Click on the picture to listen the media clip
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

דער האָן האָט געסטראַשעט * דעם גאַנצן הויף,
אַז וועקן די זון אין דער פֿרי הערט ער אויף!
‫פֿון באָריס סאַנדלער ‬

ייִדישע וויצלינגער: הערשעלע אָסטראָפּאָלער

וויפֿל קאָסט אַ קרענק

הערשעלע אָסטראָפּאָלער האָט באַגעגנט אַ שכן, וועלכן ער האָט שוין אַ לענגערע צײַט ניט געזען, און פֿרעגט אים:
— ר׳ שלמה, וווּ זײַט איר געווען, וואָס מע האָט אײַך דאָ ניט געזען?
— אוי, הערשעלע, פֿרעגט ניט! איך בין געווען אין אָדעס און דאָרטן קראַנק געוואָרן. צוויי חדשים האָב איך דאָרטן געקרענקט און עס האָט מיך אָפּגעקאָסט מײַן קרענקען צוויי הונדערט קאַרבן. *
— אַזוי גאָר? — האָט זיך פֿאַרוווּנדערט הערשעלע, — בײַ אונדז אין מעדזשיבאָזש וואָלט איר פֿאַר אַזוי פֿיל געלט געקענט קרענקען צוויי יאָר.

קאָטלעטן

— הערשעלע, וועסט עסן נעכטיקע קאָטלעטן?
— מיט גרויס פֿאַרגעניגן, פֿאַר וואָס ניט?
— נו, אויב אַזוי, וועסטו מוזן קומען מאָרגן.

אַ ווײַב אַן אויסברענגערין

— הערשעלע, מע זאָגט, אַז מיט דײַן ווײַב איז בײַ דיר ניט אַמבעסטן?
— יאָ, איך האָב מורא, אַז ס'וועט דערגיין צו אַ גט.
— וואָס הייסט? דײַן ווײַב איז דאָך אַ שטילע, אַ גאָלדענע נשמה.
— יאָ, נאָר זי איז אַ גרויסע אויסברענגערין.
— וואָס הייסט?
— דאָס הייסט... — ענטפֿערט הערשעלע, — פֿאַר איין פֿרימאָרגן קאָן זי זיך פֿאַרגינען אויסצוברענגען אַזוי פֿיל קללות, וואָס פֿאַר אַן אַנדער פֿרוי וואָלטן זיי געקענט קלעקן אויף אַ גאַנץ יאָר!

מענטשן רעדן

— הערשעלע, מע זאָגט, אַז דו גלייבסט ניט אין גאָט.
— וואָס? ווער זאָגט?
— מענטשן רעדן...
— זאָלן זיי רעדן פֿון היץ! וואָס דאַרפֿסטו הערן, וואָס מענטשן זאָגן, פֿרעג בײַ אים, בײַם אייבערשטן, וועט ער דיר זאָגן דעם אמת.

אַנו’ טרעף!

ניט קיין העמד — און דאָך גענייט,

ניט קיין בוים — און פֿול מיט בלעטער,

ניט קיין מענטש — און רעדט צו דער זאַך.

לייען און דערצייל

די שלאַנג און די טשערעפּאַכע

— פֿיר מיך אַריבער אויף דער אַנדערער זײַט טײַך, — האָט די שלאַנג געבעטן די טשערעפּאַכע.
— גוט, — האָט די טשערעפּאַכע געענטפֿערט. — זעץ זיך צו מיר אויף דעם רוקן, וועל איך דיך אַריבערפֿירן.
די שלאַנג האָט זיך צונויפֿגעוויקלט אויף דעם רוקן פֿון דער טשערעפּאַכע, און די טשערעפּאַכע איז אַוועק צום אַנדערן ברעג. זיי זײַנען אַ ביסל אָפּגעשוווּמען, האָט די שלאַנג אַ ביס געטאָן די טשערעפּאַכע אין קאָפּ.
— שוועסטער, פֿאַר וואָס בײַסטו מיך? — האָט די טשערעפּאַכע געפֿרעגט.
— די זון בריט צו היים, — האָט די שלאַנג געענטפֿערט.
זיי זײַנען אָפּגעשוווּמען נאָך אַ ביסעלע, האָט די שלאַנג ווידער אַ ביס געטאָן די טשערעפּאַכע.
— שוועסטער, פֿאַר וואָס האָסטו מיך איצט אַ ביס געטאָן?
— איך האָב אַזאַ טבֿע * (טעווע), — האָט די שלאַנג געענטפֿערט.
— דו ווייסט, איך האָב אויך אַ טבֿע, — האָט געזאָגט די טשערעפּאַכע און איז אַראָפּ אונטערן וואַסער.
די שלאַנג איז דערטרונקען געוואָרן.


* געסטראַשעט (סטראַשען) — געשראָקן (שרעקן)

* קאַרב(ן) — געלט

* טבֿע (טעווע) — געוווינהייט, נאַטור