בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב איז אַ גאַנצע מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב.
נאַטירלעך וואָלט דערפֿון גאָר נישט געווען, ווען בײַ ר׳ געצל יאָשעס וואָלטן נישט געווען זעקס דערוואַקסענע טעכטער, איינע אונטער דער אַנדערער פֿון צוואַנציק יאָר ביז... נאָר דאָס זאָגט מען נישט אויס. בקיצור עס וואָלט דערפֿון גאָר נישט געווען, ווען...
ר׳ געצל יאָשעס איז פֿון די אַלטע באַלעבאַטים אין שטאָט. זײַן טאַטע האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע, דער זיידע גאָר אַ גרויסע, און דער עלטער־זיידע — גאָר־גאָר אַ גרויסע. דעם עלטער־עלטער־זיידן געדענקט שוין די געשיכטע נישט. אייניקע זאָגן, אַז ער איז געווען פֿון די ערשטע חסידישע רביים, און אַנדערע האַלטן, אַז ער איז געווען גלאַט אַ פֿערד־גנבֿ. נאָר אַזוי ווײַט דאַרף מען נישט קריכן. עס איז גענוג, אַז דער עלטער־זיידע האָט געשפּילט גאָר־גאָר אַ גרויסע ראָלע, דער זיידע גאָר אַ גרויסע, און דער טאַטע, און אַזוי ווײַטער. ער, ר׳ געצל יאָשעס אַליין, האָט געהאַט אַ צוויי־שטאָקיק קרום הויז, אַ פֿעלקרעמל אָן פֿעל, אַ “שטאָט" אין שול — אין רעכטן מיזרח, אָבער דער עיקר, זעקס דערוואַקסענע מוידן, מיט וועלכע ער האָט זיך קונה־שם געווען אַ סך מער ווי דער עלטער־עלטער־זיידע, אויב יענער האָט געהאַט אין זיך אַפֿילו ביידע מעלות צוזאַמען.
זעקס דיקע, הויכע, פֿעטע מוידן, אַלע געראָטן אין דער מאַמען — אַ הויכע, דיקע ייִדענע, אַ פֿאַרגאָסענע מיט שמאַלץ, בײַ וועלכער נישט נאָר די פֿיס, נאָר אַפֿילו די צונג קאָן זיך נישט באַוועגן — אַ “שטיק גראָב פֿלייש" פֿון שטענדיקן עסן און נאַשן.
דאָך האָבן די טעכטער אַלע געקאָנט לייענען און שרײַבן: ייִדיש ווי אַ וואַסער, נאָר רוסיש — אָן אַ “פּירוש־המילות", פּשט — פּשוט נישט פֿאַרשטייענדיק אַ וואָרט. זייערע קענטענישן האָבן זיי גענאַשט בײַ חיים דעם שרײַבער, וועלכער האָט געהאַט פֿאַר אַלע מיידלעך איין פֿאָרשריפֿט, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט די ווערטער: “די זון פֿון דער בילדונג האָט אַרײַנגעשײַנט אין אונדזער אונטן"... די פֿאָרשריפֿט האָט ער מחבר געווען מיט אַ יאָר פֿופֿצן צוריק, ווען בײַ אים איז געשטאָרבן דאָס צווייטע ווײַב. ער איז אַזוי אַנטציקט געוואָרן פֿון זײַן ווערק, אַז ער האָט עס געוואָלט איבערזעצן אין לשון־קודש, נאָר עס האָבן אים אויסגעפֿעלט ווערטער און יעמאָלט זײַנען נאָך די שׂפֿה ברורהס נישט געווען...
דאָס איז אַ צופֿאַל אָדער נישט, נאָר די טעכטערס נעמען גייען נאָכן אַלף־בית: איטע, באַשע, גישע, דבֿורה, הינדע און וויגאָשע. דאָס האָט זיך געכאַפּט טאַקע חיים באָק אַליין. יענער טאָג איז געווען דער גליקלעכסטער אין זײַן לעבן. ער האָט געריבן פֿון פֿאַרגעניגן די הענט, געלאָפֿן פֿון שטוב צו שטוב, און אומעטום פֿלעגט ער אויסשרײַען מיט אימפּעט, כּמעט אין איין אָטעם: “איר ווייסט? בײַ געצל יאָשעס גייען די טעכטער נאָכן אַלף־בית: איטע, באַשע, גישע, דבֿורה, הינדע און וויגאָשע! כע, כע, כע... איך אַליין האָב זיך דאָס געכאַפּט! כי, כי, כי..."
דבֿורה איז אַפֿילו די עלטסטע, וויגאָשע גאָר די צווייטע, באַשע די דריטע, הינדע די פֿערטע, איטע די פֿינפֿטע, און גישע די ייִנגסטע, נאָר דאָס מאַכט נישט אויס, לחלוטין גאָר נישט.
