פֿאָרװערטס־ייִחוס

אין די אַמעריקאַנער ייִדישע (און ניט נאָר ייִדישע) סאָציאַליסטישע קרײַזן איז נחום כאַנין (1886—1965) געווען זייער גוט באַקאַנט. קיין אַמעריקע איז ער אַנטלאָפֿן פֿון צאַרישן רוסלאַנד אין יאָר 1912. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט אַ רײַכע רעוואָלוציאָנערע דערפֿאַרונג. זײַן פּאַרטיי, דער "בונד", האָט געפֿירט אַן אומלעגאַלע טעטיקייט אין רוסלאַנד. כאַנינען, אַן אַקטיוון בונדיסט, האָט די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט און פֿאַרשפּאַרט אין טורמעס. שפּעטער איז ער פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף קאַטאָרגע אין סיביר. בסך-הכּל איז ער געווען אַ תּפֿיסהניק און אַ קאַטאָרזשניק אין משך פֿון זיבן און אַ האַלב יאָר.

אין די 1920ער יאָרן איז כאַנין געוואָרן איינער פֿון די פֿירער בײַ די ייִדישע סאָציאַליסטן, וועלכע זײַנען געווען קעגנער פֿון קאָמוניזם. אַ חוץ זײַן אַקטיווער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט, האָט כאַנין אַ סך געשריבן אַרטיקלען וועגן פּאָליטישע און קולטור-ענינים. דער "פֿאָרווערטס" האָט אויך געדרוקט זײַנע רײַזע-נאָטיצן. אַ צאָל אַזעלכע נאָטיצן זײַנען אַרײַן אין די ביכער זײַנע "סאָוויעט-רוסלאַנד, ווי איך האָב איר געזען" (1929) און "אַ רײַזע איבער צענטראַל- און דרום-אַמעריקע" (1942). "ווי איך האָב איר געזען" (אַנשטאָט "ווי איך האָב זי געזען") שפּיגלט אָפּ די ליטוויש-ייִדישע גראַמאַטיק, וועלכע מע האָט ברייט גענוצט אין "פֿאָרווערטס".

מיר ברענגען דאָ אַ קאַפּיטל פֿון זײַנע רײַזע-נאָטיצן "ייִדישע צײַטונגען און ייִדישע טעאַטערס אין אַרגענטינע", וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" מיט 70 יאָר צוריק, דעם 2טן נאָוועמבער 1941. אין דעם קאַפּיטל דערמאָנט כאַנין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן כּלל-טוער מאָריס וואַלדמאַן (1879—1963) און דעם אַרגענטינער שרײַבער אַלבערטאָ גערשונאָוו (1883—1950). דאָס צענטראַלע ליטעראַרישע ווערק, מיט וועלכן עס ווערט אַסאָציִיִרט גערשונאָווס נאָמען, איז צוטריטלעך אויך אויף ייִדיש: די ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם ראָמאַן "ייִדן גאַושטן" איז אַרויס אין בוענאָס-אײַרעס אין יאָר 1952.

דער מצבֿ פֿון ייִדיש וועט זיך בײַטן אין אַרגענטינע אין 1943, ווען אַ מיליטערישער רעזשים וועט אויף אַ קורצער צײַט אַפֿילו פֿאַרמאַכן די ייִדישע צײַטונגען. שפּעטער איז די ייִדישע פּרעסע ווידער געוואָרן לעגאַל, אָבער עס זײַנען פֿאַרבליבן פּראָבלעמען מיט נוצן ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿאַר מאַסן-אונטערנעמונגען. זינט די 1950ער יאָרן איז ייִדיש אַלץ מער און מער אַרויסגעשטופּט געוואָרן פֿון ייִדישן לעבן. דאָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די דאָמינירנדיקע ראָלע האָבן גענומען שפּילן ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס. גלײַכצײַטיק האָט בוענאָס-אײַרעס פֿאַרנומען אויף אַ צײַט אַ וויכטיק אָרט ווי אַ פֿאַרלעגערישער צענטער פֿאַר ייִדיש. הונדערטער ביכער, אַרויסגעבן דאָרטן, האָבן באַרײַכערט די ייִדישע קולטור.

אַן אַנאַליז פֿון דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש אין אַרגענטינע לייגט פֿאָר דער אַרטיקל פֿון פֿערנאַנדאָ פֿישמאַן אין דעם נומ’ 1 פֿאַרן יאָר 2011 (באַנד נומ’ 48) פֿונעם זשורנאַל Journal of Folklore Research: "Using Yiddish: Language Ideologies, Verbal Art, and Identity among Argentine Jews".