מיכאַיִל זשוואַנעצקי איז דער באַקאַנטסטער רוסישער הומאָריסט. ער שטאַמט פֿון אָדעס, וואָס מע האַלט אין דער רוסישער קולטור פֿאַרן הויפּטצענטער פֿון הומאָר. מיר ברענגען דאָ עטלעכע אַרויסזאָגונגען פֿון זשוואַנעצקי:
מע דאַרף ניט זײַן גרויס צו האָבן אַ גרויסקייט-משוגעת. ס’איז גענוג צו זײַן משוגע.
* * *
אין דעם פּאַפּירל, וואָס איך האָב געדאַרפֿט פֿאַרפֿילן פֿאַר דער אָפּעראַציע, איז געשטאַנען געשריבן: “וועמען זאָלן מיר קאָנטאַקטירן אין אַ נויטפֿאַל?" האָבן איך אָנגעשריבן: “אַ דאָקטער וואָס האָט אַ בעסערע קוואַליפֿיקאַציע".
* * *
ס’איז אַוודאי גוט צו לעבן ביז 120 יאָר. אָבער וווּ נעמט מען אַזוי פֿיל געלט?
* * *
טאָמער אײַערע קרובֿים און פֿרײַנד טעלעפֿאָנירן ניט אײַך אין משך פֿון אַ לענגערער צײַט, הייסט עס אַז בײַ זיי איז אַלץ כּשורה!
* * *
ס’איז בעסער צו מאַכן אַ שווײַג און אויסזען ווי אַ נאַר, איידער צו עפֿענען דאָס מויל און ניט איבערלאָזן קיין שום ספֿקות וועגן זיך.
* * *
אַ מאָל בין איך געווען יונג און שיין, איצט בין איך נאָר שיין.
* * *
אַלע געניאַלע מענטשן זײַנען שוין געשטאָרבן, און איך פֿיל זיך אויך ניט זייער גוט.