- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — דער פּענסיע־פּלאַן פֿון "בני־ברית אינטערנאַציאָנאַל" איז לעצטנס אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין די הענט פֿון אַ דרויסנדיקן פֿאַרוואַלטער: די אַמעריקאַנער רעגירונג — אַ שריט, וואָס האָט אַרויסגערופֿן זאָרג וועגן דער פֿינאַנציעלער צוקונפֿט פֿון דער אָנגעזעענער, 169־יאָריקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע. אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. אין אַ נײַעם באַנד וועגן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — ״Modern Yiddish Stage״ — רעדאַקטירט פֿון די פּראָפֿעסאָרן יואל בערקאָוויץ און באַרבאַראַ הענרי קען מען אויך לייענען אַ סך אינטערעסאַנטע אַרבעטן וועגן ייִדישער מוזיק; בפֿרט, וואָס שייך מוזיק אויף דער בינע. אַלע עסעען אינעם באַנד זענען אינטערעסאַנט, אָבער מיר וועלן נאָר באַטראַכטן די אַרבעטן וואָס רירן אָן די טעמע פֿון אונדזער רובריק, מוזיק. די ייִדישע פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען אָפֿט געזונגען, און די לידער פֿון אליקום צונזער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועלוול זבאַרזשער, מיכל גאָרדאָן און יואל לינעצקי, צווישן אַנדערע, זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך געזאַנג, כאָטש מע האָט געוויינטלעך נישט געוווּסט ווער ס׳איז דער מחבר פֿונעם ליד. אַליסאַ קווינט שרײַבט וועגן דעם טערמין "פֿאָלקס־פּאָעזיע" לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זי דערמאָנט אונדז, אַז דער פֿרעפֿיקס "פֿאָלק" מיינט נישט, לאַוו־דווקא, אַז די פּאָעזיע איז פּשוט. די ביכער פֿון די דאָזיקע שרײַבער האָבן בפֿירוש געצילט אויף אַ מער סאָפֿיסטיצירטן עולם, נישט דאָס "פּראָסטע" פֿאָלק. אין איר פֿאָרמולירונג, האָבן זיי געשאַפֿן פֿאַרן סאַלאָן און נישט דער קרעטשמע. די ימים־נוראָים באַשטייען פֿון צוויי טיילן: ראָש־השנה און יום־כּיפּור. הגם ביידע יום־טובֿים ווערן באַטראַכט ווי "יום־הדין" — די טעג, ווען דער אייבערשטער מישפּט די גאַנצע וועלט און איטלעכע באַשעפֿעניש באַזונדערס, איז ראָש־השנה בעצם אַ פֿריילעכער טאָג. אַדרבה, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע יום־טובֿים, עסן מיר ראָש־השנה דווקא זיסע זאַכן — עפּל, האָניק, צימעס — ווי אַ סימן פֿונעם נײַעם יאָר, וואָס וועט זײַן, ווי מיר האָפֿן, זיס, געבענטשט און מזלדיק. ניט לאַנג בין איך געווען אויף אַ לעקציע, וועלכע ס׳האָט געלייענט אַ מער־ווייניק יונגער דאָקטער אין געביט פֿון ייִדיש. מײַנע אַ באַקאַנטע, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון קעשענעוו, וואָס איז אויך געווען אויף דער לעקציע, האָט מיר געזאָגט בײַם אַרויסגאַנג: "כ׳פֿאַרשטיי, אַז דער לעקטאָר רעדט אַ שיינעם ייִדיש, אָבער כ׳האָב כּמעט גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען". ווי אַזוי האָט זי מיט איר בעסאַראַבער "טאָטע־מאָמע"־לשון געקאָנט פֿאַרשטיין דעם הויכן אַקאַדעמישן ייִדיש? דעם ייִדיש, ווען מע רעדט אַרויס יעדער אות פֿונעם וואָרט, מיט אַן אַקצענט, וועלכער האָט קיין מאָל ניט עקזיסטירט בײַ די ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. וואָס זשע איז נעבעך שולדיק דער דאָקטער, אַז זײַנע לערער האָבן אים אַזוי געלערנט, אַז אויך פֿאַר זײַנע פּראָפֿעסאָרן איז ייִדיש געווען ניט קיין מאַמע־לשון. ס׳וואַקסט שוין אויס אַ צווייטער דור, וואָס רעדט אויף דעם אַקאַדעמישן, גראַמאַטיש־ריכטיקן, ווײַנרײַך־ייִדיש. פֿאָרמעל איז דאָס פֿאַר זיי מאַמע־לשון, ווײַל זייערע מאַמעס רעדן אויפֿן ייִדיש, אויסגעלערנט אין די אוניווערסיטעטן. דאָס אַמאָליקע מאַמע־לשון ווערט הײַנט פֿאַרביטן אויף ״alma mater־לשון״... |