געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

מאַרק כינאָי
מאַרק כינאָי

דעם 7טן נאָוועמבער וועלן טויזנטער לײַט אין רוסלאַנד, ווי אויך אין אַנדערע לענדער, אָפּמערקן אַ גאַנץ קײַלעכדיקע דאַטע — 95 יאָר פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אין רוסלאַנד האָט מען עס, גאָט צו דאַנקען, אויפֿגעהערט צו פֿײַערן ווי אַ נאַציאָנאַלן יום-טובֿ. אָבער די קאָמוניסטן און זייערע סימפּאַטיקער וועלן די דאַטע סײַ-ווי-סײַ אָפּמערקן. אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ די סאָוועטישקייט איז גלײַך ווי פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, בלײַבט עס נאָך אַלץ אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ.
ס׳איז געווען אַ צײַט, אין גאַנצן אין משך פֿון דרײַ יאָר, ווען מיט דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע האָט זיך אַרומגעטראָגן אויך דער "פֿאָרווערטס". אין יאָר 1917 זײַנען קיין אמתע באָלשעוויקעס אין דער רעדאַקציע ניט געווען. אָבער גאַנץ שטאַרק זײַנען געווען די מענשעוויקעס צי, ריכטיקער, די בונדיסטן, וועלכע זײַנען אויך געווען מענשעוויקעס, ווײַל דער "בונד" האָט געמאַכט אַ שותּפֿות מיט דעם מענשעוויסטישן טייל פֿון דער רוסישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די דאָזיקע באַוועגונג האָט זיך צעשפּאָלטן אין יאָר 1903 — די לעניניסטן האָט מען גענומען רופֿן "באָלשעוויקעס", און די, וואָס זײַנען ניט געווען מסכּים מיט לענינס רעצעפּטן פֿון רעוואָלוציע, זײַנען באַקאַנט געוואָרן ווי "מענשעוויקעס". די באָלשעוויקעס האָבן געפּריידיקט מיליטאַנטישע, אַנטי-דעמאָקראַטישע סטראַטעגיעס, בעת די מענשעוויקעס זײַנען געווען געשטימט מער דעמאָקראַטיש — אין דעם נוסח פֿון דײַטשישע סאָציאַל-דעמאָקראַטן.
ס׳רובֿ מענשעוויקעס-בונדיסטן האָבן זיך באַוויזן צווישן די "פֿאָרווערטס"-לײַט אין אַרום 1907 און שפּעטער, נאָך דער מפּלה פֿון דער ערשטער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד. דעמאָלט זײַנען אַ סך אַקטיווע סאָציאַליסטן אַוועק אין עמיגראַציע; אַ סך פֿון זיי זײַנען געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די השפּעה פֿון די נײַ-אָנגעקומענע האָט זיך דערפֿילט אין אַלע סאָציאַליסטישע קרײַזן, בפֿרט אין די ייִדישע קרײַזן, וווּ פֿריִער האָבן דאָמינירט סאָציאַליסטן פֿון אַב. קאַהאַנס דור. צווישן די "יונגע" זײַנען געווען אַזעלכע לײַט ווי משה אָלגין, צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן) און ליליפּוט (גבֿריאל-הירש קרעטשמער).
נאָך דעם דערפֿאָלג פֿון די באָלשעוויקעס אין האַרבסט 1917, ווען זיי האָט זיך אײַנגעגעבן אַראָפּצוּוואַרפֿן די רעגירונג און נעמען די מאַכט אין זייערע הענט, האָבן זיך די מענשעוויקעס, און ממילא די בונדיסטן, צעטיילט אין דרײַ גרופּעס: אייניקע פֿון זיי זײַנען גלײַך, אָדער זייער גיך, פֿאַרכּישופֿט געוואָרן מיט דער רעוואָלוציע און זײַנען אַריבער צו די באָלשעוויקעס. עס זײַנען געווען אויך אַזעלכע, וואָס האָבן די רעוואָלוציע ניט אָנגענומען, ווײַל איר סצענאַר האָט, לויט זייער מיינונג, געהאַט ווייניק וואָס צו טאָן מיט קלאַסישן מאַרקסיזם און, בכלל, מיט שׂכל-הישר.
