציילן, אויב ס׳איז געווען ערגעץ וווּ צוויי פֿאַרשיידענע מיינונגען, פֿלעגט ער זאָגן: ס׳איז דאָ אַזאַ מיינונג, ס׳איז דאָ אַן אַנדער מיינונג, מע מיינט אַזוי, מע מיינט אַנדערש אאַז"וו. ער איז אַליין געווען אַ גרויסער געלערנטער אינעם דאָזיקן געביט.
אַ שמועס מיט דובנאָוון
צווישן צינבערג און דובנאָוו: זיי זײַנען געווען פֿרײַנד, אָבער זיי זײַנען ניט געווען צווישן זיך פֿרײַנדלעך. דובנאָוו האָט געהאַלטן, אַז צינבערג איז צו סענטימענטאַל, אַז צינבערג האָט אַ נייגונג צו מיסטיק, איז צו מיסטיש; און ער, דובנאָוו, איז דאָס געווען פֿון די פּאָזיטיוויסטן און פֿון ראַציאָנאַליסטן אאַז"וו. בכל־אופֿן, דאָס איז געווען זײַן מיינונג וועגן זיך.
מיט דובנאָוון איז די באַקאַנטשאַפֿט געוואָרן מערער אויך אַ דאַנק דעם, וואָס מיר, די קליינע גרופּע, די נאַציאָנאַל־דעמאָקראַטישע פֿאַראייניקונג, האָבן געוואָלט האָבן אַ פּאַטראָן, אַזוי צו זאָגן, אַ שטיצער און זײַנע פֿליגלען. זײַנען מיר אַוועק צו אים, דערציילט וועגן דער גאַנצער גרופּע. ער האָט אונדז געגעבן די ברכה פֿאַר דער דאָזיקער גאַנצער גרופּע, מיט אונדז געשמועסט. איך בין פֿריִער געווען [בײַ אים]; נאָך דעם האָב איך געמאַכט, אַז אונדזערע דרײַ פֿירער זאָלן קומען: גאַנעלין און דער לעווענטאָוו און איך. דער רעזולטאַט: דאַכט זיך, ער איז קיין מאָל צו אונדז אַליין דירעקט נישט געקומען. ער האָט מיט אונדז געשמועסט און מע האָט געחכמהט זיך און געזאָגט: “איר דאַרפֿט ניט איך זאָל צו אײַך קומען, איר וועט זיך פֿילן ניט צו גוט, ניט צו פֿרײַ. איר קענט אַליין אײַער שטעטל באַשטיין, און אויב איר האָט פֿאַרשיידענע אַנדערע מיינונגען, קענט איר זיי צווישן זיך אויסדרעשן". דאָס איז געווען געוויינטלעך זײַן ענטפֿער.
איך האָב וועגן די באַגעגענישן מיט דובנאָוון באַשריבן אין אַ ביכל וואָס הייסט “דובנאָוו". אַז ס׳איז געוואָרן הונדערט יאָר נאָך דובנאָווס געבוירן ווערן, אין 1960, האָב איך געשריבן אַ סעריע אַרטיקלען וועגן דובנאָוון אין “קולטור און דערציִונג", און נאָך דעם האָב איך עס אַרויסגעגעבן אין פֿאָרעם פֿון אַ באַזונדער ביכל; יעפֿרויקין האָט עס אַרויסגעגעבן [איבער אַ טובֿה].
ייִדישיסטן אין פּעטראָגראַד
אָבער דאָס איז געווען ניט גענוג. ווײַל אין דער צווייטער [העלפֿט], צום סוף פֿון דעם ערשטן יאָר מײַנעם אין אוניווערסיטעט האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט אַ גרופּע ייִדישיסטן. ניט אַזוי ווײַט פֿון אונדז, נאָר היפּש אַוועק פֿון צענטער פֿון שטאָט, אויף אַ גאַס וואָס האָט געהייסן ריגער פּראָספּעקט (Рижский Проспект) 220, האָבן געוווינט אין דער זעלביקער צײַט, אין דעם זעלביקן הויז אין פֿאַרשיידענע דירות — שמואל ניגער, ישׂראל יעפֿרויקין (ניט דער [זלמן] יעפֿרויקין וואָס דו קענסט, [נאָר] זײַן עלטערער ברודער, וואָס האָט געשפּילט אַ סך אַ גרעסערע [ראָלע]); און עס האָט געוווינט נחום שטיף. עס האָט אויך דאָרטן געוווינט איינער אַ זילבערפֿאַרב, וואָס איז געווען אַ פֿירער פֿון די סאָציאַליסטן, פֿון די סיימיסטן; עס האָט געוווינט אויך אין אַ באַזונדער צימער (ער איז ניט געווען אַ חתונה־געהאַטער, ער האָט געהאַט זייער ווייניק פּרנסה) קלמנאָוויטש. די דאָזיקע גאַנצע גרופּע.
כ’האָב זיך מיט זיי באַקענט און איך פֿלעג אָפֿט קומען צו זיי. און חוץ מיט ניגערן, וואָס איז געווען שוין עלטער און געווען חשובֿער, מיט די אַנדערע, כאָטש ס׳איז געווען אַ גרויסער אונטערשייד אין יאָרן, בין איך געוואָרן אַ חבֿר כּמעט. יענע זײַנען געווען אין די 30ער און אַנדערע אפֿשר שוין אין די 40ער יאָרן פֿון זייער לעבן. איך בין געווען נאָך אַ יונג ייִנגל. דעמאָלט אין דער פֿאַרבינדונג מיט זיי, בין איך געוואָרן דער ייִדישיסט וואָס איך בין שפּעטער געוואָרן. ווײַל איך האָב שוין, דאַכט זיך, געהאַט דערמאָנט, אַז דובנאָוו איז ניט געווען דאָס וואָס מיר האָבן געקענט אָנרופֿן ייִדישיסט. דובנאָוו האָט געהאַלטן, אַז מען קען מיט ייִדיש אַליין ניט אויסקומען. דובנאָוו האָט געזאָגט, אַפֿילו ייִדישע דערציִונג דאַרף זײַן געבויט אויף אַלע דרײַ שפּראַכן: אויף ייִדיש און אויף העברעיִש און אויף דער שפּראַך פֿון לאַנד. ער האָט זייער אַ סך, למשל, געהאַלטן פֿון ענגליש, ווײַל ער האָט זייער אַ סך געהאַלטן פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום, אַז דאָס וועט זײַן די האָפֿענונג, דאָס וועט זײַן די שפּעטערדיקע זאַכן אאַז"וו. אָבער דאָרטן האָט מען גענומען חלומען שוין וועגן אַ שולסיסטעם, וואָס זאָל אַרומנעמען אַלץ, אַפֿילו אַן אוניווערסיטעט אויך. און מען האָט גענומען חלומען וועגן מער אויספּוצן ייִדיש, סטאַנדאַרדיזירן ייִדיש אאַז"וו.
ווי לערנט מען זיך אויס ייִדיש?
איך געדענק אין איינעם פֿון די ערשטע אָוונטן וואָס איך בין געזעסן בײַ נחום שטיפֿן. און קלמנקע איז דאָרטן געווען (אַזוי האָט מען גערופֿן זעליג קלמנאָוויטשן — קלמנקע), און דאַכט זיך, אַז ס׳איז אַפֿילו געווען לאַצקי־באַרטאָלדי דאָרטן. בין איך געקומען און געזאָגט מער־ווייניקער: “ייִדן, האָט רחמנות! ווי לערנט מען זיך אויס ייִדיש?" ווײַל איך האָב דעמאָלט גערעדט ייִדיש מוטערשפּראַך. איך פֿלעג דעמאָלט זאָגן [אַנשטאָט משה] “מאַושע" אָדער “מעושע", [מיט אַן] “עו"; ניט הויזן, [נאָר] “העוזן", און נאָך אַזאַ מין שפּראַך. גוט, איך פֿלעג זיך צוהערן צו זייערע רייד, פּרוּוון זיי נאָכריידן. אָבער דאָס איז מיר געווען ווייניק. זאָג איך: “ייִדן, גוואַלד! ווי לערנט מען זיך אויס ייִדיש?"
