אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אויף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געוואָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר"ל, וואָס איך האָב קיין אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר ווי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע!
מען שרײַבט, און מען שרײַבט, און מען שרײַבט —
מען דרוקט, און מען דרוקט, און מען דרוקט —
און אַלע אויף איין קול:
— אינדז גײַע־מאָ־אינטאָ! (אויפֿן פּוילישן דיאַלעקט) און — מיר גייען אונטער (אויף ליטוויש).
וואָס גייט אונטער? ווער גייט אונטער? פֿון וואַנען נעמט זיך די פּאַניק?
איך ווייס נישט ווער עס איז געווען דער איניציאַטאָר און דער באַגײַסטערער פֿון דער מרה־שחורהדיקער אַרמיי.
צו דעם ענין האָבן שוין אויך צוגעלייגט זייערע טאַלאַנטירטע הענט: לייוויק, גלאַזמאַן, מנחם. און לויט מײַן אָריענטירן זיך אין ראַוויטשן — רעדט אויך ער וועגן דעם אינעם דיסקוסיע־אַרטיקל “וועגן די פּערספּעקטיוון פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור".
דאַכט זיך, מאָדערנע מענטשן — מײַנע ליבע חבֿרים — און דאָך, זאָלן זיי מיר מוחל זײַן, אַזעלכע וויינערס, אַזעלכע קלאָגמוטערס פֿון מאַנצבילשן געשלעכט...
און אַ קאָנסעקווענץ? אַ קאָנסעקווענץ — אָפּגעהיטן זאָל מען ווערן — אַ ריין־ווײַבערישע! אַ נערוועזע! אַ בשום־אופֿן נישט אויסגעהאַלטענע!
לייענט מען ברוך גלאַזמאַנס ווידוי “פּיאָנערן"*, דאַכט זיך אויס: אָט־אָט פֿאַלן זיי, די אַמעריקאַנער הימלען, אויף אונדזערע איינזײַטיקע פּיאָנערן, און ס׳עקט זיך אונדזער... ביכערוועלט...
...בײַ אונדז, פּונקט להיפּוך, האָבן נאָך אַ תּיקון, אַ צו גרויסן תּיקון, פֿאַרשיידענע מינדערווערטיקייטן אויפֿן ליטעראַרישן, מוזיקאַלישן, מאָלערישן און טעאַטראַלישן געביט!
נישט צו פֿאַרזינדיקן!
און אַז גוטע ביכער גייען שלעכט — אַ גוט בוך מוז האָבן אַ גוטן לייענער, אַ גוט בוך מוז האָבן אַ דערצויגענעם, דאָס איז גאָר נישט קיין חידוש, לייענער.
איך וועל געבן נאָענטע בײַשפּילן:
אַז מען חזרט אין דער שול אויף אויסנווייניק, “דזשיאַדי" — קאָן מען דערנאָך תּופֿס זײַן “טשיהאַניע נאַ באָגאַ".
אַז איך האָב, בעוונותינו־הרבים, געזוברעוועט** אויף אויסנווייניק “פּאָלטאַווע", “טשודען דניעפּר" און שטיקער פֿון “דעמאָן" — האָב איך שפּעטער הנאה געהאַט פֿון יעסענינען, פֿון לייוויקן, גלאַזמאַנען, בראָדערז... (אַך, מײַן גאָט, ווי אומבאַשיידן!) און איך האָב געוווּסט, ווי צו ליבן און לויבן מײַנע ייִנגערע און עלטערע קאָלעגן אויף ביידע זײַטן פֿונעם ים, און ווי נתפּעל ווערן פֿון דער הערלעכער “כּישוף־מאַכערין פֿון קאַסטיליע"...
...עפּעס מיר נישט, דיר נישט, הייבן מיר זיך אָן צו פּילפּולען וועגן דעם “קיום פֿון אומה און שפּראַך", און מיר באַיאָמערן זיך און מיר באַקלאָגן זיך, און מיר מאַכן זיך רעקלאַמע דאָרט, וווּ מיר דאַרפֿן עס לחלוטין נישט האָבן!
מען קאָן דאָך נישט קומען מיט אמתער ליבע צום פֿאָלק, און זאָגן: קויף מיך... קויף מײַנע ביכער!...
איין זאַך מוז אָבער פֿאַר אונדז קלאָר זײַן, אַז אויב דאָס פֿאָלק “קויפֿט" אונדז נישט, אַפֿילו בײַ די גרעסערע יללות און שטומע פֿאָרוואָרפֿן — איז עס נאָר אַ באַווײַז, אַז עס האָט נישט פֿאַר וואָס. זיי ווילן נישט טרינקען שאַמפּאַניער און באַגנוגענען זיך מיט עפּלקוואַס!
אַז דאָס פֿאָלק אָבער דאַרף אונדז, מוז אונדז, צוזאַמען מיט אונדזער ליטעראַטור און שפּראַך, האָבן — איז אויך דאָ אַ סימן.
והאָ־ראַיה — מיר זײַנען!
טאָ, וואָס באַדײַט עס, אויב אַזוי, דאָס שטענדיקע צולייגן צו דער נאָז אַ פֿעדער און דאָס אויספּרוּוון, צי מיר לעבן נאָך צי ניט?
צו וואָס שרעקן און אָנוואַרפֿן אַ פּחד און אַרומגיין מיט טרויעריקע מתים־פּנימער?
און צו וואָס זיך אַליין טרייסטן מיט פּילפּול?
1924, אין פּוילן
* "ביכערוועלט" נ׳ 2, וואַרשע
** געלערנט, צו קענען “ווי אַ וואַסער"