דער גרעסטער טייל מענשעוויקעס און בונדיסטן זײַנען אַרײַן אין דער דריטער גרופּע — פֿון די, וואָס זײַנען געווען "ניט אַהין און ניט אַהער". די רעוואָלוציע גופֿא האָט זיי דווקא געפֿרייט, אָבער זיי זײַנען געווען ניט צופֿרידן מיט לענינס דרך צו דער רעוואָלוציע און מיט דער אויפֿפֿירונג פֿון זײַן פּאַרטיי און רעגירונג נאָך דער רעוואָלוציע. דאָך האָבן זיי געהאָפֿט, אַז סוף-כּל-סוף וועט דער מצבֿ אַזוי אָדער אַנדערש זיך אויסמענטשלען, די עקסטרעמקייטן פֿון דער רעוואָלוציאָנערער צײַט (פֿון דעם "מיליטערישן קאָמוניזם") וועלן זיך אײַנשטילן, און די געשעענישן אין לאַנד וועלן זיך אַנטוויקלען אין הסכּם מיט אַן עכטן מאַרקסיסטישן סצענאַר, מיט מער אָדער ווייניקער דעמאָקראַטישע פֿאָרמען אין פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. מענטשן פֿון דער דאָזיקער, דריטער, גרופּע, זײַנען, סוף-כּל-סוף, אָדער אַריבער אין דעם באָלשעוויסטישן לאַגער, אָדער געוואָרן ביטערע קעגנער פֿון קאָמוניזם.
מיט 91 יאָר צוריק, אין 1921, איז די פֿראַגע "וווּהין און מיט וועמען צו גיין ווײַטער?" שאַרף געשטעלט געוואָרן אויך אין אַמעריקע, אין די ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען זיך צעטיילט — ס׳רובֿ זײַנען אַוועק אין דער באָלשעוויסטישער ריכטונג, די איבעריקע האָבן זיך פֿאַרפֿעסטיקט אין דעם אַנטי-קאָמוניסטישן לאַגער. דער דאָזיקער גט האָט, אין אַ גרויסער מאָס, רויִנירט די סאָציאַליסטישע באַוועגונג. זי איז שוין קיין מאָל ניט געוואָרן אַזוי שטאַרק ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן.
צוזאַמען מיט דער גאַנצער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, האָט די רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס" דעמאָלט איבערגעלעבט זייער אַ שאַרפֿן קריזיס. זי האָט פֿאַרלוירן אַ צאָל טאַלאַנטירטע זשורנאַליסטן און האָט געהאַט מורא צו פֿאַרלירן אַ געוויסן חלק פֿון די לייענער. אייניקע פֿון די "אַנטלאָפֿענע" האָבן זיך דערנאָך אומגעקערט, און הלל ראָגאָף, אויך צווישן די "דיסידענטן", האָט אַפֿילו דערנאָך רעדאַקטירט די צײַטונג.
די צײַטונג איז אין יענער צײַט געוואָרן אַלץ מער אַנטי-קאָמוניסטיש. תּחילת האָט עס געהאַט אַ שײַכות, דער עיקר, צו היגע קאָמוניסטן. ביסלעכווײַז איז דער טאָן פֿון די פּובליקאַציעס געוואָרן אויך אַלץ מער אַן אַנטי-סאָוועטישער. בינו-לבינו, האָבן זיך אין דער רעדאַקציע באַוויזן מענטשן, געקנאָטן פֿון אַן אַנדערן אידעאָלאָגישן טייג — זיי האָבן געהערט צו דער מענשעוויסטישער גרופּע, וועלכע האָט גלײַך אָפּגעוואָרפֿן די אָקטאָבער-רעוואָלוציע. צווישן די דאָזיקע האַרטע מענשעוויקעס איז געווען אויך מאַרק כינאָי (1884—1968).
כינאָי איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אין אַ משפּחה פֿון אַ וואַלד-אָנגעשטעלטן, וואָס פֿלעגט אָפֿט אַריבערפֿאָרן פֿון איין אָרט אויף אַן אַנדערן. ווי אַ סך ייִנגלעך פֿון זײַן דור, האָט ער זיך געלערנט סײַ אין חדר סײַ אין אַ רוסישער שול. עפּעס אַ צײַט האָט ער געאַרבעט אין אַן אַפּטייק און זיך געלערנט אויף פֿאַרמאַצעווט. אין יאָר 1899 איז כינאָי אַוועק קיין ווילנע, וווּ ער איז צוגעשטאַנען צו דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, געווען טעטיק, לעגאַל און אומלעגאַל, אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. סוף 1908 האָט ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און זיך באַזעצט אין פּאַריז.
