ליטעראַטור

אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אויף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געוואָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר"ל, וואָס איך האָב קיין אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר ווי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע!
מען שרײַבט, און מען שרײַבט, און מען שרײַבט —
מען דרוקט, און מען דרוקט, און מען דרוקט —
און אַלע אויף איין קול:
— אינדז גײַע־מאָ־אינטאָ! (אויפֿן פּוילישן דיאַלעקט) און — מיר גייען אונטער (אויף ליטוויש).
וואָס גייט אונטער? ווער גייט אונטער? פֿון וואַנען נעמט זיך די פּאַניק?
איך ווייס נישט ווער עס איז געווען דער איניציאַטאָר און דער באַגײַסטערער פֿון דער מרה־שחורהדיקער אַרמיי.