פֿאָרװערטס־ייִחוס

אויסער דעם קרײַז פֿון ייִדישע לייענער, ווייסט איצט נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל מענטשן דעם נאָמען פֿון אַבֿרהם רייזען. אויף ענגליש איז אין 1992 אַרויס אַ זאַמלבוך פֿון רייזענס קורצע דערציילונגען (Short Stories). אָבער דאָס איז בלויז איינע פֿון די אויסגאַבעס, וואָס האָט, צום באַדויערן, געפֿונען אַן אָרט נאָר אויף עטלעכע הונדערט ביכער־פּאָליצעס.

אַ מאָל, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, איז רייזען געווען אַ באַרימטער פּראָזאַיִקער און דיכטער. די ייִדישע צײַטונגען זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט צו דרוקן זײַנע ווערק, וואָס פֿלעגן אויסנעמען בײַם לייענער [1] . צווישן די ליבהאָבער פֿון ייִדיש איז ער געווען באַקאַנט ווי אַן איבערגעגעבענער קולטור־טרעגער. נאָך אין 1904 און 1905, ווען רייזען האָט רעדאַגירט אין קראָקע דעם וואָכנבלאַט "דאָס ייִדישע וואָרט", האָט ער דאָרט פּראָקלאַמירט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך און אַ קולטור־שפּראַך פֿאַר דער אינטעליגענץ. פֿריִער האָט מען דאָך אין די אינטעלעקטועלע קרײַזן גענוצט ייִדיש נאָר כּדי אויפֿצוקלערן די פּראָסטע לײַט [2] , וואָס מע וויל פֿון זיי.

אַהין און צוריק

אין 1908 האָט רייזען זיך באַטייליקט אין דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ [3] , וואָס האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין העכערן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש. אין קורצן נאָך דער קאָנפֿערענץ איז ער צום ערשטן מאָל געקומען קיין אַמעריקע. אין "פֿאָרווערטס" האָט רייזען דעמאָלט אָפּגעדרוקט אַ צאָל דערציילונגען. אָבער דאָס איז ניט געווען זײַן דעביוט אין דער צײַטונג. זײַנע ערשטע ווערק האָט "פֿאָרווערטס" געדרוקט אין די פֿריִערדיקע יאָרן. אַב. קאַהאַן האָט וועגן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּאָזיטיווע קריטישע אָפּשאַצונג, און דאָס איז בכלל געווען די ערשטע קריטישע אַרבעט, געווידמעט רייזענס פּראָזע.

אין אַמעריקע האָט רייזען זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן. אין 1909 האָט ער זיך געלאָזט קיין וואַרשע, וווּ ער האָט געפּרוּווט געבן דעם ייִדישן לייענער אַ מעגלעכקייט צו לייענען ווערק פֿון די אייראָפּעיִשע מחברים. זײַן זשורנאַל "אייראָפּעיִשע ליטעראַטור" האָט געדרוקט איבערזעצונגען פֿון רוסישע, דײַטשישע, פֿראַנצויזישע און אַנדערע שרײַבער. אָבער קיין פֿינאַנציעלן דערפֿאָלג האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט ניט געהאַט.

אין 1911 איז רייזען ווידער געקומען קיין אַמעריקע און ווידער געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". גלײַכצײַטיק האָט ער אַרויסגעגעבן צוויי ליטעראַרישע זשורנאַלן — "דאָס נײַע לאַנד" (1911—1912) און "די ליטעראַרישע וועלט" (1912—1913). אין 1912 זײַנען אין ניו־יאָרק אַרויס זײַנע ווערק אין צוועלף בענדער. אין 1913—1914 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ זשורנאַל אין פּאַריז, אָבער אין 1914 האָט ער זיך אויף שטענדיק [4] באַזעצט אין אַמעריקע.

בײַ די קאָמוניסטן

דעם 15טן מײַ 1926 זײַנען איבער זעקס טויזנט מענטשן געקומען צו פֿײַערן רייזענס 50־יאָריקן יוביליי אין דעם ניו־יאָרקער "מעקאַ־טעמפּל". טאַקע דעמאָלט איז רייזען אַריבער צו די קאָמוניסטן, געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין דער צײַטונג "פֿרײַהייט".

אין 1928 איז רייזען געפֿאָרן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ זײַן באַזוך איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טריִומף. מע האָט אים ממש אַרומגעטראָגן אויף די הענט. זײַנע ביכער, אַרײַנגערעכנט אויסגעוויילטע ווערק אין דרײַ בענדער, זײַנען אַרויס סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף רוסיש. זײַנע ווערק האָט מען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געדרוקט אַפֿילו נאָך דעם, ווי ער איז אַוועק פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג.

אַוועק איז ער פֿון "פֿרײַהייט" אין סעפּטעמבער 1929, אין קורצן [5] נאָכן בלוטיקן פּאָגראָם אין ארץ־ישׂראל. די קאָמוניסטן האָבן דעמאָלט דערקלערט די שחיטה, ווי אַן אויפֿשטאַנד פֿון די היגע אַראַבער קעגן די "בריטישע קאָלאָניזאַטאָרן און זייערע ציוניסטישע מיטהעלפֿער". אַזאַ באַציִונג צו די געשעענישן אין ארץ־ישׂראל האָט אַרויסגערופֿן אַ סך פּראָטעסטן צווישן שרײַבער און לייענער פֿון דער "פֿרײַהייט". אַ גרופּע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט רייזענען, האָבן פֿאַרלאָזט די צײַטונג. פֿון דעמאָלט אָן [6] איז ער געווען אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ זײַנע ווערק פֿלעגן זיך דרוקן יעדע וואָך.

אַ חוץ צענדליקער ביכער פֿון רייזענס פּראָזע און פּאָעזיע, קען מען זײַנע דערציילונגען און לידער געפֿינען אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן, זאַמלביכער און כרעסטאָמאַטיעס. אויף זײַן פּאָפּולערקייט ווײַזט אָן, למשל, דער אינהאַלט פֿון דער כרעסטאָמאַטיע "דאָס ייִדישע וואָרט", וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין ניו־יאָרק אין 1947 פֿאַר די שולן פֿון "אַרבעטער־רינג" [7] . צוזאַמען מיט די טעמאַטישע אָפּטיילן "קינדער", "פֿון אַלטן קוואַל", "יום־טובֿים", "אין דער גרויסער שטאָט", "גאולה און משיח", "אַמעריקע" — זײַנען צוויי אָפּטיילן אָפּגעגעבן געוואָרן די סאַמע באַליבטע שרײַבער: שלום־עליכם און אַבֿרהם רייזען.


ווערטער און פֿראַזעס

[1] אויסנעמען בײַם לייענער — געפֿעלן, זײַן פּאָפּולער

[2] פּראָסטע לײַט — פֿאָלק־מענטשן, ניט־גראַמאָטנע

[3] טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ — זען www.ibiblio.org/yiddish/Tshernovits

[4] אויף שטענדיק — סטאַביל, שוין מער ניט בײַטנדיק

[5] אין קורצן — אין אַ קורצער צײַט אַרום

[6] פֿון דעמאָלט אָן — פֿון יענער צײַט אָן

[7] "אַרבעטער־רינג" — זען www.circle.org