אין אינטערנעץ האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף כינאָיס אייגענער באַשרײַבונג פֿון זײַן וועג קיין אַמעריקע: (flps.newberry.org/group/russian/data.html?page=146)

קיין שיקאַגאָ זײַנען מיר געקומען פֿון פּאַריז דורך סאַוטהעמפּטאָן, גלאַזגאָ, לאָנדאָן און ניו-יאָרק. "מיר" מיינט דאָ מײַן ווײַב, דינע זאַריעווסקי-כינאָי; איך, מאַרק כינאָי, און אונדזער טאָכטער אַלעקסאַנדרע. אָנגעקומען זײַנען מיר אין אָקטאָבער 1913. מיר זײַנען געקומען ווי פּאָליטישע עמיגראַנטן פֿון צאַרישן רוסלאַנד, וווּ יעדערער פֿון אונדז האָט דערפֿילט דעם טעם פֿון צאַרישע טורמעס. אַלעקסאַנדרע האָט עס דערפֿילט, ווײַל זי איז געבוירן געוואָרן אין דער פּעטערבורגער פּאָליטישער תּפֿיסה פֿאַר פֿרויען. מײַן ווײַב און איך זײַנען אין די יאָרן פֿון אונדזער אונטערערדישער טעטיקייט געווען אַרעסטירט; זי — זעקס מאָל, איך — פֿיר מאָל. איידער מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד, האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ און פֿערציק חדשים אין תּפֿיסה און כ׳בין געווען צוויי מאָל אַרויסגעשיקט אין סיביר.

אין די זעלבע זכרונות באַשרײַבט ער, ווי עס האָבן אויסגעזען די רוסישע סאָציאַליסטישע קרײַזן אין שיקאַגאָ ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה. אים איז צוניץ געקומען דער פֿאַך פֿון אַ שריפֿטזעצער — ער האָט עס באַהערשט נאָך אין ווילנע און געאַרבעט אין דרוקערײַען פֿון פֿאַרשיידענע שטעט. אַ חוץ אַרבעטן אין אַ דרוקערײַ, האָט ער אויך געשריבן פֿאַר דער רוסישער סאָציאַליסטישער פּרעסע. אָבער נאָך אַ גאַנץ צופֿעליקער באַגעגעניש מיט אַב. קאַהאַנען האָט זײַן לעבן זיך אַ קערעווע געטאָן אין אַן אַנדער זײַט. וועגן דעם דאָזיקן גורלדיקן מאָמענט האָט כינאָי דערציילט אין יאָר 1961 אין אַ בלעטל זכרונות (געשריבן, אַ פּנים, צום 10טן יאָרצײַט פֿון אַב. קאַהאַן), וואָס איך ברענג דאָ מיט אייניקע קירצונגען:
מײַן ערשטע באַגעגעניש 
מיט אַב. קאַהאַן
סוף אָקטאָבער 1921 איז דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", אַב. קאַהאַן, געקומען קיין שיקאַגאָ אויפֿקלערן די דאָרטיקע פּאַרטיי-גענאָסן די סיבות פֿון דער שפּאַלטונג אין דער ייִדישער סאָציאַליסטישער פֿעדעראַציע, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער, און קלאָר מאַכן פֿאַר זיי די שטעלונג, וואָס די "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִעישאָן האָט גענומען צו דער טראַגישער פּאַסירונג.
ווען עס איז באַקאַנט געוואָרן די כּוונה פֿון קאַהאַנס וויזיט האָבן מיר אַלע געוואַרט מיט אומגעדולד אויף דעם עפֿנטלעכן מיטינג, וואָס איז אין פֿאַרבינדונג מיט דעם אַנאָנסירט געוואָרן. בײַ דעם וויזיט האָב איך צום ערשטן מאָל באַגעגנט קאַהאַנען, און בײַ דער באַגעגעניש האָט קאַהאַן אַרויסגעוויזן אַזאַ שטריך אין זײַן כאַראַקטער, וואָס מען זעט זייער זעלטן בײַ באַרימטע פּערזענלעכקייטן. איך, יעדנפֿאַלס, וועל אָט די דאָזיקע גורלפֿולע באַגעגעניש קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן.
