די יאָרן פֿון דער מאַמען און דער טאָכטער

אַ פֿרוי האָט אַרײַנגעפֿירט דאָס זיבעצן-יאָריקע טעכטערל אין איר געזעלשאַפֿט. אין דעם שמועס האָט מען צווישן אַנדערע זאַכן אַ פֿרעג געטאָן, ווי אַלט ס’איז דאָס שיינע מיידל. די מוטער זאָגט: זיבעצן יאָר אויף איר, און אויף זיך: אַכט און דרײַסיק.

אין אַ יאָר אַרום: די טאָכטער — אַכצן, און די מוטער — זיבן און דרײַסיק.

נאָך אַ יאָר גייט אַדורך: נײַנצן און זעקס און דרײַסיק.

דאָ האָט די טאָכטער זיך אָנגערופֿן: "מאַמע, פֿאַרגעס ניט, אַז צווישן אונדזערע ביידנס עלטער מוז בלײַבן אַן אונטערשייד כאָטש פֿון נײַן חדשים."

זי איז נאָך אַ יונג קינד

"משה-לייבס שנור האָט געבוירן פֿינף חדשים נאָך דער חתונה."

"וואָס ווילסטו? זי איז נאָך אַ יונג קינד און האָט ניט געוווּסט, אַז מ’דאַרף טראָגן נײַן חדשים. מיטן צווייטן קינד וועט זי שוין וויסן."

זי איז פֿאַר מיר אַליין?

אַ קליינער און דאַרער חתן־בחור האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ גרויסער און דיקער כּלה. פֿרעגט ער שטילערהייט זײַן מוטער:

"מאַמע, זי איז פֿאַר מיר אַליין?"


(פֿון לייבל מוריקס בוך "ייִדישע חכמות", תּל-אָבֿיבֿ, 1984)