- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די באַוועגונג "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז ניט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; ניט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זײַנען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד). ווי יעדע פֿאַרמאַכטע רעליגיעזע סבֿיבֿה, לעבט די חסידישע וועלט לויט אירע אייגענע תּקנות. אַ סך פֿון די תּקנות רעגלאַמענטירן די אויפֿפֿירונג פֿון חסידישע פֿרויען, זיי זאָלן קענען אָפּהיטן זייער צניעות און, חס-וחלילה, ניט אויפֿוועקן קיין תּאווה בײַ מענער, טאָמער אַזאַ אויפֿוועקונג איז גאָר ניט נייטיק. צוליב דעם דאַרפֿן די חרידישע פֿרויען באַהאַלטן אַלץ, וואָס עס לאָזט זיך צו באַהאַלטן, און אַזוי ווײַטער. צורירן זיך צו אַ פֿרוי איז, פֿאַרשטייט זיך, אויך אָסור. אָבער אַז די גאַס איז שמאָל און די צאָל מענטשן אויף איר איז גרויס, בפֿרט אין יום-טובֿדיקע טעג, קען אַזאַ קאָנטאַקט זיך מאַכן, אַפֿילו אויב מע וויל עס ניט. הייסט עס, אַז מע דאַרף עפּעס טאָן, כּדי עס אויסמײַדן. אין די אַמעריקאַנער ייִדישע (און ניט נאָר ייִדישע) סאָציאַליסטישע קרײַזן איז נחום כאַנין (1886—1965) געווען זייער גוט באַקאַנט. קיין אַמעריקע איז ער אַנטלאָפֿן פֿון צאַרישן רוסלאַנד אין יאָר 1912. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט אַ רײַכע רעוואָלוציאָנערע דערפֿאַרונג. זײַן פּאַרטיי, דער "בונד", האָט געפֿירט אַן אומלעגאַלע טעטיקייט אין רוסלאַנד. כאַנינען, אַן אַקטיוון בונדיסט, האָט די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט און פֿאַרשפּאַרט אין טורמעס. שפּעטער איז ער פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף קאַטאָרגע אין סיביר. בסך-הכּל איז ער געווען אַ תּפֿיסהניק און אַ קאַטאָרזשניק אין משך פֿון זיבן און אַ האַלב יאָר. די פֿראַגע האָבן מיר געשטעלט זייער אַ סך מענטשן אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע שטעט, ווען איך בין צוריק געקומען פֿון מײַן רײַזע נאָך סאַוט-אַמעריקע [אין דרום-אַמעריקע]. נו, וועגן דעם קאָן איך נאָר ענטפֿערן אויפֿן גרונד פֿון די אײַנדרוקן וואָס איך האָב געהאַט אין דער קורצער צײַט, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין בוענאָס-אײַרעס. די באַפֿעלקערונג אין בוענאָס-אײַרעס אַליין איז אַרום צוויי מיליאָן און צווישן זיי צוויי הונדערט טויזנט ייִדן. די מלוכה-שול אין שפּאַניש איז אָבליגאַטאָריש פֿאַר אַלע קינדער. דאָך איז די ווירקונג [השפּעה] פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אַרגענטינע אַ סך גרעסער, ווי אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אפֿשר איז דאָס דערפֿאַר וואָס דער ייִדישער ייִשובֿ איז אַ ייִנגערער. ווען איר גייט אין די גאַסן פֿון בוענאָס-אײַרעס, אין די גאַסן וווּ עס וווינט אַ ייִדישער עולם, איז צו הערן רעדן ייִדיש אַ נאַטירלעכע זאַך. דאָס איז די שפּראַך ניט נאָר פֿון דער באָבען און דער מאַמען, נאָר די שפּראַך פֿון די קינדער. די שפּראַך, אויף וועלכער איך האָב מיט אַלעמען גערעדט, איז געווען ייִדיש און איך בין געווען איבערגעראַשט, ווי לײַכט עס איז מיר געווען מיט אַלעמען זיך צוזאַמענרעדן [צונויפֿרעדן], אַפֿילו מיט ייִדן וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע. ס’איז אַמאָל געווען אַ גוטער ייִד, האָט ער ניט געהאַט קיין קינדער. איין מאָל האָט זײַן ווײַב זיך זייער צעוויינט און זיך געקלאָגט פֿאַר אים: — פֿאַר וואָס זאָלן מיר ניט האָבן קיין קינד, וואָלט כאָטש געווען ווער ס’זאָל זאָגן קדיש נאָך אונדז? ענטפֿערט איר דער גוטער ייִד: — ס’איז אויסגערופֿן געוואָרן אין הימל, אַז מיר טאָרן ניט האָבן קיין קינדער! די יאָרן פֿון דער מאַמען און דער טאָכטער אַ פֿרוי האָט אַרײַנגעפֿירט דאָס זיבעצן-יאָריקע טעכטערל אין איר געזעלשאַפֿט. אין דעם שמועס האָט מען צווישן אַנדערע זאַכן אַ פֿרעג געטאָן, ווי אַלט ס’איז דאָס שיינע מיידל. די מוטער זאָגט: זיבעצן יאָר אויף איר, און אויף זיך: אַכט און דרײַסיק. אין אַ יאָר אַרום: די טאָכטער — אַכצן, און די מוטער — זיבן און דרײַסיק. |