אַמאָל, אַמאָל איז געווען אַ פּריץ, האָט ער געהאַט אויף זײַן נחלה דרײַ ייִדן רענדאַרן: איינער האָט געהאַלטן דעם וואַלד, דער צווייטער — די מיל און דער דריטער — די קרעטשמע.
דער פּריץ, דאַרף מען זאָגן, ווי אַ סך פּריצים, האָט ליב געהאַט שפּילן אין קאָרטן. קאָרטן איז אָבער אַזאַ זאַך, אַז אָדער מע געווינט, אָדער מע פֿאַרשפּילט. איין מאָל איז דער פּריץ אַזוי פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער שפּיל, אַז דער סוף איז געווען — ער האָט געשטעלט אויפֿן קאָן זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן.
וואָס טוט ער? ער רופֿט צו זיך אין פּאַלאַץ אַלע דרײַ רענדאַרן און זאָגט זיי:
— איך וועל אײַך שטעלן דרײַ פֿראַגעס. ווער ס’וועט מיר ענטפֿערן אויף זיי ריכטיק, דער וועט קריגן די אַרענדע ווײַטער; און ווער ס׳וועט ניט ענטפֿערן, מוז אויסצאָלן פֿאַר זײַן אַרענדע אַ טאָפּלטע סומע געלט. אַניט טרײַב איך אים אין גאַנצן אַרויס פֿון דער נחלה.
אַן אַנדער ברירה האָבן די דרײַ ייִדן געהאַט? האָט דער פּריץ זיי געפֿרעגט זײַנע פֿראַגעס:
“וואָס איז דאָס געשווינדסטע אויף דער וועלט?"
“וואָס איז דאָס פֿעטסטע אויף דער וועלט?"
“וואָס איז דאָס ליבסטע אויף דער וועלט?"

די ערשטע צוויי רענדאַרן — דער וואַלד־רענדאַר און דער מיל־רענדאַר האָבן ניט לאַנג געטראַכט און געענטפֿערט אַזוי:
“דאָס געשווינדסטע אויף דער וועלט איז דעם פּריצס פֿערד!"
“דאָס פֿעטסטע אויף דער וועלט איז דעם פּריצס חזיר!"
“דאָס ליבסטע אויף דער וועלט איז דעם פּריצס הונט!"

אויסגעהערט זייערע ענטפֿערס, האָט ער זיי געהייסן אים באַצאָלן אַ טאָפּלטן אָפּצאָל פֿאַר דער אַרענדע.
דער דריטער רענדאַר, דער קרעטשמער, האָט אָבער געבעטן דעם פּריץ געבן אים דרײַ טעג צו טראַכטן. ווי אַ קרעטשמער, האָט ער געוווּסט, אַז צו האָבן אַ גוט ביסל ווײַן דאַרף מען עס אַ שטיקל צײַט אויסהאַלטן. געקומען אַהיים, גייט אים די טאָכטער אַנטקעגן: אַ שיינע, אַ געראָטענע. פֿרעגט זי דעם טאַטן:
— טאַטע, וואָס ביסטו אַזוי פֿאַרזאָרגט?
דערציילט איר דער קרעטשמער וואָס דער פּריץ האָט צוגעטראַכט, כּדי אַרויסצובאַקומען פֿון זײַנע רענדאַרן נאָך מער געלט. די ערשטע צוויי רענדאַרן האָבן אים ניט ריכטיק געענטפֿערט, אָבער ער האָט בײַ אים אויסגעבעטן דרײַ טעג צו טראַכטן.
זאָגט אים די טאָכטער, ער זאָל ניט זאָרגן און זיך לייגן שלאָפֿן. אין דרײַ טעג אַרום וועט זי אים געבן דרײַ ענטפֿערס אויף דעם פּריצס פֿראַגעס. און אַזוי איז טאַקע געווען: אויפֿן דריטן טאָג, גאַנץ פֿרי, דער קרעטשמער האָט נאָר אָפּגעזאָגט “מודה־אַני", גייט צו אים צו די טאָכטער און זאָגט:
“דאָס געשווינדסטע אויף דער וועלט איז דער געדאַנק";
“דאָס פֿעטסטע אויף דער וועלט איז די ערד";
“דאָס ליבסטע אויף דער וועלט איז דער שלאָף";

איצט זעט איר שוין, אַז זי איז געווען ניט בלויז שיין און געראָטן, נאָר אויך אַ קלוגע. ניט אומזיסט זאָגט מען: “אַ קרעטשמער האָט ליב דעם שיכּור, אָבער די טאָכטער וועט ער אים ניט געבן".