מיך האָט באַזונדערס שטאַרק אינטערעסירט וואָס קאַהאַן האָט צו זאָגן וועגן דער שפּאַלטונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין זײַן אָפּוועזנהייט איידער ער האָט זיך צוריקגעקערט פֿון זײַן לעצטער רײַזע איבער אַ צאָל אייראָפּעיִשע לענדער. בײַ דער קאָנפֿערענץ האָט די מערהייט פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿאַרלאָזט די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי און געהאַלטן בײַם פֿאַראייניקן זיך מיט די קאָמוניסטן. נאָך מער אומפֿאַרשטענדלעך איז געווען דער פֿאַקט, וואָס צוזאַמען מיט דעם פֿעדעראַציע-פֿירער סאַלוצקי זײַנען אַוועק פֿון "פֿאָרווערטס" אַכט וויכטיקע שרײַבער און זשורנאַליסטן.
ווען איך בין אַרײַן אין זאַל (אויב איך מאַך קיין טעות ניט, איז דאָס געווען די דאָגלאַס-אוידיטאָריע), איז ער געווען געפּאַקט און צווישן עולם האָבן זיך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ גאָר גרויסע צאָל קעגנער פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי און קעגנער פֿון דעם נײַ-געגרינדעטן ייִדישן סאָציאַליסטישן פֿאַרבאַנד און זײַן נײַעם אָרגאַן, "דער וועקער". דאָך, ווען קאַהאַן האָט זיך באַוויזן אויף דער בינע, האָבן די פֿאַרזאַמלטע אים אויפֿגענומען מיט שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן און אַ גרויסע צאָל האָט זיך אויפֿגעשטעלט און דעמאָנסטראַטיוו פֿאָרגעזעצט צו אַפּלאָדירן.
נאָך אַ קורצן אַרײַנפֿיר האָט דער פֿאָרזיצער פֿאָרגעשטעלט דעם גאַסט. דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל וואָס איך האָב געהערט קאַהאַנען רעדן. מיט זײַן אויסזען, מיט זײַן הויכער שלאַנקער פֿיגור און קלוגן, ענערגישן, ווי אויסגעטאָקטן פּנים, האָט ער אויף מיר געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק. אָבער ניט מיט זײַן רעדנער-קראַפֿט. אַמווייניקסטן, ניט בײַם אָנהייב פֿון זײַן פֿאָרטראָג. וואָס לענגער אָבער ער האָט גערעדט, האָבן זיך אַלץ שטאַרקער געלאָזט פֿילן די אומזעבאַרע פֿעדעם, וואָס האָבן זיך געצויגן כּמעט אָן אַן איבעררײַס צווישן דעם רעדנער און דעם עולם אין זאַל. מיט אַ מאָדנער שפּאַנונג האָבן די פֿאַרזאַמלטע זיך צוגעהערט צו די ווערטער און אַרגומענטן פֿון אָראַטאָר. אייניקע האָבן אַפֿילו פֿון צײַט צו צײַט איבערגעריסן זײַן רעדע מיט שטאַרקע אַפּלאָדיסמענטן.
פּאַסירט האָט דאָס ווען ער האָט חוזק געמאַכט פֿון די ר-ר-רעוואָלוציאָנערן אָלגין, צבֿיון, ליליפּוט, נאָוויק און זייערע חבֿרים, וועלכע האָבן געקראָגן אַ דראַנג צום קאָמוניזם און צו אַ באַלדיקער רעוואָלוציע אין אַמעריקע אויפֿן רוסישן שטייגער: ר-ר-רעוואָלוציאָנערן, וועלכע האָבן איבערגעריסן מיט דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, ווײַל זי איז ניט גענוג ראַדיקאַל פֿאַר זיי, און מיטן "פֿאָרווערטס", וועלכער שטיצט אָט די פּאַרטיי, וואָס איז אַזוי "רעאַקציאָנער", אַז זי וויל זיך ניט אונטערוואַרפֿן דער דיסציפּלין פֿון דעם דריטן קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל; וויל ניט אָננעמען לענינס פּלאַן פֿון באַלדיקער רעוואָלוציע אין אַמעריקע און וואָס איז אפֿשר נאָך מער "סקאַנדאַליעז" — האָט קאַהאַן געזאָגט — זאָגט זיך אָפּ אויסצושליסן פֿון אירע רייען אַזעלכע "רעאַקציאָנערן" און "פֿאַררעטער", ווי: מאָריס הילקוויט, וויקטאָר בערגער, מאיר לאָנדאָן, אַלדזשערנאָן לי, יודזשין אָניל און אַב. קאַהאַן — ווי דאָס האָט געפֿאָדערט דער קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל אין זײַן ענטפֿער אויף דער אַפּליקאַציע, אַז מע זאָל די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישע פּאַרטיי אַרײַננעמען אין דעם נײַ-געשאַפֿענעם "דריטן אינטערנאַציאָנאַל".
