ליטעראַטור

די שמאָלע שטיינטרעפּ, געשפּאָלטענע מיט אײַנגעפֿרעסענעם אַלטן שטויב, מיט אָפּגעטרעטענע טריטגריבער, האָבן זיך געדריידלט, ווי די רינגען פֿון אַ שלאַנג, אַראָפּ, אַראָפּ ווי אין דער פֿינצטערניש פֿון אָפּגרונט. בײַם אַראָפּנידערן אין קעלער האָט מען געמוזט נייגן דעם קאָפּ, אַז ער זאָל זיך נישט אָנשלאָגן אין דעם האַלב־קײַלעכדיקן, מיט פֿײַכטן שימל אָנגעוואַקסענעם ציגל־געוועלב, וואָס האָט, ווי אַ גרויסע שוואַרצע שיסל, איבערגעקערט מיטן מויל אַראָפּ, שווער געהויערט איבערן קעלער. צום ערשטן זענען די אויגן בלינד געוואָרן אין דער גראָער געדיכטעניש פֿונעם שטויב, וואָס האָט גענעפּלט אין דער לופֿטן ווי אַ וואָלקן אַש. פּעלצהאָר, געקרימטע שטיקלעך פֿאָדעם, ווי ווײַסע ווערים, זענען געשוווּמען אין אים. מען האָט געהערט אָפּגעהאַקטן, הייזעריקן הוסטן פֿון ליידיקע ברוסטן, ווי פֿון פּויקן, אין קײַכעדיקן אָטעם, ווי פֿון געוואָרגענע העלדזער.