געשיכטע, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 23סטן סעפּטעמבער 1962, האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" אָפּגעמערקט מיט אַ נעקראָלאָג די פּטירה, אין עלטער פֿון 49 יאָר, פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער עמנואל קאַזאַקעוויטש. לייענען מיר אין דעם נעקראָלאָג, אַז קאַזאַקעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אָבער האָט אָפּגעלעבט אַ סך יאָרן אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט און contributed articles״ some of them in Yiddish, to a ״Communist youth newspaper ("געשריבן אַרטיקלען, אייניקע פֿון זיי אויף ייִדיש, פֿאַר אַ קאָמוניסטישער יוגנט-צײַטונג"). דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק (דער נעקראָלאָג איז כּולל נאָך אַ צאָל נאַרישקייטן), ווײַל קאַזאַקעוויטש איז קודם-כּל געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פֿון די סאַמע הצלחהדיקע צווישן די יונגע סאָוועטישע ייִדישע פּען-מענטשן. זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט ניט נאָר אין צײַטונגען, אָבער אויך אַרויס ווי ביכער. דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער האָט אויך אויפֿגעפֿירט זײַן פּיעסע "מילך און האָניק". אין זײַן ליד "די ערד, וווּ איך בין גליקלעך" האָט ער געשריבן, אַז אין ביראָבידזשאַן האָט ער געזען ווי

... דאָס אַלטע פֿאָלק מײַנס
וואַקסט און קרעפֿטיקט זיך און גרינט.

און כ׳האָב זיכער אָפּגעווויגן
אין דעם ברויזיקן שפּאַציר,
אַז פֿאַר אָט דער געגנט טויג איך,
און די געגנט טויג פֿאַר מיר.
און כ׳ווער ענלעך צו די וועלדער,
צו די פֿעלדער, צו דעם טײַך.
כ׳ווער, ווי אָט די ווײַטן, העלדיש,
און ווי אָט די ערדן, רײַך.

