דעם 12טן אויגוסט 1952 זײַנען אין מאָסקווע דערשאָסן געוואָרן דרײַצן מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דעם קאָמיטעט האָט די סאָוועטישע רעגירונג געשאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאָס איז געווען אַ טייל פֿון דער ברייטער פּראָפּאַגאַנדיסטישער קאַמפּאַניע, געפֿירט אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען. די ריכטונג פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען געצילט, דער עיקר, אויף אויסלאַנד — צו באַזאָרגן פֿאַרן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַן ענטוזיאַסטישע שטיצע מצד ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און יחידים. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער וויכטיקסטער אַדרעסאַט פֿאַר די פּראָפּאַגאַנדיסטישע און פּשוט אינפֿאָרמאַטיווע מאַטעריאַלן פֿונעם קאָמיטעט.
צו דער דאָזיקער אַרבעט זײַנען צוגעצויגן געוואָרן צענדליקער שרײַבער און זשורנאַליסטן; קודם-כּל די, וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש. אַ טייל פֿון זייערע ווערק האָט מען געדרוקט אין דער ייִדישער צײַטונג “אייניקייט", וואָס דער קאָמיטעט האָט אַרויסגעגעבן. אַנדערע מאַטעריאַלן — אויף ייִדיש, רוסיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן — פֿלעגט מען צעשיקן איבער דער גאָרער וועלט, זיי זאָלן אויסגענוצט ווערן אין דער אַלגעמיינער פּרעסע. אין ניו-יאָרק האָט זיך אַפֿילו באַוויזן אַן אייגענע צײַטונג מיטן זעלבן טיטל, “אייניקייט". זי האָט געדרוקט סײַ אייגענע מאַטעריאַלן, סײַ די טעקסטן פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
אַ גרויסן אינטערנאַציאָנאַלן אָפּקלאַנג האָט געהאַט די נסיעה פֿון צוויי טוער פֿון דעם קאָמיטעט: דעם אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער שלמה מיכאָעלס און דעם דיכטער איציק פֿעפֿער. אין יאָר 1943 האָבן זיי באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, מעקסיקע און גרויס-בריטאַניע. אַ דאַנק דעם וויזיט, זײַנען שטאַרקער געוואָרן די קאָנטאַקטן צווישן דעם קאָמיטעט און דעם ייִדישן אויסלאַנד. די דאָזיקע קאָנטאַקטן האָבן זיך ניט באַגרענעצט מיט קאָמוניסטישע קרײַזן אין אויסלאַנד. ציוניסטישע קרײַזן זײַנען אויך געווען צופֿרידן מיטצואַרבעטן מיטן קאָמיטעט, ווײַל מע האָט געהאָפֿט, אַז די סאָוועטישע רעגירונג וועט העלפֿן צו קריגן אומאָפּהענגיקייט פֿאַר ארץ-ישׂראל. ווי מיר ווייסן, זײַנען די דאָזיקע האָפֿענונגען געווען באַרעכטיקטע.
גלײַכצײַטיק האָט דער “פֿאָרווערטס" ניט געוואָלט האָבן קיין משׂא-מתּן מיטן קאָמיטעט און פֿון סאַמע אָנהייב אָן אויסגעלאַכט די דאָזיקע “מאַכערײַקע" און די ייִדישע דעלעגאַציע. די צײַטונג האָט געטענהט, אַז זי שטיצט די רויטע אַרמיי, אָבער זעט ניט קיין טאָלק אין דעם קאָמיטעט, זײַנע מיטגלידער זײַנען דאָך ניט קיין ייִדישע כּלל-טוער, נאָר מענטשן, וואָס די רעגירונג האָט אונטערגעקליבן פֿאַר אַזאַ טעטיקייט. און פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג האָבן זשורנאַליסטן פֿון “פֿאָרווערטס" קיין גוטס ניט דערוואַרט. אַזאַ באַציִונג צום קאָמיטעט איז געווען כאַראַקטעריסטיש ניט נאָר פֿאַר דער צײַטונג, נאָר בכלל פֿאַר ייִדישע רעכט-סאָציאַליסטישע קרײַזן.
* * *
נאָכן סוף פֿון דער מלחמה, האָט דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט ניט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן. הגם די אָפֿיציעלע פֿונקציעס פֿון דעם קאָמיטעט זײַנען פֿאַרבליבן ריין פּראָפּאַגאַנדיסטישע, האָט ער אַלץ מער געשפּילט די ראָלע פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. דאָס איז דאָך געווען די איינציקע אַזאַ ייִדישע קערפּערשאַפֿט אין לאַנד. אַלע אמתע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס זײַנען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד שוין לאַנג ליקווידירט געוואָרן. אַזוי אַז ייִדן האָבן זיך געוואָנדן צום קאָמיטעט מיט פֿאַרשיידענע בקשות, וואָס זײַנען געווען ווײַט פֿון הילכות פּראָפּאַגאַנדע.
