ליטעראַטור

בײַ דער יוגנט פֿון די פּויליש־ליטווישע שטעטלעך האָט געגאָלטן דער כּלל: וויל מען זיך ווידמען מיסחר — פֿאָרט מען קיין וואַרשע, וויל מען זיך ווידמען תּורה — פֿאָרט מען קיין ווילנע.
אַ יונג מיט אַ לענגלעך בלאַס פּנים, באַרעמט פֿון אַ שוואַרצן פּוך, וואָס קיין גאָלמעסער האָט עס נאָך ניט אָנגערירט, טרייסלט זיך אויף דער פֿור, וואָס פֿאָרט אַרײַן אין דער ווילנער פֿאָרשטאָט. דער זשוויריקער ווייכער שאָסיי האָט זיך געענדיקט, ס׳הייבט זיך אָן דער ברוק, און די פֿור צעבריאַזגעט זיך מיט אַלע אירע אײַזערנע אבֿרים. דער יונג קוקט מיט קײַלעכדיקע אויגן: נידעריקע, באַלאָדנטע הילצערנע הײַזלעך מיט ברייט־טיריקע ייִדישע קראָמען; אַ פּויערשער וואָגן מיט אַ צוגעבונדן פֿערד, וואָס האָט טיפֿזיניק אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ אין טאָרבע; אַ שמאָלער ייִד אין אַ לאַנגער קאַפּאָטע, וואָס שפּאַנט אַ פֿאַרטראַכטער, די הענט פֿאַרלייגט אויף הינטן; ייִנגלעך אין היטלען מיט פֿאַרריסענע דאַשעקעס, וואָס טראָגן זיך איבער דער גאַס, — אַלץ כּמעט, ווי בײַ אים אין שטעטל. נאָר אָט ווערן די הײַזער געדיכטער, עס שפּרינגט פּלוצלינג אַרויס אַ צוויי־גאָרנדיקער מויער, הינטער אים עפֿנט זיך אַ נײַע גאַס, אויך אַ ברוקירטע, און אויף איר שטופּן זיך צוויי־גאָרנדיקע און אַפֿילו דרײַ־גאָרנדיקע הײַזער און אין דער ווײַטן, אין דער אונטערגייענדיקער זון, טורעמס פֿון קלויסטערס און שפּיצן פֿון דעכער און פֿאַבריק־קוימענס — ניין, ס׳איז נישט קיין שטעטל, ס׳איז ווילנע! די גאַס גייט באַרג־אַראָפּ, דאָס פֿערדל שטעלט פֿיס. די פֿור טרייסלט און ליאַרעמט און בריאַזגעט און דרינגט אַרײַן טיפֿער און טיפֿער אין דעם געפּלאָנטער פֿון גאַסן, געסלעך, הייף, צוימען, קלויסטערס און מויערן. דער בעל־עגלה ווערט לעבעדיקער, נעמט די בײַטש אין דער האַנט און קוקט זיך מעשׂה זיגער אום אויפֿן בחור:
נו, חיים־זעליק, אָנגעקומען!
חיים־זעליק קוקט אַ צעטומלטער און מבֿולבלטער אויף דער שטאָט. פֿון טרייסלעניש רוקט ער זיך אַלע ווײַלע אַראָפּ פֿונעם אָנגעשטאָפּטן זאַק, אויף וועלכן ער זיצט. ער מאַכט זיך צו רעכט, קלאַמערט זיך אין וואָגן און קוקט זיך אומאויפֿהערלעך אַרום: הינטער יעדן פֿענצטער דאַכט זיך אים אַ תּלמוד־חכם, הינטער יעדער וואַנט מאָלן זיך אים שטענדערס, איבער וועלכע עילוים שאָקלען זיך און זײַנען משׂיג סיתרי־תּורה. איין קלייניקייט — ס׳איז דאָך ווילנע! טאָ ווי קומט ער זיך רוקן אַהער מיט זײַנעם אַ חיבור?
