ליטעראַטור

נאָכן לוסטגאָרטן, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ צערקווע און הײַנט איז פֿון דער צערקווע געבליבן בלויז דער ציגלנער פֿונדאַמענט — דאָרט, צווישן שטיינער און ווילדע געוויקסן, איז געלעגן קיווקע גנבֿ. לעבן אים — אַ רעקל. אויפֿן רעקל — אַ בלוי טוכן היטל מיט אַ לעדערנעם דאַשיק. קיווקע האָט זיך געוואַרעמט. ס׳העמד אַרום האַלדז איז בײַ אים געווען צעקנעפּלט. ער האָט הנאה געהאַט, וואָס די סעפּטעמבער־זון בריט נישט מער, וואָס אַרום איז אַזאַ בלויע רחבֿות. און אין דער רחבֿות, וווּ עס טראָגן זיך אלול־פֿעדים, הערט זיך ס׳געקלימפּער פֿון טרוקענע בלעטער, הערט זיך אַ ווײַט גערודער פֿון ווילדע גענדז.
וווּהין פֿליִען די גענדז?
פֿון דער בלויער רחבֿות, ווי פֿון אַ גוטן טרונק בראָנפֿן, האָט קיווקע דערפֿילט, ווי הענט און פֿיס גיסן זיך אָן מיט גבֿורה. דאָס ליגן אין פֿעלד האָט אים אָנגעהויבן צו דערעסן. די פֿוילקייט האָט געהאַלטן אין אויסוועפּן. ער האָט גרויס חשק געהאַט זיך צו לאָזן מיט די בערגלעך בלעטער, אַוועקצופּאַטשן פֿונעם שטעטל. און קיווקע האָט דאָ קיינעם נישט געהאַט, כאָטש ער איז געווען אַ געבירטיקער אַ מלאַווער.
פֿאַר די אַכט יאָר, וואָס קיווקע איז ניט געווען אינעם שטעטל, האָט זיך אַלץ געענדערט, און צום ערגערן. אַז די וועלט־מלחמה האָט אויסגעבראָכן, איז קיווקע געזעסן אין אָדעס פֿאַר אויפֿהאַקן אַ קאַסע. און אַז מען האָט אים באַפֿרײַט — איז שוין געווען נאָך דער מלחמה, ס׳איז געווען רעוואָלוציע. פֿיר יאָר האָט ער זיך געשלעפּט פֿון אָדעס קיין מלאַווע. ס׳האָט אים געצויגן אַהיים, וווּ ער האָט געהאָפֿט צו טרעפֿן די אַלטע מאַמע, געהאָפֿט צו טרעפֿן מאַרילען, “ס׳גאָלדענע הענטל", וואָס איז מיט אים געפֿאָרן אויף יאָרמערק. די אַלטע מאַמע איז געשטאָרבן אין דער מלחמה, און מאַרילע, וואָס איז אים געווען געטרײַער, ווי אַ לײַבלעך ווײַב, איז ווי אין וואַסער אַרײַן. דערצו אַזאַ דלות! פֿריִער בײַם רוס האָט די שטאָט געלעבט פֿון דער גרענעץ. מען האָט געמולכט פֿון פּרײַסן זײַדנס, ציגאַרן, בלאָזן אָקעוויט, זייגערלעך. מען האָט “געשוואַרצט" קיין דײַטשלאַנד פֿערד, פּאַרשוינען, וואַגאָנען מעל. בײַם פּאָליאַק האָט אַלץ אויסגעווירטשעפֿט. אויס מולכן, אויס שוואַרצן, אויס גרענעץ. דרייען זיך אַרום אַ שטאָט מיט מתים.
קיווקע וואָלט באַלד צו מאָרגנס אַנטלאָפֿן פֿון מלאַווע. האָט ער אָבער געוואָלט שטעלן דער מוטער אַ מצבֿה, געוואָלט בלײַבן דאָ איבער די ימים־נוראָים.
פֿון לוסטגאָרטן האָבן זיך דערטראָגן קולות, פֿאַרשטיקטע קולות, ווי מען וואָלט עמעצן געשלאָגן. דאָס האָט אָנגעהאַלטן בלויז אַ ווײַל און ס׳איז צוריק שטיל געוואָרן. באַלד האָט זיך דערהערט דאָס בילן פֿון אַ הונט, אַ בייז בילן. נאָכן בילן — ווידער קולות.
קיווקע האָט זיך אַ האַסטיקן זעץ אויף געטאָן. די בלויקייט האָט בײַ אים צוגענומען די ראיה. ער האָט זיך געריבן די אויגן און זיך אײַנגעהערט. ס׳געניטע אויער האָט אויפֿגעכאַפּט שטיקלעך געוויין. ס׳האַרץ האָט אים געזאָגט, אַז מען שלאָגט עמעצן, מען שלאָגט אַ ייִד.