מיכאָעלס, פֿעפֿער און אַ צאָל אַנדערע מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט פּלענער פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע רעפּובליק אין קרים. אין די 1920ער יאָרן איז קרים שוין געווען באַשטימט ווי אַן אָרט פֿאַר אַזאַ רעפּובליק, אָבער שפּעטער האָט מען פֿאַר ייִדן אונטערגעזוכט אַ “בעסער" אָרט — אין ביראָבידזשאַן. בעת די באַגעגענישן, וואָס מיכאָעלס און פֿעפֿער האָבן געהאַט מיט אַמעריקאַנער ייִדישע כּלל-טוער, איז קרים ווידער אַרײַן אין דעם סדר-היום. מע האָט געהאַלטן, אַז אין קרים וועט מען קענען באַזעצן די ניצול-געוואָרענע ייִדן, וועמען די מלחמה האָט אויסגעוואָרצלט פֿון זייערע שטעט און שטעטלעך.
די קאָנטאַקטן מיט אויסלאַנד, דער אַמביציעזער קרימער פּראָיעקט און, בכלל, די וואַקסנדיקע געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיווקייט פֿון דעם קאָמיטעט — דאָס האָט זיך לחלוטין ניט געפּאָרט מיטן קלימאַט פֿון דער קאַלטער מלחמה. די ענטוזיאַסטישע רעאַקציע פֿון סאָוועטישע ייִדן, מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט בתוכם, אויף דער גרינדונג פֿון מדינת-ישׂראל, האָט געשטעלט די פֿראַגע פֿון “טאָפּלטער לאָיאַליטעט". אַזוינס האָט סטאַלינס מלוכה-אַפּאַראַט ניט געקאָנט דערלויבן. דער סאָוועטישער מענטש האָט געמוזט זײַן איבערגעגעבן נאָר צו איין לאַנד, איין אידעאָלאָגיע. איז געשען דאָס אומפֿאַרמײַדלעכע: אי דער קאָמיטעט אי זײַנע אַקטיווע טוער האָט מען ליקווידירט.
צי מיינט עס, אַז די מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט זײַנען געווען נאַיִווע מענטשן? אָדער זיי זײַנען געווען דרייסטע קעמפֿער קעגן סטאַלינס רעזשים? לאַוו-דווקא. זיי, ווי אויך אַ סך סאָוועטישע אינטעלעקטואַלן, האָבן געגלייבט באמונה-שלמה, אַז דער נצחון אין דער מלחמה האָט געבראַכט אויך אַ נײַע, מער ליבעראַלע תּקופֿה פֿאַר סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. אין דער אמתן, האָבן די דאָזיקע ליבעראַלע שטימונגען נאָר איבערגעשראָקן די שומרים פֿון דעם רעזשים.
צווישן די דרײַצן מענטשן, וועלכע מע האָט אומגעבראַכט דעם 12טן אויגוסט 1952, זײַנען געווען פֿינף ייִדישע שרײַבער — די צענטראַלע פֿיגורן אין סאָוועטישן ייִדישן קולטור-לעבן: דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער און לייב קוויטקאָ. הײַיאָר האָט מען די טרויעריקע דאַטע אָפּגעמערקט אין אַ סך שטעט — אין ירושלים, תּל-אָבֿיבֿ, ניו-יאָרק, באָסטאָן, לאָס-אַנדזשעלעס, לאָנדאָן, מאָסקווע, האַמבורג און אַנדערע. צו דעם דאָזיקן טאָג איז אין ענגלאַנד אַרויס אַ זאַמלבוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון די אומגעבראַכטע שרײַבער:
http://www.fiveleaves.co.uk
.
* * *
צווישן די ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געשמאַכט אין סאָוועטישע תּפֿיסות און לאַגערן, איז געווען אויך דער דיכטער יוסף קערלער (1918—2000). אין יאָר 1978 איז אין ירושלים אַרויס זײַן בוך “12טער אויגוסט, 1952". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ ליד, וואָס טראָגט דעם זעלבן טיטל:
אין דעם דאָזיקן טאָג, אין דעם דאָזיקן טאָג
פֿאַרשפּאַרן מיר שטאַרקער די פּײַן און די קלאָג,
די פּײַן — אינעם האַרצן, די קלאָג — צווישן ציין:
בערגעלסאָן,
מאַרקיש,
קוויטקאָ...
האָפֿשטיין.
זיי זײַנען געפֿאַלן אין מיטן דער נאַכט
און ס’האָט קיינער קיין טרייסט פֿאַרן טויט ניט געבראַכט...
און די איינציקע שײַן וועלכע האָט זיי געזאַלבט
איז געווען דאַן — דער בליץ פֿון דעם רוצחישן זאַלפּ...
אין דעם דאָזיקן טאָג, אין דעם דאָזיקן טאָג
מײַן צעבלוטיקט געזאַנג הייב איך אויף
און איך טראָג —
מײַן ליד — אַ מצבֿה, מײַן האַרץ — ווי אַ ליכט,
נאָר איך וועל שוין, ווײַזט אויס, ניט דערפֿילן מײַן פֿליכט —
ס’איז ניטאָ וווּ צו שטעלן קיין ליכט און קיין שטיין —
בערגעלסאָן,
מאַרקיש,
קוויטקאָ...
האָפֿשטיין.