דער פּריץ האָט אויסגעהערט די ענטפֿערס און רופֿט זיך אָן צום קרעטשמער:
— דײַנע ענטפֿערס זײַנען מיר זייער געפֿעלן, אָבער איך ווייס, אַז ס’איז ניט דײַן קאָפּ דערבײַ. זאָג מיר דעם אמת, ווער ס’האָט זיי דיר געזאָגט?
האָט דער קרעטשמער זיך געמוזט מודה זײַן, אַז אַזוי האָט אים געהייסן ענטפֿערן זײַן טאָכטער. זאָגט אים דער פּריץ:
— אויב דו האָסט אַזאַ קלוגע טאָכטער, וויל איך זי זען. זאָל זי קומען צו מיר אין דרײַ טעג אַרום.
דער קרעטשמער איז שוין געשטאַנען בײַ דער טיר אַרויסצוגיין פֿונעם פּאַלאַץ, האָט אים דער פּריץ נאָכגעשריגן:
— יאָ, זאָג דײַן טאָכטער, זי זאָל קומען ניט גייענדיק און ניט פֿאָרנדיק, ניט אָנגעטאָן און ניט נאַקעט, און זאָל זי מיר ברענגען יאָ אַ מתּנה און ניט אַ מתּנה.
שטעלט דער קרעטשמער זיך אַרײַן אין זײַן שטוב נאָך מער אַ באַזאָרגטער ווי פֿריִער. פֿרעגט אים די טאָכטער:
— טאַטע, וואָס איז שוין ווידער געשען? וואָס ביסטו שוין ווידער פֿאַרזאָרגט?
דערציילט ער, וואָס דער פּריץ פֿאַרלאַנגט פֿון איר. זאָגט אים די טאָכטער:
— נו, וואָס זשע איז דאָ דאָ אַזוי צו זאָרגן? גיי אין מאַרק און קויף מיר אַ נעץ, וואָס מע כאַפּט פֿיש, אַ ציג, אַ טויב און אַ פּאָר פֿונט פֿלייש.
נו, האָט דער טאַטע איר אַלץ אײַנגעקויפֿט. אויפֿן דריטן טאָג האָט זי זיך אויסגעטאָן און זיך אײַנגעוויקלט אין דער נעץ — איז זי געווען ניט אָנגעטאָן און ניט נאַקעט. דערנאָך האָט זי זיך געזעצט רײַטנדיק אויף דער ציג, האָבן זיך אירע פֿיס נאָכגעשלעפּט אויף דער ערד — איז דאָס געווען ניט פֿאָרנדיק און ניט גייענדיק. דערנאָך האָט זי גענומען אין איין האַנט די טויב, אין דער צווייטער האַנט דאָס פֿלייש און האָט זיך אַזוי אַרײַנגעשלעפּט צום פּריץ גלײַך אין הויף אַרײַן.
דער פּריץ איז געשטאַנען בײַם פֿענצטער אין זײַן פּאַלאַץ און האָט זי דערזען אַזוי אַרײַנקומען, האָט ער אָנגערייצט אויף איר די הינט. האָט דאָס מיידל אַ וואָרף געטאָן דאָס פֿלייש די הינט און איז אַרײַנגעלאָפֿן אינעם פּאַלאַץ. דערזען דעם פּריץ, האָט זי אים געזאָגט:
— איך האָב דיר געבראַכט יאָ אַ מתּנה און ניט אַ מתּנה, — און האָט אָפּגעלאָזט די טויב. דאָס פֿענצטער איז געשטאַנען אָפֿן, איז די טויב אַרויסגעפֿלויגן.
האָט איר דער פּריץ געזאָגט:
— אויב דו ביסט יאָ אַזאַ קלוגע, וויל איך מיט דיר חתונה האָבן, אָבער מיט איין תּנאַי, אַז ווען עמעצער וועט קומען זיך לאָדן פֿאַר מיר, זאָלסטו זיך ניט מישן.
