ליטעראַטור

זײַן ווײַב איז געווען אַ שיינע. פֿון איר פּנים האָט געשלאָגן אַ וואַרעמע ליכטיקייט, אירע אויגן האָבן געלויכטן, אירע הענט האָבן געהאַט אַ וואַרעמע פֿולקייט און יעדע באַוועגונג פֿון איר קערפּער האָט גערופֿן און גערייצט.
זי האָט געשמייכלט צו אַלע מענער, און ווען די מענער האָבן גערעדט מיט איר, זענען זיי געווען אומרויִק און נאַריש צעשמייכלט.
אָבער ער, איר מאַן, האָט זי פֿײַנט געהאַט. ער האָט פֿײַנט געהאַט די לויכטנדיקייט פֿון אירע אויגן. ער האָט פֿײַנט געהאַט דאָס שפּיל פֿון אירע ליניעס און די קערנדיקע פֿולקייט פֿון איר לײַב איז פֿאַר אים געווען ליידיק און הויל.