אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

טעקסט און מוזיק פֿון אַליס טעגנער (אויף ייִדיש: לינדאַ גאָרדאָן)

אין שוועדן איז “די וועווערקע" (Ekorren) זייער אַ באַקאַנט ליד פֿאַר קינדער. אַ פֿרוי פֿון שוועדן, אַליס טעגנער, האָט עס אָנגעשריבן און עס איז אַרויסגעקומען דאָס ערשטע מאָל אין יאָר 1892. שפּעטער האָט מען עס ווידער געדרוקט עטלעכע מאָל און מע האָט עס אָפֿט געזונגען אין די שוועדישע שולן. איך מיין, אַז כּמעט אַלע שוועדן האָבן זיך אויסגעלערנט אָט דאָס ליד אין זייער קינדהייט. איך האָב געפּרוּווט עס איבערזעצן אויף ייִדיש.

די וועווערקע אויפֿן ביימל
וועט שישקעס פֿון יאָדלעס שיילן.

דערהערט זי: אַ ייִנגל, אַ מיידל —
גייט זי אַרויס פֿון כּלים.

אויף דער סאָסנע־צווײַג טוט זי אַ שפּרונג,
און צעמזיקט זיך צו ליב דעם שוווּנג,
אַ פֿיסל מיטן פּוכיקן וויידל.