פֿאָרװערטס־ייִחוס

די פֿראַגע האָבן מיר געשטעלט זייער אַ סך מענטשן אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע שטעט, ווען איך בין צוריק געקומען פֿון מײַן רײַזע נאָך סאַוט-אַמעריקע [אין דרום-אַמעריקע]. נו, וועגן דעם קאָן איך נאָר ענטפֿערן אויפֿן גרונד פֿון די אײַנדרוקן וואָס איך האָב געהאַט אין דער קורצער צײַט, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין בוענאָס-אײַרעס. די באַפֿעלקערונג אין בוענאָס-אײַרעס אַליין איז אַרום צוויי מיליאָן און צווישן זיי צוויי הונדערט טויזנט ייִדן. די מלוכה-שול אין שפּאַניש איז אָבליגאַטאָריש פֿאַר אַלע קינדער. דאָך איז די ווירקונג [השפּעה] פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אַרגענטינע אַ סך גרעסער, ווי אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אפֿשר איז דאָס דערפֿאַר וואָס דער ייִדישער ייִשובֿ איז אַ ייִנגערער. ווען איר גייט אין די גאַסן פֿון בוענאָס-אײַרעס, אין די גאַסן וווּ עס וווינט אַ ייִדישער עולם, איז צו הערן רעדן ייִדיש אַ נאַטירלעכע זאַך. דאָס איז די שפּראַך ניט נאָר פֿון דער באָבען און דער מאַמען, נאָר די שפּראַך פֿון די קינדער. די שפּראַך, אויף וועלכער איך האָב מיט אַלעמען גערעדט, איז געווען ייִדיש און איך בין געווען איבערגעראַשט, ווי לײַכט עס איז מיר געווען מיט אַלעמען זיך צוזאַמענרעדן [צונויפֿרעדן], אַפֿילו מיט ייִדן וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע.

אַ גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן, אַרום פֿופֿציק אָדער זעכציק, האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן [צונויפֿגעקליבן] אין אַ הויז פֿון אַ ייִדישן אינזשעניר און איך האָב פֿאַר זיי געדאַרפֿט רעדן וועגן דער הילף פֿון "דזשוינט" [Jewish Joint Distribution Committee]. ווען איך בין געגאַנגען צו דעם צוזאַמענקונפֿט [אַסיפֿה], האָב איך געהאַט אַ געפֿיל פֿון מורא, אַז איך וועל זיך דורך ייִדיש מיט זיי ניט קענען צוזאַמענרעדן. דאָס איז געווען אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון אינזשענירן, דאָקטוירים, ייִדיש-שפּאַנישע זשורנאַליסטן און אַזוי ווײַטער. און ווי איבערגעראַשט איך בין געווען, נאָך דעם ווי איך האָב צו זיי גערעדט ייִדיש אַ גאַנצע שטונדע [שעה] צײַט, ווי זיי האָבן מיר געשטעלט פֿראַגעס אין אַ פֿליסיקן ייִדיש.

אָדער נעמט אַ צווייטן פֿאַל: דער דירעקטאָר פֿון דער "ייִדישער צײַטונג" לאַדט אײַן צו זיך אין הויז פֿאַר אַן אָוונט אַ גאַנצע ריי געסט. די געסט זײַנען אײַנגעלאַדן געוואָרן צו באַגעגענען זיך מיט מאָריס וואַלדמאַן, סעקרעטאַר פֿון דעם "אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט", וועלכער האָט אין יענער צײַט פֿאַרוויילט אין בוענאָס-אײַרעס, און מיט מיר. עס איז אויך אײַנגעלאַדן געוואָרן צווישן די געסט דער זייער באַרימטער ייִדיש-שפּאַנישער שרײַבער אַלבערטאָ גערשונאָוו.

גערשונאָוו איז געבראַכט געוואָרן קיין אַרגענטינע, ווען ער איז אַלט געווען איין יאָר, אַ זון פֿון אַ ייִדישן קאָלאָניסט פֿון בעסאַראַביע. הײַנט צו טאָג ווערט ער באַטראַכט פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע סטיליסטן פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך ניט נאָר אין אַרגענטינע, נאָר אין דער גאַנצער שפּאַנישער ליטעראַטור. ער איז אַ וויכטיקער מיטאַרבעטער פֿון איינער פֿון די גרעסטע שפּאַנישע צײַטונגען אין לאַנד. און ווי איבערגעראַשט בין איך געווען פֿון זײַן קענען רעדן אַזאַ זאַפֿטיקן ייִדיש. נו, האָב איך געמיינט, אַז דאָס זײַנען אַלץ "איבערבלײַבענישן" פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, אין טאַטע-מאַמעס הויז. נאָר ער לייקנט דאָס אָפּ, און ער זאָגט מיר, אַז לעבנדיק אין בוענאָס-אײַרעס קען אַ ייִדישער יונגער־מאַן זיך אויסלערנען גלענצנדיק די שפּאַנישע שפּראַך, אָבער ייִדיש קען ער ניט פֿאַרגעסן, סײַדן ער ווערט אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿון ייִדישן לעבן. ייִדיש ווערט בײַ אים ספּעציעל באַנײַט און דערפֿרישט פֿון ייִדישן טעאַטער, וועלכן די ייִדישע אינטעליגענץ פֿון בוענאָס-אײַרעס באַזוכט זייער גערן.

און ער איז ניט קיין אויסנאַם. אָט שטעלט מען מיך פֿאָר פֿאַר איינעם פֿון די אָנגעזעענע ייִדיש-שפּאַנישע דראַמאַטורגן. באַגעגנט האָב איך זיך מיט אים צופֿעליק אין אַ ייִדישן רעסטאָראַן. און מיר זיצן און מיר פֿירן אַ געשפּרעך אין אַ גאַנץ פֿליסיקן ייִדיש. איך וואָלט געקאָנט ברענגען נאָך און נאָך בײַשפּילן צו דערווײַזן ווי אײַנגעוואָרצלט עס איז הײַנט צו טאָג ייִדיש אין דעם ייִדישן לעבן פֿון אַרגענטינע.