האָב איך געקראָגן צוויי עצות. נחום שטיף האָט געזאָגט: “זיך אויסלערנען ייִדיש? לייענט מענדעלע מוכר־ספֿרים. [איר] וועט אַרײַנלייענען אין מענדעלע מוכר־ספֿרים, וועט איר קענען ייִדיש". קלמנאָוויטש האָט געגעבן אַן אַנדער עצה: “פֿאַרנעמט זיך מיט איבערזעצן אויף ייִדיש. נעמט אַ שווערן רוסישן טעקסט און פֿאַרנעמט זיך מיט איבערזעצן אויף ייִדיש. איר וועט האָבן שוועריקייטן, איר וועט האָבן צרות, איר וועט דאָס אַלץ אַרויסקריגן פֿון זיך". איך האָב זיי שוין דעמאָלט דערציילט וועגן מײַן באָבען, אַז מײַן באָבע איז געווען די וואָס האָט מיך געלערנט ייִדיש. איך האָב געפֿאָלגט ביידן און איך האָב גלײַך גענומען פֿילן, אַז ביידנס עצות זײַנען גוט. דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, דרײַ טיילן אָדער פֿיר טיילן פֿון מײַן וועלט גלײַכצײַטיק.
די ערשטע שטעל
און דאָ מוז איך אַ ביסל איבעררײַסן וועגן מײַנע אייגענע געשעפֿטן. דער זעלביקער פֿעטער מײַנער [יעקבֿ] איז געווען אַלע מאָל אַ גרויסער טוער; ער האָט אַלע מאָל געקענט די גאַנצע וועלט און נאָך עפּעס צו דער גאַנצער וועלט. ער איז געווען ניט נאָר אַ ציוניסט, ער איז געווען אַ פֿרומער; ער איז געווען דעמאָלט וואָס מע קען איצט אָנרופֿן מזרחי. אָבער ער איז ניט אַלע מאָל געווען אַפֿילו זיכער בנוגע מזרחי — זײַן ציוניזם איז געווען אויך אַ גאַנץ קריטישער. למשל, זײַנע אייגענע טעכטער האָט ער אַ מאָל געזאָגט (און די טעכטער האָב איך ווידער געקענט): “אײַך איז גוט, איר זײַט סאָציאַליסטקעס, איר וועט ברענגען אין גיכן דעם סאָציאַליזם. ווײַל אַרבעטערס זײַנען דאָך פֿאַראינטערעסירט אין דעם, אָרעמע־לײַט זײַנען דאָך פֿאַראינטערעסירט אין דעם. ס׳איז דאָך דאָ מערער אָרעמע־לײַט ווי רײַכע — ווי נאָר איר וועט קריגן אַ דעמאָקראַטיע, פֿרײַע וואַלן, וועט איר דאָך ברענגען דעם סאָציאַליזם. איר דאַרפֿט דאָס האָבן אַזוי מיט די רעוואָלוציעס מיט די אַלע זאַכן וואָס איר ווילט? ס’וועט קומען דער סאָציאַליזם. ביטער איז מיט מײַן ציוניזם. מײַן ציוניזם וועט קענען קומען — ווער ווייסט? אפֿשר נאָכן סאָציאַליזם; פֿאַרן סאָציאַליזם וועט ער נישט קענען קומען". אָבער [גוט,] סאָציאַליסטן זײַנען געווען — דאָס איז אַן אַנדער זאַך.
