דעם האַרבסט וועט אַרויסגיין דער דריטער טייל פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע "דער בוים פֿון לעבן" (זען — www.wisc.edu/ wisconsinpress/books/3801.htm ). דאָס איז אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿונעם בוך, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין מעלבורן, אויסטראַליע, אין יאָר 1985. די ענגלישע איבערזעצונג האָט געמאַכט די שרײַבערין צוזאַמען מיט איר טאָכטער, גאָלדי מאָרגענטאַלער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגלישער ליטעראַטור. אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, איז די טרילאָגיע אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1972. אין יסוד פֿונעם בוך ליגן דער שרײַבערינס אייגענע איבערלעבונגען אין לאָדזשער געטאָ.
ראָזענפֿאַרב, וואָס וווינט אין קאַנאַדע זינט 1950, איז הײַנט אַ צענטראַלע פֿיגור אויף דער ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט. אירע ווערק ווערן געלערנט — אויף ייִדיש און איבערגעזעצט אויף אַנדערע שפּראַכן — אין די אוניווערסיטעטן איבער דער גאָרער וועלט. ניט צופֿעליק האָט דער אוניווערסיטעט פֿון לעטברידזש, אַלבערטאַ (קאַנאַדע), צוגעטיילט איר דעם טיטל פֿון אַן ערן־דאָקטאָר אין יוריספּרודענץ. דאָס איז בכלל דער ערשטער פּרעצעדענט, ווען אַ פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור באַקומט אַזאַ טיטל אין אַ קאַנאַדער אוניווערסיטעט.
בעת דער צערעמאָניע פֿון באַקומען דעם ערן־טיטל, האָט חוה ראָזענפֿאַרב געזאָגט: "איך שרײַב אויף ייִדיש, ווײַל דאָס איז געווען די שפּראַך פֿון מײַן היים אין פּוילן. ס׳איז געווען די שפּראַך פֿון מײַן קינדהייט און סבֿיבֿה." זי זעצט איבער [1] אירע ווערק אויף ענגליש, ווײַל (ווי זי האָט ניט לאַנג צוריק דערקלערט) "יעדער שרײַבער וויל האָבן לייענער".
חוה טורניאַנסקיס "ביאַליק־פּרײַז"
חוה טורניאַנסקי, פּראָפֿ׳ פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז באַקאַנט ווי אַ פֿירנדיקע פֿאָרשערין פֿון ליטעראַטור בײַם אַשכּנזישן ייִדנטום. העכער פֿערציק יאָר האָט זי אָפּגעגעבן דער גרינטלעכער פֿאָרשונג פֿון טעקסטן, וואָס געהערן צו די תּקופֿות פֿון אָנהייב 13טן יאָרהונדערט. ניט לאַנג צוריק איז אַרויס איר העברעיִשע איבערזעצונג פֿון די זכרונות פֿון גליקל האַמעל, 1645—1724.
פּראָפֿ׳ טורניאַנסקיס אַקאַדעמישע אַרבעט איז הײַיאָר אָפּגעשאַצט געוואָרן מיט אַ "ביאַליק־פּרײַז". דער דאָזיקער פּרײַז איז עטאַבלירט געוואָרן בײַם תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט אין יאָר 1934, נאָך דער פּטירה [2] פֿון דעם גרויסן דיכטער. ווי עס דערציילט אין "פֿאָרווערטס" זײַן ישׂראלדיקער קאָרעספּאָנדענט מרדכי דוניץ (זען — https://yiddish2.forward.com/oldarchive/060906 ), זײַנען צווישן די לאַורעאַטן [3] תּמיד געווען די חשובֿסטע טוער פֿון דער נײַער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. אין דער רשימה געפֿינט מען אַזעלכע נעמען ווי ש״י עגנון (צוויי מאָל, אין 1934 און אין 1950), שאָול טשערניכאָווסקי (1940), זלמן שניאור און דוד בן־גוריון (1950), אורי־צבֿי גרינבערג (1965), עמוס עוז (1985), פּראָפֿ׳ דבֿ נוי און חיים באַר (2002).
די זשורי פֿון "ביאַליק־פּרײַז" האָט אָנגעמערקט, אַז די זכרונות, וואָס גליקל האָט פֿאַרשריבן אויף ייִדיש, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענעם, פֿאַרכאַפּנדיקן דאָקומענט. ער עפֿנט אַ פֿענצטער אין דער וועלט פֿון אַ ייִדישער פֿרוי אין 17סטן יאָרהונדערט. גליקל איז געבוירן געוואָרן אין האַמבורג אין יאָר 1645. זי האָט גענומען שרײַבן אירע זכרונות נאָכן טויט פֿון איר מאַן, דעם פֿאָטער פֿון אירע פֿערצן קינדער.
חוה אַלבערשטיינס "האָפֿשטיין־פּרײַז"
דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל טיילן צו דעם פּרײַז, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן דיכטער דוד האָפֿשטיין. דעם 12טן אויגוסט 1952 איז ער געווען איינער פֿון די דרײַצן מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וועלכע מע האָט דערשאָסן נאָכן באַשלוס פֿון אַ סטאַליניסטישן [4] געריכט. דער "האָפֿשטיין־פּרײַז" איז אַ בכּבֿודיקע אויסצייכענונג פֿאַר אַ ייִדישן קולטור־טוער.
הײַיאָר האָט די זשורי באַשלאָסן [5] צו באַלוינען מיטן פּרײַז די באַקאַנטע ייִדישע זינגערין חוה אַלבערשטיין. אַ געבוירענע אין דער שטאָט שטשעטשין אין 1949, איז זי אויסגעוואַקסן אין ישׂראל. ווי עס דערציילט אין "פֿאָרווערטס" דער ייִדישער אַקטיאָר און ראַדיאָ־דיקטאָר מיכאל בן־אַברהם (זען — https://yiddish2.forward.com/oldarchive/070706 ), איז ייִדיש געווען די שפּראַך, וואָס מע האָט גערעדט בײַ דער זינגערין אין דער היים. בײַ די עלטערן האָט זי זיך אויסגעלערנט ניט בלויז ייִדיש, נאָר אויך די ייִדישע פֿאָלקס־לידער, וועלכע זײַנען שפּעטער אַרײַן אין איר רײַכן ייִדישן, העברעיִשן און ענגלישן רעפּערטואַר.
בײַ זיבעצן יאָר איז אַלבערשטיין געווען איינע פֿון די באַקאַנטסטע און פּאָפּולערסטע זינגערינס אין ישׂראל. זי איז געבליבן געטרײַ איר "גלותדיקן" נאָמען, בעת כּמעט אַלע העברעיִשע זינגער האָבן העברעיִזירט זייערע נעמען. זי האָט, בכלל, ניט קיין גרינגע באַציִונגען מיט די ישׂראלדיקע פֿײַנשמעקערס [6].
שוין זיבן יאָר ווי זי האָט ניט קיין קאָנצערטן אינעם לאַנד. זי גאַסטראָלירט איבער דער וועלט, וווּ מע נעמט זי אויף זייער וואַרעם. ווי מע זעט אויף איר וועבזײַטל, http://www.aviv2.com/chava , וועט זי אין אָקטאָבער האָבן קאָנצערטן אין אַנטווערפּן, בעלגיע, און אין לובליאַנע, סלאָוועניע.
ווערטער און פֿראַזעס
[1] זעצט איבער — איבערזעצן (אינפֿיניטיוו)
[3] לאַורעאַט — באַלוינטער מיט אַ פּרײַז, פּרעמיע