ער האָט אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף זיך ס׳רעקל, ס׳היטל און זיך אַ לאָז געטאָן מיט די בערג בלעטער, וואָס זײַנען געלעגן צווישן די קאַשטאַן־ביימער. מיטן לויפֿן איז אין אים געוואַקסן אַן אימפּעט. אָט איז ער שוין אין לוסטגאָרטן. ער קען דאָ יעדן בוים, יעדע אַלעע, יעדעס וועגל און אונטערוועגל. דאָ האָט מען זײַן פֿאָטער, אליה “ווילנער", דערהרגעט. פּויערים מיט דרענגער, מיט שטעקנס, האָבן זיך געיאָגט נאָך אים, זיך געיאָגט פֿון אַלטן פֿערדמאַרק, אים אַרײַנגעטריבן צווישן די קאָרטשעס, ווי מען טרײַבט אַרײַן אַ וואָלף, און מיט דרענגער, מיט די שטעקנס, אים אַוועקגעלייגט. דעם פֿאָטערס קולות, באַנומענע קולות, שטייען נאָך איצט בײַ אים אין די אויערן. ווען איז דאָס געווען? מיט אַ קנאַפּ פֿערטל יאָרהונדערט קריק. קיווקע איז נאָך געווען אַ קינד, קיין זיבן יאָר נישט אַלט געווען. פֿאַר דער צײַט האָט ער שוין נישט איין מאָל פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון שטעקנס, פֿון דרענגער. אַ מאַרק פּויערים יאָגן זיך נאָך דיר — כאַפּט אַ גנבֿ, כאַפּט אַ גנבֿ — און די ערד שפּאַלט זיך נישט אונטער דיר, ווענט צערוקן זיך נישט און ס׳נעמט רעגענען מיט שטעקנס, מיט דרענגער.
אויף אַ זײַטיק וועגל איבער אַ באַנק איז געשטאַנען אַן איבערגעשראָקענער ייִד. אַ רויטער הונט, גרויס ווי אַ קאַלב, האָט זיך צוגעזעצט אויף די הינטערשטע פֿיס און מיט די פֿאָדערשטע איז ער געווען גרייט זיך אַ וואָרף טאָן אויפֿן ייִד.
אָן אַ זײַט איז געשטאַנען אַ געוויקסיקער פּאָליאַק מיט געלאָקטע וואָנצן, ווי פֿייקעס. ער האָט גרויס נחת געהאַט וואָס דער כּלבֿ זײַנער איז גרייט צו דורסן אַ ייִד. אַ וואָרט, צי אַ וווּנק — און דער הונט וועט אומוואַרפֿן דעם ייִד, וועט צערײַסן אים די קאַפּאָטע, וועט אים אויסרײַסן די באָרד. ס׳האָט נישט געהאָלפֿן וואָס דער ייִד האָט זיך געבעטן בײַם גוי ער זאָל צונעמען דעם הונט. און אַז דער הונט האָט אָפּגעדעקט די שאַרפֿע, שפּיציקע ציין און זיך צעבילט, ווי אַ מלחמה־רוף, האָט דער ייִד זיך צעשריגן מיט באַנומענע קולות.
פֿאַר קיווקען איז דאָס נישט געווען סתּם קיין ייִד. דאָס האָט ער מיט אַ מאָל דערהערט דעם אייגענעם פֿאָטערס שרײַען. ער איז אָנגעלאָפֿן אויפֿן פּאָליאַק מיט אַזאַ רציחה, אַז דער גוי האָט זיך גענומען רוקן אויף קריק, קיווקע האָט געוואַלדעוועט:
— דו הינטישער זון, אַ ווינט דיר אין די חזירישע אויגן! וואָס ווילסטו פֿון דעם מענטש, אַ שטילן מענטש, וואָס דו רייצסט אויף אים אָן דײַן הונט? שטייסט, דו פֿאַרזשאַווערטער קנאָפּ, און פּרעגלסט זיך פֿון נחת, וואָס דער ייִד שרײַט! וואַרט, איך וועל דיך אַזוי אַוועקשטעלן, דו הינטישער עק, וועסטו איין מאָל אויסטאַנצן אַ מאַזורקע!
— און וואָס פֿאַר אַ “גרויסער פּאַן" ביסטו דאָס מיר, וואָס האָסט זיך אַזוי צעפּיסקעוועט? — האָט דער פּאָליאַק גענומען גיין אויף קיווקען.
אין דעם באַלעבאָס׳ בייזערן זיך האָט דער הונט זיך אָנגעשטויסן, אַז מען דאַרף זיך וואַרפֿן אויף דעם נײַעם פּאַרשוין. און איידער הונט איז פֿאַרטיק געוואָרן מיט זיך, האָט דער גוי געוויזן אויף קיווקען און שטיל דורך די ציין אַ צישע געטאָן:
— נעם אים, צעזאַר, נעם אים!
קיווקע האָט ווויליונגעריש אַ צי געטאָן איבערן קאָפּ דאָס טוכענע היטל, פֿאַרשפּיליעט ס׳געפּאַסטע רעקל אויף אַלע קנעפּלעך, ווי דאָס וואָלט אים צוגעגעבן גבֿורה, און איז געווען גרייט זיך צו פֿאַרמעסטן מיטן הונט, וואָס האָט שוין געהאַט אָפּגעלאָזט דעם ייִד און זיך געקליבן אַ שפּרונג טאָן אויף קיווקען.