מײַן פֿעטער איז געווען אַ גרויסער טוער. ווען ער איז געקומען, איז די ערשטע זאַך וואָס איך האָב אים געבעטן: “פֿעטער, איך דאַרף האָבן אַרבעט, איך דאַרף האָבן אַ שטעל. איך דאַרף זיך [אויך] לערנען, איך וועל זיך לערנען [סײַ ווי]. [אָבער] איך וויל ניט, איך קען ניט מער אָנקומען צום טאַטן און בעטן געלט. ווען דער טאַטע איז געווען אין לוצן, פֿלעגט ער מיר שיקן, איך האָב גאָר ניט געדאַרפֿט בעטן — געענדיקט. אָבער איצט דאַרף איך צוגיין בעטן דעם טאַטן געלט — איך קען עס ניט, איך וועל עס ניט טאָן". האָט ער פֿאַר מיר גלײַך געשאַפֿן אַ שטעל.
די ערשטע שטעל וואָס איך האָב באַקומען איז געווען אין דער רעדאַקציע פֿון דעם רוסישן זשורנאַל וואָס האָט געהייסן “די באַריכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרייטן בילדונג צווישן ייִדן". וואָס איז געווען מײַן שטעל? ס׳איז געווען אַ רעדאַקטאָר, וואָס האָט געהייסן קאַמענעצקי, און ס׳איז געווען אַ סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע. בין איך געוואָרן דער געהילף פֿון סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע.
מע פֿלעגט קריגן פֿון די אַלע ערטער אין דער פּראָווינץ לאַנגע בריוו און באַריכטן, אָדער וועגן קאַמפֿן אַרום [שאַפֿן אַ נײַע] שול, אָדער די שולן האָבן זיך שוין געשאַפֿן. ס׳זײַנען דאָך שוין געווען די יאָרן פֿון דער מלחמה: אַ סך ייִדן האָט מען אַוועקגעשיקט, ערגעץ וווּ אין ריאַזאַן, אין טאַמבאָוו, אין ווײַטע רוסישע שטעט; האָט מען דאָרטן פֿאַר זיי געשאַפֿן שולן. די הויפּט־לימודים דאָרטן פֿאַר די שולן האָט מען דעמאָלט געלערנט אויף ייִדיש. טעאָרעטיש האָט מען עס ניט געטאָרט, אָבער מען האָט עס געלערנט. אַרום יעדער שול זײַנען געווען אָדער קאַמפֿן אָדער מחלוקת, אָדער עס האָט זיך ביסלעכווײַז אײַנגעשטעלט עפּעס. פֿלעגט מען אין צענטער קריגן לאַנגע בריוו (ווען מע האָט צײַט צו שרײַבן) פֿון דער פּראָווינץ, וואָס דאָרטן קומט פֿאָר. בריוו וואָס דאַרפֿן זיך דרוקן אין דעם זשורנאַל. דאָס זײַנען געווען געוויינטלעך עטלעכע אַרטיקלען און, דער עיקר, באַריכטן און בריוו.
מען האָט ניט געקענט דרוקן די דאָזיקע לאַנגע בריוו, איז מײַן אַרבעט געווען: קירצן די דאָזיקע בריוו, אָדער איבערגעבן דעם אינהאַלט. עס איז געווען אַ גרינגע אַרבעט, אַ גוטע אַרבעט, און די הויפּט מעלה איז געווען וואָס איך האָב אין יענער צײַט גוט געקענט רוסיש און איך בין, דאַכט זיך, אייביק פֿון אָנהייב אָן געבאָרן געוואָרן צו זײַן אַ רעדאַקטאָר. דאָס איז געווען מײַן סאַמע ערשטע שטעל. שפּעטער האָט די שטעל גענומען זיך ווערן שוואַכער צוליב דעם, [וואָס] אין דעם מישמאַש פֿון דער מלחמה האָט מען אָנגעהויבן קריגן ווייניקער בריוו; פּשוט [דערפֿאַר וואָס] די פֿאַרבינדונגען זײַנען געווען שלעכטע, אָדער מע האָט גאָר ניט געוואָלט שרײַבן בריוו וועגן דעם, אַז מע האָט געמאַכט אַ ייִדישע שול, ווײַל אין צענטער איז מען גאָר ניט געווען אַזוי פֿאַר ייִדיש אאַז"וו.
