דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער וועט אין פּאַריז דורכגיין אַ סימפּאָזיום געווידמעט ייִדיש. די אניציאַטיוו פֿון דורכפֿירן אַזאַ אונטערנעמונג איז געקומען פֿון דער פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון בני-ברית בײַ דער יונעסקאָ. לויט דעם, וואָס עס שטייט געשריבן אין דעם וועב-זײַטל פֿון אייראָפּעיִשן בני-ברית (http://www.bnaibritheurope.org/bbe), באַקומט זיך, אַז די טוערס פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע האָבן זיך פּלוצעם דערוווּסט וועגן דעם שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש, און די דאָזיקע — משמעות פֿרישע פֿאַר זיי — אינפֿאָרמאַציע האָט זיי ממש גערירט. ווי אַ פּועל-יוצא, איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק דורכצופֿירן אַ סימפּאָזיום.
אַזוי צי אַזוי, שאַט עס ניט, פֿאַרשטייט זיך, צונויפֿקלײַבן געלערנטע און קולטור-טוערס, געבן זיי אַ מעגלעכקייט זיך טיילן מיט זייער דערפֿאַרונג, פּראָבלעמען, אידעען. בפֿרט נאָך, אַז פּאַריז איז אַ גוט אָרט פֿאַר אַזאַ צונויפֿקומעניש. ערשטנס, איז עס פּשוט אַ שיינע שטאָט. צווייטנס, האָט עס דעם ייִדישן צענטער בײַ דער מעדעם-ביבליאָטעק. אָן דער דאָזיקער אינסטיטוציע וואָלט דאָרטן אַזאַ סימפּאָזיום אפֿשר ניט געהאַט קיין שום זין. יצחק ניבאָרסקי, די צענטראַלע פֿיגור אין דעם פּאַריזער ייִדישן צענטער, וועט עפֿענען די דאָזיקע אונטערנעמונג, אין וועלכער עס וועלן זיך באַטייליקן — ווי רעדנערס — אַ פּאָר צענדליק לײַט, סײַ היגע, פּאַריזער, סײַ געסט פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, ווי אויך פֿון ישׂראל, אויסטראַליע און אַמעריקע.
אָט ווי עס קלינגען די טעמעס פֿון אייניקע רעפֿעראַטן:
מאַריוש טוקײַ, אַ מיטאַרבעטער פֿון יונעסקאָ, וועט רעדן וועגן דער ראָלע פֿון ייִדישע איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן. זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿון דער מעדעם-ביבליאָטעק, איז אַ געלערנטער און אַ שרײַבער. ער וועט רעדן וועגן דעם אָרט, וואָס ייִדיש פֿאַרנעמט אין דער הײַנטצײַטיקער אימאַזשן-וועלט. קאַראָלינאַ שימאַניאַק אַרבעט אין דעם יאַגעלאָנער אוניווערסיטעט אין קראָקע און גלײַכצײַטיק רעדאַקטירט זי דעם פּוילישן זשורנאַל “צווישן", וועלכער איז געווידמעט דער ייִדיש-קולטור. זי וועט דערציילן וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש-שטודיעס אין פּוילן.
אין דעם סימפּאָזיום וועט זיך באַטייליקן אויך דער “פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט יואל מאַטוועיעוו. די טעמע פֿון זײַן רעפֿעראַט קלינגט אַזוי: “די ייִדישע פּרעסע און די לעקסיקאָגראַפֿישע מכשירים אויף דער אינטערנעץ".
די פּרטימדיקע פּראָגראַם פֿון דעם סימפּאָזיום קען מען זען אויף דער אינטערנעץ: http://yiddishparis.com/wp-content/uploads/2012/08/prog-colloque-web.pdf