האָט זי אים צוגעזאָגט און זיי האָבן חתונה געהאַט. אין אַ צײַט אַרום שטייט זי אַזוי בײַם פֿענצטער און זעט ווי עס גייט פֿאַרבײַ אַ פּויער און וויינט. פֿרעגט זי אים:
— וואָס וויינסטו?
דערציילט איר דער פּויער, אַז ער מיט זײַן שכן האָבן אַ בשותּפֿותדיקן שטאַל. ער האָט אַ שקאַפּע און דער שכן האָט אַ וואָגן. האָט די שקאַפּע געהאַט אַ לאָשיקל, דאָס הייסט, אַ קליין פֿערדעלע, אַקוראַט אונטערן שכנס וואָגן. האָט דער שכן געזאָגט, אַז דאָס לאָשיקל געהערט צו אים.
זײַנען זיי געגאַנגען צום פּריץ זיך לאָדן, האָט דער פּריץ געפּסקנט, אַז דאָס לאָשיקל געהערט צום שכן. פֿאַרדריסט אים, גייט ער און וויינט. זאָגט אים דעם קרעטשמערס טאָכטער:
— איך וועל דיר געבן אַן עצה: נעם אַ ווענטקע, וואָס מע כאַפּט פֿיש, און שטעל זיך אַוועק פֿאַרן פּריצס פֿענצטער. דאָרט איז אויסגעשאָטן זאַמד, וועסטו זיך מאַכן, אַז דו כאַפּסט פֿיש אין זאַמד. וועט דיך דער פּריץ פֿרעגן: “קען מען דען אין זאַמד כאַפּן פֿיש?" — זאָלסטו אים ענטפֿערן: “אַז אַ וואָגן קען האָבן אַ לאָשיקל, קען מען אין זאַמד כאַפּן פֿיש".
האָט דער פּויער אַזוי געטאָן, און ווען דער פּריץ האָט דערהערט זײַן ענטפֿער, האָט ער באַלד פֿאַרשטאַנען, וועמענס קאָפּ שטעקט דערבײַ. האָט ער צו איר געזאָגט:
— אַזוי ווי דו האָסט זיך ניט געהאַלטן בײַ אונדזער אָפּמאַך, טאָ נעם זיך דאָס שענסטע און דאָס ליבסטע, וואָס דו געפֿינסט אין מײַן פּאַלאַץ, און גיי זיך צוריק אין דער קרעטשמע צו דײַן טאַטן!
זאָגט דעם קרעטשמערס טאָכטער:
— גוט! נאָר איידער איך גיי אַוועק, וויל איך, אַז מיר זאָלן נאָך איין אָנבײַסן עסן צוזאַמען.
האָט דער פּריץ מסכּים געווען. וואָס טוט אַ קרעטשמערס אַ טאָכטער? בײַם עסן האָט זי געזען, אַז ער זאָל וואָס מערער טרינקען ווײַן. און ווען ער איז שוין שטאַרק שיכּור געוואָרן, איז ער אײַנגעשלאָפֿן. האָט זי געהייסן די באַדינער אײַנשפּאַנען פֿערד אין וואָגן און אים אַרויפֿגעלייגט און אַוועקגעפֿירט צו איר טאַטן.
ווען דער פּריץ האָט זיך אויסגעניכטערט און זיך אויפֿגעכאַפּט, האָט ער זיך דערזען בײַם קרעטשמער אין שטוב. פֿרעגט ער:
— ווי קום איך אַהער?
זאָגט אים דעם קרעטשמערס טאָכטער:
— האָסט מיר געזאָגט, איך זאָל נעמען פֿון דײַן פּאַלאַץ דאָס שענסטע און דאָס ליבסטע, און גיין צו מײַן טאַטן. האָב איך קיין שענערס און קיין ליבערס פֿון דיר ניט געפֿונען.
— אויב יאָ אַזוי, — האָט ער איר געענטפֿערט, — טאָ לאָמיר זיך צוריק איבערבעטן און פֿאָרן אַהיים.
און אַזוי האָבן זיי זיך שוין געעלטערט אין עושר און כּבֿוד... יאָ, מער האָט דער פּריץ צום קאָרטן־טישל זיך קיין מאָל ניט געזעצט.