חיים־זעליק איז ניט געווען קיין געוויינטלעכער ישיבֿה־בחור, וואָס פֿאָרט זיך לערנען אין ראַמײַלערס ישיבֿה. ער איז געווען אַן עילוי, נאָר אַן עילוי פֿון אַ באַזונדערן מין. דאָס איי, וואָס די הון האָט געלייגט אום שבת, האָט ניט פֿאַרטשעפּעט זײַן דמיון. ס׳האָבן אים פֿאַרכאַפּט אַלערליי חשבונות און לוח־אויסרעכענונגען, וואָס זײַנען צעשפּרייט אין תּלמוד. צו אַכצן יאָר איז ער משׂיג געווען אַלע אויסלייגעכצן אין חכמת־החשבון. ניט קענענדיק קיין איין שפּראַך, אויסער דעם תּלמוד־לשון און מאַמע־לשון, האָט ער אַליין דערטראַכט זיך צו אַן אייגענער מאַטעמאַטיק און פֿאַרפֿאַסט אַ חיבור, אין וועלכן ס׳איז געווען אי אַלגעברע, אי אַפֿילו עלעמענטן פֿון העכערער מאַטעמאַטיק.
ער האָט געוויזן דעם חיבור דעם רבֿ און אַנדערע מבֿינים אין שטעטל. יענע האָבן געקנייטשט די שטערנס, זיך געוווּנדערט אויפֿן טיפֿן שׂכל, נאָר נישט פֿאַרשטאַנען און געגעבן אים בריוועלעך צו ווילנער משׂכּילים — דאָרט וועט מען זיך שוין פֿאַנאַנדערקלײַבן און אפֿשר אויך אָפּדרוקן דעם חיבור.
די פֿור האָט פֿאַרקערעוועט אין אַ שמאָל געסל, און אין אַ ווײַלע אַרום איז זי אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ ברייט־צעעפֿנטן נידעריקן טויער פֿון אַ ברוקירטן הויף. דאָרט זײַנען שוין געשטאַנען עטלעכע וועגענער. עס האָט געשמעקט מיט שטאַל. אונטער די פֿיס האָבן זיך געוואַלגערט קופּקעלעך היי און מיסט. צווישן די האָרבאַטע שטיינער איז גערונען פֿערדישע השתּנה.
אין אַ ווײַלע אַרום איז שוין חיים־זעליק געזעסן אין דער אַכסניא בײַ אַ טישל. דאָס זעקל מיט די זאַכן האָט ער אַוועקגעשטעלט צופֿוסנס, דעם כּתבֿ־יד האָט ער אַוועקגעלייגט אויפֿן טיש און ניט אַראָפּגענומען פֿון אים קיין אויג.
דער בעל־הבית, אַ מענטש מיט אַ בנימוסדיק פּנים און מיט אַ געקרײַזלטער שוואַרצער באָרד, האָט דערלאַנגט דעם אורח אַ טעלער וואַרעמס און שמייכלענדיק אַ וווּנק געטאָן אויפֿן כּתבֿ־יד:
— אַ חיבור?
— אַ חיבור, — האָט אַ בורטשע געטאָן חיים־זעליק, נעמענדיק זיך צום וואַרעמס.
נאָר דער בעל־הבית איז ניט אָפּגעטראָטן. זײַנע קליינע שוואַרצע אויגן האָבן אַרויסגעשמייכלט פֿון די פֿולע קנייטשן אַרום זיי.
פֿון ערגעץ אַ שטעטל און געבראַכט עס אויף מבֿינות אין ווילנע?
חיים־זעליק איז ניט שטאַרק צופֿרידן געווען פֿונעם בעל־הבית׳ צודרינגלעכקייט.
— כ׳האָב בריוו צו משׂכּילים...
— אין ווילנע זײַנען אַלע משׂכּילים... אפֿשר וועט איר דערלויבן אַרײַנקוקן אין דעם?
— ס׳איז נישט פֿון דעם מין, וואָס איר מיינט.
פֿון דעסטוועגן... אויב נישט קיין עצה, איז כאָטשבע אַ מיינונג...
חיים־זעליק האָט אָן חשק אים צוגערוקט דעם כּתבֿ־יד. דער בעל־הבית איז אַוועק צום טאָמבאַנק, פֿאַנאַנדערגעוויקלט דעם כּתבֿ־יד און זיך פֿאַרטיפֿט אין אים.