אַ בעסערע שטעלע
און דאָרטן איז געווען איינער פֿון די טוערס אַן אַדוואָקאַט פֿון קאָוונע וואָס האָט געהייסן בראַמסאָן. דער בראַמסאָן איז געווען אַ ביסל אַ ייִדישיסט — [אָדער] אפֿשר אין גאַנצן אַ ייִדישיסט, כאָטש געוויינטלעך האָט ער געניצט ניט ייִדיש, נאָר רוסיש, ווי אַלע האָבן דאָרט דעמאָלט געניצט. ער איז געווען נישט קיין אָנהענגער פֿון די קאַדעטן (קאָנסטיטוציאָנעלע דעמאָקראַטן), נאָר פֿון די עס־ערן. און דער דאָזיקער בראַמסאָן רופֿט מיך אַ מאָל צו און ער זאָגט, ער האָט פֿאַר מיר אַ בעסערע שטעלע.
וואָס איז די בעסערע שטעלע? די בעסערע שטעלע באַשטייט אין דעם, אַז ער האָט איצט געמאַכט אַ קאָמיטעט צו שאַפֿן אַ פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿון איינעם פֿון די גרויסע טוערס, דעם אַדוואָקאַט סליאָזבערג; אַז דער פֿאָרזיצער פֿון קאָמיטעט איז גרוזענבערג, אַז דער סעקרעטאַר פֿון קאָמיטעט איז ער. עס גייט אויפֿן נאָמען פֿון סליאָזבערג, וואָס ס׳איז געוואָרן 25 יאָר פֿון זײַן געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט און זײַנע פֿרײַנד ווילן עס באַצייכענען. וויל מען שאַפֿן אַ פֿאָנד און דער פֿאָנד זאָל געבן אַ מעגלעכקייט... איך געדענק שוין אַפֿילו ניט וועגן וואָס! פֿאַר אָרעמע סטודענטן, אָדער פֿאַר לערערס ערגעץ וווּ וואָס מע דאַרף שטיצן — אַזאַ מין זאַך וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט דער געזעלשאַפֿט.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב עס געוואָלט, ניט וויסנדיק וואָס און ווען עס וועט זײַן: אַ נײַע אַוואַנטורע, אַזוי צו זאָגן. בין איך געוואָרן דער טעכנישער סעקרעטאַר פֿון דעם [קאָמיטעט]. ווידער אַזוי איז מיר אויסגעקומען צו שרײַבן בריוו און צו בעטן געלט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער נוסח איז כּמעט אַלע מאָל געווען דער זעלביקער, אָבער מע האָט געדאַרפֿט וואַריִיִרן געוויסע זאַכן. און עס איז געווען אײַנגעשטעלט, אַז ס׳איז ניט גענוג, וואָס דער סעקרעטאַר בראַמסאָן שרײַבט [זיך אונטער]. בראַמסאָן האָט מען ניט אַזוי גוט געוווּסט. ער איז שפּעטער געוואָרן זייער באַרימט, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה; געוואָרן דער פֿירער פֿון “אָרט" איבער דער גאַנצער וועלט — דעמאָלט איז ער נאָך געווען אַ טוער פֿון “אָרט" אין פּעטראָגראַד.
האָט מען געדאַרפֿט האָבן די אונטערשריפֿט [פֿון] גרוזענבערג. און דעמאָלט איז נאָך געווען אַזוי פּרימיטיוו און קליין־שטעטלדיק: איצט וואָלט מען גענומען אַ שטעמפּל, געמאַכט און אַוועקגעלייגט דעם נאָמען גרוזענבערג. ניין! פֿלעג איך דאַרפֿן איין מאָל אַ וואָך גיין צו גרוזענבערגן, ער זאָל אונטערשרײַבן די בריוו וואָס איך האָב געמאַכט. איז מיר אויסגעקומען אין משך פֿון אַ היפּשער צײַט, כּמעט, דאַכט זיך, אַ יאָר, און אפֿשר מער, פּונקט יעדן שבת נאָך מיטאָג קומען צו גרוזענבערגן.
(המשך אין קומענדיקן נומער)