בײַ געצל יאָשעס איז כּל־ימיו געווען אַ דינסט אין שטוב. נאָר נישט איין דינסט כּל־ימיו — דינסטן האָבן זיך בײַ אים אָפֿט געביטן. זײַן געזינד זאָגט, אַז “עס גיבט קיין רעכטע דינסט" — פֿון שמרס ראָמאַנען האָבן זיי זיך אויסגעלערנט “דײַטש צו שפּרעכען". נאָר די דינסטן זאָגן אויף פּראָסט ייִדיש, אַז “נעכײַ הונגערן, אַבי אין זייער ד׳ אַמות נישט שטיין". אָדער נאָך פּראָסטער: “אויסגעשוווּמען און אויסגערונען האָט געמעגט ווערן דאָס געזינדל!".... איין דינסט האָט באַדויערט, וואָס זי קאָן ניט שרײַבן, אַז נישט וואָלט זי געמאַכט פֿון דער שטוב דעם “העכסט־אינטערעסאַנטן ראָמאַן"...
— קיין גרעסערן טריאַטער דאַרף מען גאָר נישט האָבן! — האָט דערקלערט די דינסט.
און יעדן טאָג אַ באַזונדער “טריאַטער". ווי אַ טאָג.
איין טאָג שטייט מען אויף גוט אויפֿגעלייגט. דער סימן איז, אַז מען הייבט זיך אָן גלײַך אויספּוצן אין “עסיק און אין האָניק". יענעם טאָג איז שטיל, דאָס הייסט, נישט גאָר שטיל, מען וועט זיך אָבער נישט שלאָגן, נאָר ווערטלען זיך גלאַט אַזוי, אַבי נישט זיצן ליידיק.
— זע, ווי זי טרעט נישט אָפּ פֿון שפּיגל! — זאָגט דבֿורה צו וויגאָשען, — לאָז מיר אַ ביסל. גיי, וועסט שענער נישט ווערן...
— וואָס זאָגט מען צו דער “פּאַרשוין?" — שטעכט אָפּ וויגאָשע.
— שענער פֿאַר דיר!
— זעסט דאָך, ווי מען כאַפּט דיר אויס!
— כאַפּן זאָל דיך אַ קרענק!
— דיך מיט אַ צען־יאָריקער קדחת...
און עס רעדט זיך עס גאָר אָן כּעס, אָן אַ טראָפּן בייזקייט.
אַן אַנדערן טאָג שטייען זיי אויף פֿאַרשלאָפֿן, מיד, וואַשן זיך נישט אײַן, גייען אַרום צעשויבערט, מיט אָפֿענע בוזעמס און אין שמוציקע אונטערקליידלעך, יעמאָלט עפֿנט זיך דער גיהנום.
— די פֿיס וועל איך דיר ווײַטער אָפּשלאָגן, שטיק שלאַק! די גאַנצע נאַכט געטורכעט מיר אין די זײַטן, — שרײַט איטע צו גישען.
— נאַ־אַ־נאַ! — ענטפֿערט גישע בייז און שפּאַרט איטען אַ “פֿײַג" אונטער דער נאָז.
און איטעס גלאָז טיי פֿליט צו גישען אויף דעם געזיכט.
אין אַ ווײַלע אַרום זאָגט שוין די אונטערשטע שכנה: “שאַ, דער גיהנום האָט זיך געעפֿנט!"
אַז מען איז גוט, רעדט מען שטענדיק וועגן יונגע־לײַט. אָפֿט ריידן צווישן זיך די עלטערע, די ייִנגערע זאָלן נישט הערן — די ייִנגערע אויף צעלאָפּענעס*, און די ייִנגערע סודען זיך — די עלטערע אויף צעפּיקעניש. מען סודעט זיך און מען לאַכט, און מען אָטעמט שווערער... אָ, דאָס ליידיק אַרומגיין!...
נאָר — אָט איז בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב אַ מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב.