חיים־זעליק האָט שוין לאַנג געענדיקט זײַן וואַרעמס. ער איז געזעסן און געקוקט אויפֿן בעל־הבית. קענטיק, יענער בלעטערט ניט סתּם אַזוי, נאָר איז טיף פֿאַרטאָן אין לייענען. צי דען איז דער ערשטער ווילנער, אויף וועלכן ער האָט אָנגעטראָפֿן, טאַקע דער אמתער מבֿין? און ווער? דער בעל־הבית פֿון אַן אַכסניא...
ענדלעך האָט דער בעל־הבית אויפֿגעהויבן די אויגן. אָנגעשטויסן זיך אויפֿן אומגעדולדיקן בליק פֿונעם בחור, האָט ער צו אים אַ שמייכל געטאָן. ער איז צוגעגאַנגען צום בחור, אַוועקגעלייגט דעם מאַנוסקריפּט אויפֿן טיש און זיך צוגעזעצט.
טשיקאַווע, טשיקאַווע... גאָר טשיקאַווע... איר זײַט פֿון תּלמוד אַריבער צו חכמת־המאַטעמאַטיק... און אַ סך מחדש געווען... אַ סך...
דעם בחורס בלאַסע באַקן האָבן זיך אָנגעגאָסן מיט אַ פּאַמעלעכדיקער רויטער פֿאַרב. נאָר דער ייִד האָט שוין געבלעטערט דעם כּתבֿ־יד.
אָט דאָ האָט איר אַ טעות געהאַט... ס׳איז נישט אַזוי... און דאָ האָט איר נישט דעם ריכטיקן באַווײַז געבראַכט... מען דאַרף עס באַווײַזן אָט אַזוי... און אָט דאָ בלאָנדזשעט איר אַרום און אַרום, אָבער טרעפֿט פֿאָרט צום אמת, לאָמיר זאָגן, האָט קיין פֿאַראיבל ניט, ווי אַ בלינדער פֿערד צום האָבער...
דער בחור איז געזעסן אַ געפּלעפֿטער. ער האָט געפּרוּווט דיסקוטירן, דערווײַזן... נאָר דער בעל־הבית האָט אים אָפּגעשטעלט מיט אַ ברייטן מאַך מיט דער האַנט:
— נישט דאָס איז דער עיקר. דער עיקר איז, וואָס אַלץ, וואָס איר האָט מחדש געווען, איז שוין לאַנג דערפֿונדן. דאָס איז דאָ אין די ביכער און מען לערנט דאָס אין די גימנאַזיעס און אוניווערסיטעטן.
— פֿון וואַנען ווייסט איר דאָס? — האָט מיט אַ געבראָכענער שטים געפֿרעגט דער בחור... — איר האָט עס אַליין געלייענט?
— איך האָב עס נישט געלייענט, נאָר אַרײַנגעקוקט אין יענע ביכער האָב איך. אין דער יוגנט האָט מיך אויך געצויגן צו אָט די פֿראַגעס.
— איר האָט זיך פֿאַרנומען מיט חכמת־המאַטעמאַטיק?
— זיך געוואָלט פֿאַרנעמען, — אין דעם אַלטנס שטים האָט אָפּגעקלונגען די צאַרטע בענקשאַפֿט צו דער געליבטער פֿון זײַן יוגנט, די בתולה מאַטעמאַטיק, — נאָר כ׳האָב מורא געהאַט.
— מורא געהאַט?
— יאָ, מורא געהאַט. כ׳האָב מורא געהאַט, כ׳וועלט אַראָפּגיין פֿון דרך־הישר.
— וואָס הייסט, דרך־הישר? — איז אויפֿגעקאָכט געוואָרן דער יונג. — צוויי מאָל צוויי איז דאָך שטענדיק פֿיר, ווער און ווען עס זאָל דאָס נישט זאָגן.
— ניין, ניט שטענדיק. מאַטעמאַטיק — דאָס איז די שטרענגסטע פֿאָרעם פֿון לאָגיק, און לאָגיק לייקנט אָפּ דעם גלויבן. שוין ניט איין מאָל האָט בײַ אונדז פּאַסירט, אַז מענטשן, וואָס האָבן אָנגעהויבן מיט צוויי מאָל צוויי — פֿיר, האָבן געענדיקט דערמיט, וואָס זיי זײַנען געוואָרן אַפּיקורסים.
