- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין 15 יאָר קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ יערלעכער סימפּאָזיום (לסירוגין, טריר, דיסעלדאָרף), וווּ עס זאַמלען זיך צונויף כּלערליי מומחים אינעם געביט פֿון ייִדיש. כּדי ניט צו מאַכן קיין קאָמפּראָמיסן און אָנהאַלטן דעם הויכן ניוואָ פֿון די רעפֿעראַטן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן — פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּרוט פֿון דיסעלדאָרף און פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר — אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז די באַטייליקטע זאָלן האַלטן זייערע רעדעס אָדער אויף דײַטש, אָדער אויף ייִדיש. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט מען אַן אייגנאַרטיקע אייראָפּעיִשע סבֿיבֿה, אַנטקעגן די מער דאָמינירנדיקע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדישע לימודים, און קודם-כּל, אין דער ענגליש־שפּראַכיקער צפֿון-אַמעריקע. אַזוי צי אַזוי, איז הײַיאָר דער סימפּאָזיום פֿאָרגעקומען אינעם הענריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער. דעם 12טן אויגוסט 1952 זײַנען אין מאָסקווע דערשאָסן געוואָרן דרײַצן מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דעם קאָמיטעט האָט די סאָוועטישע רעגירונג געשאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאָס איז געווען אַ טייל פֿון דער ברייטער פּראָפּאַגאַנדיסטישער קאַמפּאַניע, געפֿירט אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען. די ריכטונג פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען געצילט, דער עיקר, אויף אויסלאַנד — צו באַזאָרגן פֿאַרן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַן ענטוזיאַסטישע שטיצע מצד ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און יחידים. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער וויכטיקסטער אַדרעסאַט פֿאַר די פּראָפּאַגאַנדיסטישע און פּשוט אינפֿאָרמאַטיווע מאַטעריאַלן פֿונעם קאָמיטעט. אין אַ קליין שטעטל קאַפּרעשט איז אַ מאָל געווען אַ שנײַדערל, וואָס האָט זייער שיין געזונגען און געחלומט צו ווערן אַ חזן. איין מאָל רופֿט זיך צו אים אָן דער באַלעבאָס: “אַז דו וועסט מיר קענען פֿאַרנאַרן די חיות פֿונעם וואַלד מיט דײַן שיין זינגען, וועל איך דיך מאַכן פֿאַר אַ חזן". איז עס מעגלעך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ בוך וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישיסטישער באַוועגונג און ניט דערמאָנען דערבײַ די צײַטונג “פֿאָרווערטס", די אָרגאַניזאַציע “יוגנטרוף", די כּלערליי צונויפֿקומענישן פֿון יחידים וואָס האָבן ליב ייִדיש? עס לאָזט זיך אויס, אַז אַלץ איז מעגלעך, אויב מע לייגט צו אַזאַ עבֿודה באמת געניטע הענט. אַ בוך פֿון אַזאַ שניט איז טאַקע אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן געוואָרן. הייסן הייסט עס Twenty-First Century Yiddishism. דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער וועט אין פּאַריז דורכגיין אַ סימפּאָזיום געווידמעט ייִדיש. די אניציאַטיוו פֿון דורכפֿירן אַזאַ אונטערנעמונג איז געקומען פֿון דער פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון בני-ברית בײַ דער יונעסקאָ. לויט דעם, וואָס עס שטייט געשריבן אין דעם וועב-זײַטל פֿון אייראָפּעיִשן בני-ברית (http://www.bnaibritheurope.org/bbe), באַקומט זיך, אַז די טוערס פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע האָבן זיך פּלוצעם דערוווּסט וועגן דעם שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש, און די דאָזיקע — משמעות פֿרישע פֿאַר זיי — אינפֿאָרמאַציע האָט זיי ממש גערירט. ווי אַ פּועל-יוצא, איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק דורכצופֿירן אַ סימפּאָזיום. מיכאַיִל זשוואַנעצקי איז דער באַקאַנטסטער רוסישער הומאָריסט. ער שטאַמט פֿון אָדעס, וואָס מע האַלט אין דער רוסישער קולטור פֿאַרן הויפּטצענטער פֿון הומאָר. מיר ברענגען דאָ עטלעכע אַרויסזאָגונגען פֿון זשוואַנעצקי: מע דאַרף ניט זײַן גרויס צו האָבן אַ גרויסקייט-משוגעת. ס’איז גענוג צו זײַן משוגע. * * * אין דעם פּאַפּירל, וואָס איך האָב געדאַרפֿט פֿאַרפֿילן פֿאַר דער אָפּעראַציע, איז געשטאַנען געשריבן: “וועמען זאָלן מיר קאָנטאַקטירן אין אַ נויטפֿאַל?" האָבן איך אָנגעשריבן: “אַ דאָקטער וואָס האָט אַ בעסערע קוואַליפֿיקאַציע". * * * ס’איז אַוודאי גוט צו לעבן ביז 120 יאָר. אָבער וווּ נעמט מען אַזוי פֿיל געלט? * * * טאָמער אײַערע קרובֿים און פֿרײַנד טעלעפֿאָנירן ניט אײַך אין משך פֿון אַ לענגערער צײַט, הייסט עס אַז בײַ זיי איז אַלץ כּשורה! * * * ס’איז בעסער צו מאַכן אַ שווײַג און אויסזען ווי אַ נאַר, איידער צו עפֿענען דאָס מויל און ניט איבערלאָזן קיין שום ספֿקות וועגן זיך. * * * אַ מאָל בין איך געווען יונג און שיין, איצט בין איך נאָר שיין. * * * אַלע געניאַלע מענטשן זײַנען שוין געשטאָרבן, און איך פֿיל זיך אויך ניט זייער גוט. |