פֿאָרװערטס־ייִחוס

די פֿראַגע האָבן מיר געשטעלט זייער אַ סך מענטשן אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע שטעט, ווען איך בין צוריק געקומען פֿון מײַן רײַזע נאָך סאַוט-אַמעריקע [אין דרום-אַמעריקע]. נו, וועגן דעם קאָן איך נאָר ענטפֿערן אויפֿן גרונד פֿון די אײַנדרוקן וואָס איך האָב געהאַט אין דער קורצער צײַט, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין בוענאָס-אײַרעס. די באַפֿעלקערונג אין בוענאָס-אײַרעס אַליין איז אַרום צוויי מיליאָן און צווישן זיי צוויי הונדערט טויזנט ייִדן. די מלוכה-שול אין שפּאַניש איז אָבליגאַטאָריש פֿאַר אַלע קינדער. דאָך איז די ווירקונג [השפּעה] פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אַרגענטינע אַ סך גרעסער, ווי אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אפֿשר איז דאָס דערפֿאַר וואָס דער ייִדישער ייִשובֿ איז אַ ייִנגערער. ווען איר גייט אין די גאַסן פֿון בוענאָס-אײַרעס, אין די גאַסן וווּ עס וווינט אַ ייִדישער עולם, איז צו הערן רעדן ייִדיש אַ נאַטירלעכע זאַך. דאָס איז די שפּראַך ניט נאָר פֿון דער באָבען און דער מאַמען, נאָר די שפּראַך פֿון די קינדער. די שפּראַך, אויף וועלכער איך האָב מיט אַלעמען גערעדט, איז געווען ייִדיש און איך בין געווען איבערגעראַשט, ווי לײַכט עס איז מיר געווען מיט אַלעמען זיך צוזאַמענרעדן [צונויפֿרעדן], אַפֿילו מיט ייִדן וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע.