- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 12טן אויגוסט 1952 זײַנען אין מאָסקווע דערשאָסן געוואָרן דרײַצן מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דעם קאָמיטעט האָט די סאָוועטישע רעגירונג געשאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאָס איז געווען אַ טייל פֿון דער ברייטער פּראָפּאַגאַנדיסטישער קאַמפּאַניע, געפֿירט אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען. די ריכטונג פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען געצילט, דער עיקר, אויף אויסלאַנד — צו באַזאָרגן פֿאַרן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַן ענטוזיאַסטישע שטיצע מצד ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און יחידים. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער וויכטיקסטער אַדרעסאַט פֿאַר די פּראָפּאַגאַנדיסטישע און פּשוט אינפֿאָרמאַטיווע מאַטעריאַלן פֿונעם קאָמיטעט. * * * נאָכן סוף פֿון דער מלחמה, האָט דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט ניט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן. הגם די אָפֿיציעלע פֿונקציעס פֿון דעם קאָמיטעט זײַנען פֿאַרבליבן ריין פּראָפּאַגאַנדיסטישע, האָט ער אַלץ מער געשפּילט די ראָלע פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. דאָס איז דאָך געווען די איינציקע אַזאַ ייִדישע קערפּערשאַפֿט אין לאַנד. אַלע אמתע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס זײַנען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד שוין לאַנג ליקווידירט געוואָרן. אַזוי אַז ייִדן האָבן זיך געוואָנדן צום קאָמיטעט מיט פֿאַרשיידענע בקשות, וואָס זײַנען געווען ווײַט פֿון הילכות פּראָפּאַגאַנדע. * * * צווישן די ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געשמאַכט אין סאָוועטישע תּפֿיסות און לאַגערן, איז געווען אויך דער דיכטער יוסף קערלער (1918—2000). אין יאָר 1978 איז אין ירושלים אַרויס זײַן בוך “12טער אויגוסט, 1952". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ ליד, וואָס טראָגט דעם זעלבן טיטל: זיי זײַנען געפֿאַלן אין מיטן דער נאַכט און די איינציקע שײַן וועלכע האָט זיי געזאַלבט אין דעם דאָזיקן טאָג, אין דעם דאָזיקן טאָג מײַן ליד — אַ מצבֿה, מײַן האַרץ — ווי אַ ליכט, |