איז עס מעגלעך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ בוך וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישיסטישער באַוועגונג און ניט דערמאָנען דערבײַ די צײַטונג “פֿאָרווערטס", די אָרגאַניזאַציע “יוגנטרוף", די כּלערליי צונויפֿקומענישן פֿון יחידים וואָס האָבן ליב ייִדיש? עס לאָזט זיך אויס, אַז אַלץ איז מעגלעך, אויב מע לייגט צו אַזאַ עבֿודה באמת געניטע הענט. אַ בוך פֿון אַזאַ שניט איז טאַקע אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן געוואָרן. הייסן הייסט עס Twenty-First Century Yiddishism.
די מחברטע, טאַטיאַנאַ סאָלדאַט-יפֿה, האָט דאָס בוך (און פֿריִער די דאָקטאָר-דיסערטאַציע) געשריבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איז עס, דאַכט זיך, אַ לאַנד, וואָס איז פֿול מיט געשעענישן, אינסטיטוציעס, אָרגאַניזאַציעס און יחידים, וועלכע קענען געבן גענוג סחורה פֿאַר אַ פֿאָרשונג פֿון ייִדישיזם. אַ באַזונדערן קאַפּיטל פֿאַרדינט די סבֿיבֿה, געשאַפֿן דורך “יוגנטרוף" (http://yugntruf.org) און “ייִדיש-ליגע" (www.leagueforyiddish.org). אָבער זיי זײַנען אַפֿילו ניט דערמאָנט געוואָרן. אַ באַלערנדיקער קאַפּיטל קען אָנגעשריבן ווערן וועגן די ייִדישע קלובן (http://www.derbay.org), אָבער זיי האָבן לחלוטין ניט פֿאַראינטערעסירט די פֿאָרשערין. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל צו דערוואַרטן אין אַ בוך מיט אַזאַ טיטל אַן אַנאַליז פֿון דער לאַנגיאָריקער געשיכטע פֿון ייִדישע זומער-פּראָגראַמען — אָבער ס’איז אַ פּוסטע טירחה צו זוכן אין דעם בוך כאָטש עטלעכע ווערטער וועגן דעם דאָזיקן וויכטיקן פֿענאָמען.
אַ סבֿרא, אַז דר. סאָלדאַט-יפֿה האָט געוואָלט געבן אַ בילד, וואָס כאַפּט אַרום ניט נאָר אַמעריקע, אָבער אויך אַנדערע לענדער. צוליב דעם האָט זי זיך געלאָזט פֿאָרן אַזש קיין דײַטשלאַנד. דאָ דערמאָנט זיך דער אַלטער אַנעקדאָט וועגן אַ מענטשן, וואָס האָט געזוכט זײַן זייגער אונטער אַ סלופּ, אויף וועלכן עס האָט געברענט אַ לאָמפּ, כאָטש פֿאַרלוירן האָט ער דעם זייגער אונטער גאָר אַן אַנדערן סלופּ. אָבער דאָרטן, וווּ ער האָט פֿאַרלוירן דעם זייגער, האָט דער לאָמפּ איבערגעברענט.
ס’איז שווער צו זאָגן, וואָס פֿאַר אַ לאָמפּ האָט געברענט אין דײַטשלאַנד, אָבער דאָס איז זיכער געווען ניט דאָס וויכטיקסטע אָרט פֿאַר אַ פֿאָרשונג פֿון ייִדישיזם. בפֿרט נאָך, אויב מע זוכט דעם פֿאַראַיאָריקן שניי אין בערלין און מע כאַפּט זיך אַפֿילו ניט אַרײַן קיין האַמבורג, וווּ עס פֿירט אַן אינטערעסאַנטע טעטיקייט די בירנבוים-געזעלשאַפֿט (http://www.birnbaum-gesellschaft.org). אָבער נאָך מער ייִדישיסטישע “סחורה" וואָלט מען געקענט געפֿינען אין פּאַריז, אין דעם באַרימטן “מעדעם-צענטער" (http://yiddishparis.com), און אין שטאָקהאָלם (http://www.jiddischforbundet.se).
וועגן וואָס זשע איז דאָס בוך? די פֿראַגע וועט בלײַבן הענגען פֿאַר יעדן איינעם, וואָס וועט פּטרן צײַט בײַם לייענען עס.