פֿון די צעוואָרפֿענע אַלעעס האָט זיך גענומען טראָגן אַ נײַגעריקער עולם, זיך איבערגעוואָרפֿן לויפֿנדיק:
— מען שלאָגט?
— וועמען שלאָגט מען?
דאָס אַלץ האָט בלויז געדויערט אַ רגע. אין דער רגע האָט קיווקע אָפּגעמאַכט בײַ זיך, אַז ער טאָר זיך נישט קיין ריר טאָן פֿון אָרט. טוט ער זיך אַ ריר — איז דער הונט אויף אים. ער האָט געקוקט אויפֿן הונטס גרויסן בויך און ס׳איז אים אויך אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳איז נישט קיין יונגע סוקע. און ווי דער הונט האָט אויפֿגעכאַפּט די טריט פֿונעם עולם האָט אַ דריי געטאָן מיטן קאָפּ, איז קיווקע מיטן גאַנצן כּוח און אימפּעט פֿאַרפֿאָרן מיטן נײַעם שוך דער סוקע אין בויך אַרײַן. פֿונעם קלאַפּ האָט זיך בײַם הונט אין בויך ווי עפּעס אָפּגעריסן. דער הונט איז אַ פֿאַל געטאָן מיט פֿאַרוואָרפֿענע לאַפּעס.
דער פּאָליאַק איז אַ ווײַל געבליבן שטיין אַ געפּלעפֿטער, ווי נישט דער פֿרעמדער וואָלט דערהרגעט דעם הונט, נאָר אַ דונער וואָלט אים געטראָפֿן. באַלד האָט זיך אַרויסגערוקט אַ פּאַרשוין.
— איך וואָלט דעם ייִד נישט געשוויגן.
— ס׳איז דען אַ ייִד?
— ס׳איז דאָך קיווקע גנבֿ.
ערשט איצט האָט דער פּאָליאַק זיך געוואָרפֿן אויף קיווקען, וואָס האָט פֿאַר דער צײַט אָפּגעבראָכן אַ צווײַגל פֿון אַ בוים און מיט אַ דין, לאַנג מעסערל עס געשניצט. קיווקע מיט די אײַנגעפֿאַלענע באַקן, מיטן פּאַרמעט־פּנים, איז געווען אַזוי רויִק, ווי נישט צוליב אים האָט זיך דער עולם געבונטעוועט. און אַז דער באַלעבאָס פֿונעם הונט האָט זיך געוואָרפֿן אויף אים, איז ער אַלץ געבליבן מיט די פּלייצעס אָנגעשפּאַרט אָן אַ בוים, זיך קיין ריר נישט געטאָן, בלויז ס׳קלינגל האָט זיך געשניטן אין פֿײַכטן האָלץ אַרײַן, ווי אין ווײַסן קעז. ער האָט רויִק אַ זאָג געטאָן צום פּאָליאַק:
— דעם הונט האָב איך אָפּגעשלאָגן די געדערים און דיר וועל איך זיי אַרויסלאָזן, אָט מיט דעם מעסערל. נו, וואָס וואַרפֿסטו זיך נישט אויף מיר?
— מען וועט זיך וואַרפֿן, מען וועט זיך, — האָבן זיך פֿון אַלע זײַטן געהערט קולות.
— וועסט האָבן אַן ערגערן סוף ווי דער הונט! ביסט געזעסן איבערן בלעכענעם עמער און וועסט ווײַטער זיצן!
— אַזאַ גנבֿ!
— אַזאַ ייִד!
— ער האָט דערהרגעט סטאַשעווסקיס הונט!
דער רויִקער קיווקע איז מיט אַ מאָל אומרויִק געוואָרן. ער האָט פֿון דער ווײַטנס דערזען ווי מען ברענגט אַ פּאָליציאַנט. ער האָט זיך אַ שאַר געטאָן פֿון בוים, איז אַרײַן אין די קאָרטשעס, געוואָלט אָפּציִען. פֿון דער זײַט איז מען אים פֿאַרלאָפֿן דעם וועג, מען האָט אים אָפּגעמאָסטן מיט אַ שטעקן איבערן קאָפּ. ער האָט זיך אָפּגעשאָקלט ווי פֿון ברי, און זיך געוואָרפֿן אויפֿן שייגעץ. ביידע זײַנען אַ פֿאַל געטאָן אויף דער ערד. ס׳האָט גענומען רעגענען מיט שטעקנס, מיט שטיינער. אין די אויערן — באַנומענע קולות, דעם פֿאָטערס קולות, וואָס איז אומגעקומען דאָ אין לוסטגאָרטן. די בלויע רחבֿות האָט גענומען אײַנלויפֿן, מיטגעבראַכט די אַלטע מאַמע, מיטגעבראַכט מאַרילען, “ס׳גאָלדענע הענטל", זיך אַראָפּגעלאָזט אַלץ נידעריקער און נידעריקער, אים אײַנגעדעקט.
1937