ווען קאַהאַן האָט געענדיקט, האָט דער פֿאָרזיצער געמאָלדן, אַז די פֿאַרזאַמלטע קענען שטעלן פֿראַגן, אויף וועלכע גענאָסע קאַהאַן וועט גערן ענטפֿערן. פֿראַגן זײַנען געווען אַ סך, אַ טייל פֿון די פֿראַגן-שטעלער האָבן זיך אָבער ניט באַנוגנט מיט פֿראַגן, זיי האָבן פּרובירט אָפּפֿרעגן קאַהאַנס מיינונג וועגן די סיבות פֿון דער שפּאַלטונג אָדער די מאָטיוון פֿון די, וועלכע זײַנען אַרויס פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי און זיך געשטעלט אויפֿן וועג, וואָס פֿירט, לויט קאַהאַנס מיינונג, צום מאָסקווער נוסח פֿון קאָמוניזם. אַנדערע האָבן ניט נאָכגעפֿאָלגט דעם בײַשפּיל פֿון די אָלגינס, די צבֿיונס, די ראָגאָווס, די נאָוויקס און די ליליפּוטס.
גייענדיק צום מיטינג בין איך געווען זיכער, אַז איך וועל זיך ניט באַטייליקן אין דער דיסקוסיע. איך האָב ניט געהאַט קיין צוטרוי צו מײַן ייִדיש לשון, מיט וועלכן איך האָב זיך ניט גענוצט מער ווי צוואַנציק יאָר. דערצו האָב איך אין מײַן געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט קיין מאָל ניט אויסגעצייכנט זיך ווי אַ רעדנער פֿאַר אַ גרעסערן עולם. דאָך האָב איך אין דער לעצטער מינוט ניט אויסגעהאַלטן, אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין האָב איך געבעטן דאָס וואָרט — און עס גלײַך באַקומען. ניט טראַכטנדיק לאַנג בין איך אַרויס מיט שווערע טענות צו קאַהאַנען: פֿאַרזיכערט אים, אַז, לויט מײַן מיינונג, האָט ער געדאַרפֿט זײַן דער לעצטער צו קריטיקירן די אָלגינס און די צבֿיונס פֿאַר שטעלן זיך מיט דער פּלייצע צו דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי און פֿאַר זייער נײַ-אַנטדעקטער ליבע צום קאָמוניזם. איך האָב אים דערמאָנט, אַז אין די לעצטע דרײַ יאָר האָט דער "פֿאָרווערטס" אונטער זײַן, קאַהאַנס, רעדאַקציע, געהאָלפֿן שטאַרק אונטערצוהאַלטן בײַם ייִדישן עולם די אילוזיע, אַז לענין און זײַנע תּלמידים פֿירן אײַן מיט דער הילף פֿון זייער "מיליטערישן קאָמוניזם" אַ סאָציאַליסטישע אָרדענונג אין רוסלאַנד. און דערמאָנט, אַז איינצײַטיק מיט דעם האָט דער "פֿאָרווערטס" ניט דורכגעלאָזט די געלעגנהייט צו שילדערן אין העלע פֿאַרבן "די גרויסע זיגן", וואָס דער קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל זאָל האָבן אָפּגעהאַלטן איבער דעם סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל אין אַ ריי לענדער, און אין גאַנצן פֿאַרשוויגן די מפּלות, וואָס די קאָמוניסטישע פֿירער האָבן געליטן אין זייער שטרײַט מיט זייערע סאָציאַליסטישע קעגנער אין גאָר אַ גרויסער צאָל לענדער פֿון מערבֿ-אייראָפּע.