און דאָך, כאָטש קאַזאַקעוויטש האָט געטויגט פֿאַר ביראָבידזשאַן און די געגנט האָט געטויגט פֿאַר אים, האָט ער זינט דעם יאָר 1938 געוווינט אין מאָסקווע. אין 1940 האָט דער סאָוועטישער שרײַבער-פֿאַראיין אָנגענומען ווי מיטגלידער דרײַ ביראָבידזשאַנער ייִדישע שרײַבער: קאַזאַקעוויטשן, בוזי מילערן און (דעם קומענדיקן רעדאַקטאָר פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד") אַהרן ווערגעליסן. צו יענער צײַט איז אין ביראָבידזשאַן פֿאַרבליבן נאָר בוזי מילער, בעת ווערגעליס איז, ווי קאַזאַקעוויטש, שוין געווען אַ מאָסקווער תּושבֿ.
דערנאָך איז געווען די מלחמה. ווי ער האָט געשריבן אין אַ קורצער ביאָגראַפֿיע: "זינט 1941 ביז 1946 האָב איך ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו שרײַבן". ניט געקוקט אויף זײַן שלעכטער ראיה, איז ער געוואָרן אַן אויסשפּירער, זיך אויסגעצייכנט ווי אַ העלדישער אָפֿיציר. די מלחמה האָט ניט נאָר איבערגעריסן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט, זי האָט אויך אָפּגעשטעלט זײַן שאַפֿערישקייט אויף ייִדיש. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט ער פֿאַרנומען אַן אוניקאַל אָרט אין דער ליטעראַטור-געשיכטע — אַן אָרט פֿון אַ מענטשן, וועמענס ביאָגראַפֿיע באַשטייט פֿון צוויי באַזונדערע חלקים: פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, דער עיקר דיכטער, פֿאַר דער מלחמה און אַ רוסישן שרײַבער, דער עיקר ראָמאַניסט, נאָך דער מלחמה. ניט נאָר האָט זיך געביטן די שפּראַך פֿון קאַזאַקעוויטשעס ווערק, עס זײַנען אויך אין זײַן פּראָזע כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן די ייִדישע העלדן.
זײַן ערשטער דערפֿאָלג אין דער רוסישער ליטעראַטור איז געקומען אין קורצן נאָך דער מלחמה, ווען פֿריִער אין דעם ליטעראַרישן זשורנאַל "זנאַמיאַ" און דערנאָך אין אַ בוך-פֿאָרעם האָט דערשינען זײַן ראָמאַן "שטערן". אַזוי איז אָנגערופֿן געוואָרן דער ייִדישער נוסח פֿון דעם ווערק, בעת אויף ייִדיש האָט עס באַקומען אַן אַנדער נאָמען — "גרינע שאָטנס" — אַן אָנוווּנק אויף די כאַקי־אוניפֿאָרעמס פֿון זײַנע העלדן — מיליטערישע אויסשפּירער. ס׳איז, אַגבֿ, ניט קלאָר (יעדנפֿאַלס, איך בין ניט זיכער), צי דער ייִדישער טעקסט, "גרינע שאָטנס", שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ נוסח, צוגעגרייט דורך דעם מחבר אַליין, אָדער עמעצער האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער רוסישער נוסח בלײַבט נאָך אַלץ גאַנץ פּאָפּולער, און צוויי פֿילמען זײַנען געמאַכט געוואָרן אויפֿן יסוד פֿון דעם דאָזיקן ווערק.
אַנדערע זײַנע ווערק האָט מען אויך ברייט געלייענט. אין די יאָרן נאָך סטאַלינס טויט, בעת דער אַזוי גערופֿענער אידעאָלאָגישער "אָדליהע", האָט קאַזאַקעוויטש געשפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, וועלכע האָט דעמאָלט געזוכט איר אָרט אין דער איבערגעניצעוועטער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. קיין דיסידענט איז ער ניט געוואָרן. ווי אַ סך מענטשן פֿון זײַן דור, האָט ער געפֿונען פֿאַר זיך אַ נחמה אין לעניניזם; דאָס הייסט, אין גלייבן אַז סטאַלין האָט פֿאַרקריפּלט לענינס אידעען, און איצט איז געקומען די צײַט זיך אומקערן צום אמתן שורש. לענין, ווי אַ געניאַלע און גלײַכצײַטיק מענטשלעכע פֿיגור, האָט זיך באַוויזן אין זײַן שאַפֿונג.
אין קאַזאַקעוויטשעס פּריוואַטע פּאַפּירן, אייניקע פֿון וועלכע זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1990, זעט מען, אַז ייִדישע פּראָבלעמען האָבן אים פֿון דעסטוועגן ניט אויפֿגעהערט צו אינטערעסירן, בפֿרט אין דעם לעצטן יאָר פֿון זײַן לעבן, ווען ער איז שוין געווען ערנסט קראַנק. אין דעצעמבער 1961 האָט ער פֿאַרשריבן זײַנע מחשבֿות וועגן אַ נײַ פּראָזע-ווערק, וואָס ער האָט געוואָלט "אָנרופֿן ‘ראַבינאָוויטש’ — אַ פֿאַמיליע-נאָמען, פֿאַרשפּרייט אין די אַנעקדאָטן וועגן ייִדן, אָפֿט מאָל אַנטיסעמיטישע — און פֿירן דעם שמועס אין נאָמען פֿון דעם דאָזיקן גאָר ניט קיין אַנעקדאָטישן, נאָר טראַגישן פּערסאָנאַזש, וואָס פֿילט טיף און האָט ליב רוסלאַנד און דעם רוס, אָבער ניט שטענדיק געניסט ער פֿון ענטפֿער-געפֿילן".
די קרענק האָט אים ניט געגעבן דעם שאַנס צו רעאַליזירן דעם פּלאַן. וואָס שייך די ראַבינאָוויטשעס, ווי עס האָט זיי קורץ כאַראַקטעריזירט קאַזאַקעוויטש, בלײַבן זיי אַ פֿענאָמען פֿון איצטיקן רוסישן לעבן.