ליטעראַטור

בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב איז אַ גאַנצע מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב.
נאַטירלעך וואָלט דערפֿון גאָר נישט געווען, ווען בײַ ר׳ געצל יאָשעס וואָלטן נישט געווען זעקס דערוואַקסענע טעכטער, איינע אונטער דער אַנדערער פֿון צוואַנציק יאָר ביז... נאָר דאָס זאָגט מען נישט אויס. בקיצור עס וואָלט דערפֿון גאָר נישט געווען, ווען...
ר׳ געצל יאָשעס איז פֿון די אַלטע באַלעבאַטים אין שטאָט. זײַן טאַטע האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע, דער זיידע גאָר אַ גרויסע, און דער עלטער־זיידע — גאָר־גאָר אַ גרויסע. דעם עלטער־עלטער־זיידן געדענקט שוין די געשיכטע נישט. אייניקע זאָגן, אַז ער איז געווען פֿון די ערשטע חסידישע רביים, און אַנדערע האַלטן, אַז ער איז געווען גלאַט אַ פֿערד־גנבֿ. נאָר אַזוי ווײַט דאַרף מען נישט קריכן. עס איז גענוג, אַז דער עלטער־זיידע האָט געשפּילט גאָר־גאָר אַ גרויסע ראָלע, דער זיידע גאָר אַ גרויסע, און דער טאַטע, און אַזוי ווײַטער. ער, ר׳ געצל יאָשעס אַליין, האָט געהאַט אַ צוויי־שטאָקיק קרום הויז, אַ פֿעלקרעמל אָן פֿעל, אַ “שטאָט" אין שול — אין רעכטן מיזרח, אָבער דער עיקר, זעקס דערוואַקסענע מוידן, מיט וועלכע ער האָט זיך קונה־שם געווען אַ סך מער ווי דער עלטער־עלטער־זיידע, אויב יענער האָט געהאַט אין זיך אַפֿילו ביידע מעלות צוזאַמען.