ניט בלויז אָט די זיגן האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרשוויגן. ער האָט סיסטעמאַטיש איגנאָרירט דעם העלדישן ווידערשטאַנד, וואָס אונדזערע פּאַרטייען האָבן אַרויסגעוויזן צום קאָמוניזם אין אַזעלכע לענדער ווי: פֿראַנקרײַך, עסטרײַך, דײַטשלאַנד, טשעכאָסלאָוואַקיע, ענגלאַנד, בעלגיע און די סקאַנדינאַווישע לענדער. ווער רעדט שוין וועגן דעם גאָר העלדישן קאַמף, וואָס אַלע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען אין רוסלאַנד, אַרײַנגערעכנט די ראַדיקאַלסטע גרופּירונג צווישן זיי — די וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿון [די אָנגעזעענע מענשעוויקעס] מאַרטאָוון, אַבראַמאָוויטשן, דאַנען און זייערע חבֿרים — פֿירן אָן קעגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים. און אָט די אַלע פֿאַקטן — האָב איך געזאָגט — ווערן אין גאַנצן ניט דערמאָנט אין "פֿאָרווערטס". ניט קענענדיק, צוליב מאַנגל אין צײַט, שילדערן זיי אַלע, האָב איך זיך אָפּגעשטעלט בלויז אויף אַ פּאָר פֿון זיי...
קוים האָב איך זיך אַוועקגעזעצט, ווי מײַנע שכנים און פּאָליטישע פֿרײַנד בלומין און פֿישער, פֿון דער "פֿאָרווערטס"-משפּחה, זײַנען צוגעקומען און געמאַכט מיר אַ שטרענגן פֿאָרוווּרף: "איר׳ט ניט געטאָרט אַזוי רעדן. קאַהאַן וועט דאָס אײַך קיין מאָל, קיין מאָל ניט מוחל זײַן! קיין מאָל..."
קאַהאַן האָט ווידער געקראָגן דאָס וואָרט. גערעדט מיט טעמפּעראַמענט און לאַנג, געענטפֿערט אַלע פֿראַגן-שטעלער און אַלע אָפּאָנענטן — אַרײַנגערעכנט מײַן קלייניקייט. וועגן מיר האָט ער גערעדט קורץ און, צו מײַן איבערראַשונג, זייער העפֿלעך, געפּרוּווט אַפֿילו וואַרפֿן די שולד פֿאַר די זינד און בלויזן, וואָס איך האָב דערמאָנט, אויף אַנדערע — אויף די נײַעס-שרײַבער, אויף דעם סיטי-עדיטאָר מ. אָשעראָוויטש און אויף זײַן "עקספּערט" איבער סאָציאַליסטישע נײַעס — פּ. נאָוויק.
די פֿאַרזאַמלונג איז געשלאָסן. דער עולם הייבט אָן צו פֿאַרלאָזן דעם זאַל. אויך מיר, מײַן פֿרוי און איך, הייבן זיך אויף און שטופּן זיך צו דער טיר. פּלוצעם דערהערט זיך קאַהאַנס שטימע: "טאָוואַרישטש! טאָוואַרישטש, אָבאָזשדיטע, וואַרט אַ מינוט!" — און דער זעכציק-יאָריקער קאַהאַן גיט פּלוצעם אַ שפּרונג פֿון דער בינע און לאָזט זיך לויפֿן צו דער טיר. עמעצער פֿון מײַנע שכנים גיט אַ זאָג: "כינאָי, דאָס רופֿט קאַהאַן אײַך". איך גיב אַ קוק אויף צוריק — יאָ, קאַהאַן לויפֿט אין מײַן ריכטונג. איך וווּנדער זיך, זאָל דאָס מיינען, אַז דער אימפּולסיווער קאַהאַן קלײַבט זיך אָפּצורעכענען מיט דעם שייגעץ, וועלכער האָט זיך דערלויבט זאָגן אים מוסר בײַ אַן עפֿנטלעכן מיטינג? — לויפֿט מיר דורך אַ געדאַנק.