דאָס האָט זיך געטראָפֿן, ווען די דינסט האָט אַרויסגעטראָגן די פּאָמויניצע און געלאָזן אַ ביסל אָפֿן די טיר. אַ שוואַרצע קאַץ איז צו צו דער טיר, האָט זי אַ שמעק געטאָן, אַרײַנגעשטעקט אַ ביסל דעם קאָפּ, איבערצײַגט זיך, אַ פּנים, אַז אויף די ערשטע טריט וועט זי קיינער נישט אָפּשטעלן, און איז אַרײַנגעשפּרונגען אין טיר און גלײַך אין קיך. די דינסט איז צוריק אַרײַן מיט דער פּאָמויניצע און פֿאַרמאַכט די טיר. די קאַץ איז פֿאַרקראָכן אונטערן בעט, און אַז די דינסט האָט אַרײַנגעשטעלט אַ טאָפּ אין אויוון, איז זי אַרויס פֿון קיך, אַרײַן אין פֿאָרצימער, פֿון דאָרטן צו דער זאַלטיר, וועלכע איז געווען פֿאַנאַנדערגעעפֿנט. אין “זאַל" זײַנען געזעסן און געשטאַנען די זעקס מוידן, שוין אויסגעפּוצטע. דבֿורה און באַשע זײַנען געשטאַנען נעבן שפּיגל און געווערטלט זיך; הינדע איז געשטאַנען אין מיטן צימער, פֿאַרנומען מיט אַ קרײַז פֿון איר קלייד; גישע, איטע און וויגאָשע זײַנען געזעסן אויפֿן הילצערנעם זיצבעטל, וואָס שטייט בײַ דער וואַנט, קעגנאיבער דעם שפּיגל, און געווערטלט זיך. די קאַץ האָט זיך אַ שאַר געטאָן אַרום טיר, אַרײַן אין זאַל און אַרום וואַנט אַ יאָג געטאָן זיך אין שלאָפֿצימער.
— אײַ, אַ קאַץ! — שרײַען אויס אויף אַ מאָל מיט שרעק גישע, איטע און וויגאָשע און הייבן אויף אונטער זיך די פֿיס.
— וווּ אַ קאַץ? — האָבן די איבעריקע אויסגעשריִען, דבֿורה און באַשע אָפּשפּרינגענדיק פֿון שפּיגל, הינדע אָפּלאָזנדיק דעם קרײַז.
— אין קאַמער! אין קאַמער! אָט ערשט! — ענטפֿערן מיט שרעק די דרײַ פֿון זיצבעטל.
— אײַ, מאַ־מע־ע־ע! — שרײַען אויס די דרײַ וואָס שטייען אין צימער און לאָזן זיך לויפֿן צום זיצבעטל, נאָר דאָרטן באַגעגנט מען זיי מיט אויסגעשטעלטע נעגל. און באַשע לויפֿט צו מיט אימפּעט צו אַ שטול און זעצט זיך אַרויף מיט די פֿיס אונטער זיך; הינדע אַנטלויפֿט מיט אַ קוויטש צו דער דינסט אין קיך; דבֿורה וואַרפֿט זיך אַרויף אויפֿן זיצבעטל צווישן איטען און וויגאָשען, קוויטשעט: “אוי, מאַ־מע־ע־ע!" און וויל נאָך אויפֿהייבן די פֿיס. איטע און וויגאָשע קנײַפּן זי, שטופּן זי, קלאַפּן זי, נאָר זי הערט עס ניט, שרײַט און דרינגט זיך מיטן גאַנצן כּוח. דאָס הילצערנע זיצבעטל לאָזט זיך נישט בעטן, קרעכצט אָפּ און גייט זיך פֿאַנאַנדער... אַלע פֿיר מוידן פֿאַלן אַראָפּ אויף דר׳ערד...
די מיידן שפּרינגען אויף, נישט טויט, נישט לעבעדיק! מיט ווילדע אויגן פֿאַר שרעק טראָגן זיי זיך איבערן צימער און פֿאַרפֿליִען אין קיך. באַשע פֿאַרלאָזט איר אָרט אויף דער שטול — איר ווערט שרעקעדיק אַליין אין צימער — און לויפֿט נאָך די שוועסטער.
און די קאַץ איז אַרײַן אין שלאָפֿצימער, האָט געפֿונען דאָרטן אַ מויזלאָך און אָפּגעשטעלט זיך רויִק באַשמעקן. אין אַ ווײַלע אַרום האָט זי אונטערגעבויגן דעם עק מיט די הינטערשטע פֿיסלעך און אַוועקגעזעצט זיך דרימלען. און אַז די דינסט איז געקומען צו איר מיט דער באַרשט, האָט די קאַץ לכתּחילה נישט פֿאַרשטאַנען וואָס זי מיינט, נאָר אַז יענע האָט אויף איר אויפֿגעהויבן די באַרשט, האָט זי זיך צוריק אַ לאָז געטאָן אין זאַל און פֿון זאַל אין פֿאָרצימער. נעבן קיך האָט זי זיך געוואָלט אָפּשטעלן און אָנגעהויבן באַשמעקן די טיר. נאָר דער רעש פֿון די מוידן הינטער דער טיר און די באַרשט, וואָס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף איר רוקן, האָבן איר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז מען דאַרף אַרויס פֿון דער אָפֿענער גאַסטיר.
נאָר די זעקס מוידן האָט שוין אָנגעכאַפּט די ספּאַזמע.
אַ מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער...
1895
* זיי זאָלן פּלאַצן, אויף צעפּיקעניש