ווי יעדע פֿאַרמאַכטע רעליגיעזע סבֿיבֿה, לעבט די חסידישע וועלט לויט אירע אייגענע תּקנות. אַ סך פֿון די תּקנות רעגלאַמענטירן די אויפֿפֿירונג פֿון חסידישע פֿרויען, זיי זאָלן קענען אָפּהיטן זייער צניעות און, חס-וחלילה, ניט אויפֿוועקן קיין תּאווה בײַ מענער, טאָמער אַזאַ אויפֿוועקונג איז גאָר ניט נייטיק. צוליב דעם דאַרפֿן די חרידישע פֿרויען באַהאַלטן אַלץ, וואָס עס לאָזט זיך צו באַהאַלטן, און אַזוי ווײַטער. צורירן זיך צו אַ פֿרוי איז, פֿאַרשטייט זיך, אויך אָסור. אָבער אַז די גאַס איז שמאָל און די צאָל מענטשן אויף איר איז גרויס, בפֿרט אין יום-טובֿדיקע טעג, קען אַזאַ קאָנטאַקט זיך מאַכן, אַפֿילו אויב מע וויל עס ניט. הייסט עס, אַז מע דאַרף עפּעס טאָן, כּדי עס אויסמײַדן.

אין ברוקלין, אין דעם דרומדיקן טייל פֿון וויליאַמסבורג, האָבן זיך אין אָקטאָבער באַוויזן אויפֿשריפֿטן, אויף ייִדיש:

טייערע אידישע טעכטער
ביטע ריקט אייך און א זייט ווען א מאן קומט אנטקעגן
אין אונדזער אויסלייגט זעט עס אויס אַן ערך אַזוי:
טײַערע ייִדישע טעכטער!
ביטע, רוקט זיך אין אַ זײַט, ווען אַ מאַן קומט אַנטקעגן

זעכצן אַזעלכע שילדן האָט מען צוגעקלאַפּט מיט טשוועקעס צו די ביימער. ס’איז דאָך אַ גאַנץ גרינע געגנט. אָבער די ביימער זײַנען ניט קיין יתומים אין דער שטאָט — זיי געפֿינען זיך אונטער דער השגחה פֿון דער ניו-יאָרקער פּאַרקן-באַלעבאַטישקייט. פֿאַר דעם אַרײַנקלאַפּן אַ טשוואָק אין אַ בוים מוז מען באַצאָלן אַ שטראָף פֿון 150 דאָלאַר.

קיינער האָט עס, פֿאַרשטייט זיך, ניט געצאָלט, ווײַל גיי זוך זיי, די מענטשן, וועלכע האָבן די שילדן געמאַכט און די טשוועקעס אַרײַנגעקלאַפּט. דאָך, די שילדן האָט מען אַראָפּגענומען. צוריק גערעדט, אפֿשר האָבן זיי שוין אָפּגעטאָן זייער אַרבעט, און די פֿרויען האָבן באַוויזן פֿאַרגעדענקען, וואָס זיי דאַרפֿן טאָן, ווען אַ מאַנצביל גייט זיי אַנטקעגן.

אַזאַ גאַסן-אַגיטאַציע פֿאַר חסידישע פֿרויען איז ניט קיין נײַע זאַך אין דער געגנט. עפּעס ענלעכס איז געשען, אַ שטייגער אין יוני, ווען די שרעקלעכע היצן האָבן זיך אָנגערוקט אויף ניו-יאָרק. אין יענע טעג איז שאַרף געשטאַנען די פֿראַגע, צי די "טײַערע ייִדישע טעכטער" וועלן בלײַבן גענוג גוט פֿאַרדעקט. האָט מען זיך דעמאָלט געוואָנדן צו די פֿרויען, זיי זאָלן ניט טראַכטן אַפֿילו וועגן טראָגן "קלעבעדיקע געפּאַסטע קליידער". מע האָט צוגעגעבן אויף ענגליש, אַז מע מיינט דערמיט tank tops — אַזעלכע זאַכן זײַנען אָסור.

די ניו-יאָרקער ייִדישע זשורנאַליסטקע דעבראַ נוסבוים-כּהן האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ פּאַראַלעל צווישן דעם לעבן פֿון אַ חרידישער פֿרוי און אַ פֿרוי וואָס וווינט אין סאַודי-אַראַביע — זען

http://blogs.forward.com/sisterhood-blog/143631/