קאַהאַן איז צוגעגאַנגען, אָנגענומען מײַן האַנט, געשוויגן אַ מינוט — אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם — און אַ פֿרעג געטאָן:
"גענאָסע כינאָי, וואָלט איר געוואָלט אָנשרײַבן פֿאַר מיר די אַלע פֿאַקטן און אַנטוויקלונגען אין דער סאָציאַליסטישער און קאָמוניסטישער וועלט, וואָס איר האָט דאָ הײַנט דערמאָנט אין אײַער בייזער קריטיק?"
איך קוק אויף אים, און פֿון גרויס איבערראַשונג קען איך ניט ענטפֿערן.
ער האָט, ווי עס שײַנט, פֿאַרשטאַנען מײַן פֿאַרלעגנהייט און פֿאָרגעזעצט:
"איך מיין דאָס ערנסט, טאָוואַרישטש, זייער ערנסט".
"איר ווילט, איך זאָל נאָך מײַן הײַנטיקער רעדע שרײַבן פֿאַרן ‘פֿאָרווערטס’, און אין ייִדיש?"
"יאָ, אין ‘פֿאָרווערטס’ און אין ייִדיש".
איך בין זיכער, אַז ער שפּאַסט. און דאָך זאָג איך אים, אַז דאָס איז ניט מעגלעך. זינט איך האָב מיט 23 יאָר צוריק פֿאַרלאָזט מײַנע עלטערן, האָב איך געלעבט כּסדר צווישן רוסן, מערסטנס אין טיף רוסלאַנד און קיין ייִדיש ניט גערעדט און ניט געשריבן.
קאַהאַן לאָזט זיך ניט איבעררעדן, דערמאָנט מיר, אַז איך בין זיכער אַ מאָל געגאַנגען אין חדר און גערעדט ייִדיש מיט מײַן מוטער און אפֿשר אויך מיט דעם פֿאָטער, און געבעטן פּרובירן צו שרײַבן ייִדיש. אויב עס וועלן דאָרטן זײַן רוסיציזמען, וועט מען זיי אין דער רעדאַקציע קאָרעגירן. אין ערגסטן פֿאַל — האָט ער געזאָגט — קענט איר שרײַבן אין רוסיש און מיר וועלן עס איבערזעצן אין ייִדיש. ...
"נו, גוט, איכ׳ל פּרובירן" — האָב איך געזאָגט, ... און צו מײַן איבערראַשונג האָב איך באַוויזן צו זײַן פֿאַרטיק אין אַ פּאָר טעג אַרום, ווי דאָס ווײַזט די טעלעגראַם פֿון קאַהאַנען, וואָס איך האָב דערהאַלטן פֿון אים דעם 30סטן אָקטאָבער. ער שרײַבט אין איר:

דער אַרטיקל איז אָלרײַט. שיקט אַרויס פֿאָרזעצונג באַלד. דעקט אַלע לענדער וואָס איר האָט דערמאָנט, און שנעל. איך מוז האָבן אַלע אַרטיקלען איידער מיר הייבן אָן זיי צו דרוקן. לאָזט מיר וויסן, צי איר וואָלט צוגעשטימט צו קומען קיין ניו-יאָרק אויף אַ פּראָבע ווי אַ שרײַבער פֿון נײַעס און אַרטיקלען אין אונדזער צײַטונג.
אַב. קאַהאַן

אין אַ פּאָר טעג אַרום האָב איך דערהאַלטן פֿון קאַהאַנען אַ לאַנגן בריוו, אין וועלכן ער דאַנקט פֿאַר מײַן ענטפֿער און דריקט אויס זײַן פֿרייד מיט דעם, וואָס איך האָב דעם אָנבאָט צו קומען אַרבעטן אין ניו-יאָרק אָנגענומען. ער שרײַבט אויך אויספֿירלעך, אויף וועלכע באַדינגונגען און אין וואָס עס וועט באַשטיין מײַן אַרבעט. ... אין אַ וואָך אַרום, דעם אַכטן נאָוועמבער, בין איך שוין געווען אין ניו-יאָרק און געוואָרן צו ערשט אַ צײַטווײַליקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" און אין ווייניקער ווי דרײַ חדשים — אַ שטענדיקער נײַעס- און עדיטאָריאַל-שרײַבער.