אין אַכסניא זײַנען אַרײַנגעקומען אורחים פֿון אַ נײַ־אָנגעקומענער פֿור. דער בעל־הבית האָט זיך אויפֿגעהויבן זיי אַנטקעגן. זײַן בליק איז געוואָרן וואָכעדיק. חיים־זעליק האָט געקוקט אויפֿן בעל־אַכסניא, און אַלץ האָט אין אים געברויזט. אויב מען דאַרף דורכשטודירן אַנדערע, ניט קיין ייִדישע ביכער, וועט ער זיך ניט אָפּשרעקן פֿאַר דעם, ער וועט זיי דורכשטודירן. צוויי מאָל צוויי איז פֿיר. ווי קאָן אַזאַ אמת אַוועקפֿירן פֿון דער אמונה? אַז מ׳האָט פֿליגלען, טאָר מען זיי ניט אָפּשנײַדן. מ׳דאַרף פֿליִען און ניט באַדינען פֿורמאַנעס מיט שנאַפּס.
שפּעטער, אַז די בעל־הביתטע פֿון דער אַכסניא האָט זיך באַוויזן, האָט דער בעל־הבית אַוועקגעפֿירט דעם יונגן אורח אין אַ באַזונדערן חדר, ערגעץ טיף אין שטוב. ס׳איז געווען אַ קליין צימערל מיט צוויי אַלמערס ביכער און מיט אַ הויכער קושעטקע.
— איר וועט זײַן מײַן אורח. נישט דער אורח פֿון אַכסניא. אָט דאָ וועט איר שלאָפֿן.
בײַם ליכט פֿון אַ לעמפּל ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן זײַנען זיי געזעסן, געשמועסט, געבלעטערט ספֿרים. דער יונג איז געווען פֿאַרגאַפֿט.
ווער זענט איר? ווי איז אײַער נאָמען? — האָט סוף־כּל־סוף אויסגערופֿן דער אורח, אָפּרײַסנדיק זיך פֿון אַן אָרט אין אַ ספֿר, וואָס דער קרעטשמער האָט קאָמענטירט מיט אַ גוואַלדיקער חריפֿות.
יעקבֿ באַריט.
— דער גאָון יעקבֿ באַריט? — האָט אַ פֿאַרוווּנדעטער אויסגעשריִען חיים־זעליק.
דער בעל־הבית האָט שווײַגנדיק געגלעט זײַן באָרד. אַלע טיפֿע קנייטשעלעך אויפֿן ברייטן לומדישן פּנים האָבן געקוקט טרויעריק פֿאַרשעמט.
— און ווער זענט איר? ווי איז אײַער נאָמען?
— חיים־זעליק סלאָנימסקי.
— דעם נאָמען וועל איך פֿאַרגעדענקען. אויב איר וועט זײַן דרייסטער פֿאַר מיר אין פֿאַרנעמען זיך מיט אָט דעם “צוויי־מאָל־צוויי", וועט אײַער נאָמען נאָך מפֿורסם ווערן אַמאָל בײַ ייִדן.
מיט יאָרן שפּעטער איז טאַקע דער נאָמען פֿון חיים־זעליק סלאָנימסקי ברייט באַקאַנט געוואָרן. “דער ייִדישער הומבאָלדט" האָט מען אים גערופֿן. ער איז געווען דער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון עקזאַקטע וויסנשאַפֿטן בײַ ייִדן, דער מחבר פֿון אַ סך ביכער אין העברעיִש וועגן מאַטעמאַטיק און דער עיקר פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿטן.
אָבער פֿון “ייִדישקייט" — ווי מען האָט עס באַנומען מיט הונדערט יאָר צוריק — איז ער אַוועק. זײַן אייניקל, אַנטאָני סלאָנימסקי, איז באַרימט ווי אַ פּוילישער פּאָעט.
צוויי מאָל צוויי איז טאַקע ניט בלויז פֿיר.