* * *
ווען עס קומט צו זכרונות, בין איך תּמיד פֿול מיט סקעפּטיציזם. דאָס איז דאָך אַ געפֿערלעכער זשאַנער, פֿון וועלכן מע קען דערוואַרטן אַ געשיכטע, וואָס זעט נאָר אויס ווי אַ מעשׂה-שהיה, בעת אין דער אמתן האָט עס אַ קנאַפּן שײַכות צו רעאַלע געשעענישן. אָבער די טעג האָב איך באַקומען אַ מעגלעכקייט (דאָ קומט מײַן האַרציקער דאַנק די אַרכיוויסטן פֿון ייִוואָ!) אַרײַנצוקוקן אין מאַרק כינאָיס פּאַפּירן, וועלכע ווערן גראָד איצט אויסגעסדרט. און כּמעט גלײַך האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ בריוו, דאַטירט דעם 31טן אָקטאָבער 1931, וואָס אַב. קאַהאַן האָט געשיקט — דווקא אויף ענגליש — צו כינאָי. איך ברענג דאָ מײַן איבערזעצונג פֿון דעם גרעסטן טייל פֿון דעם דאָזיקן בריוו, וואָס "באַשטעטיקט" די זכרונות:

טײַערער גענאָסע כינאָי,
איך האָב באַקומען אײַער טעלעגראַם. כ׳דאַנק אײַך פֿאַר אַ גיכן ענטפֿער. ווײַטער וועל איך דערקלערן דעם ענין מער פּרטימדיק. די אַרבעט, וואָס איך האָב אין זינען, איז אַזאַ: איר מוזט קומען אין ביוראָ 6 אַ זייגער אין דער פֿרי און העלפֿן שרײַבן די נײַעס. איך בין פֿאַראינטערעסירט אין אײַך צוליב דער סיבה, וואָס איך פֿיל, אַז איר זײַט באַקאַנט מיט פּאָליטיק אין אייראָפּע און, בכלל, אין אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק. אַנדערש געזאָגט, איר לייענט צײַטונגען וועלכע זײַנען אין קורס פֿון וויכטיקע געשעענישן וואָס קומען פֿאָר אין אונדזער צײַט. ס׳איז קלאָר, אַז איר קענט זייער גוט רוסלאַנד און אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע און איך האָב אַן אײַנדרוק, אַז איר פֿאַרשטייט ענגליש באמת גוט.
די נײַעס הייבט מען אָן צו שרײַבן 6 אַ זייגער אין דער פֿרי. שפּעטער, נאָך אַן איבעררײַס, שרײַבט מען אַן אַרטיקל אויף עפּעס אַ טעמע, אויף וועלכער מע קריגט הסכּמה פֿון דעם רעדאַקטאָר. אָבער דאָס מיינט נאָר אַכט אַרטיקלען אַ וואָך. פֿרײַטיק איז אַ טאָפּלטער טאָג פֿאַר שרײַבן נײַעס, ווײַל די שבתדיקע צײַטונג ווערט צוגעגרייט פֿרײַטיק נאָך מיטאָג. שבת קומען מיר אין ביוראָ נאָר נאָך מיטאָג, אין גאַנצן אויף אַ שעה צי אַ פּאָר שעה. זונטיק אַרבעט מען ניט.
פֿון די אַרטיקלען אײַערע, וועלכע איך האָב געלייענט, באַשליס איך אַז, אַ חוץ געוויסע קלייניקייטן, וואָס מע דאַרף בײַטן, קענט איר שרײַבן אַ ייִדיש, וואָס לאָזט זיך לייענען.
מיר וועלן זיכער באַצאָלן פֿאַר אַלע הוצאות פֿאַרבונדן מיט אַריבערצופֿאָרן און מיט פֿאַרלירן צײַט. מיר מוזן אויספּרוּוון אײַך אין משך פֿון צוויי צי דרײַ חדשים, און אין דער צײַט וועט איר, פֿאַרשטייט זיך, באַקומען אַ געהאַלט. און דערנאָך, אויב איר וועט "אויסהאַלטן דעם עקזאַמען", וועט איר באַשטימט ווערן פֿאַר אַ שטענדיקן מיטאַרבעטער. דעמאָלט וועט אײַער געהאַלט זײַן 60 דאָלאַר אַ וואָך.

אָט אַזוי איז כינאָי געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" און האָט אָפּגעאַרבעט אין דער צײַטונג כּמעט ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.