דער איינציקער צה״ל־רעגימענט, וווּ ייִדן, קריסטן, און מוסולמענער דינען צוזאַמען |
Getty Images |
ווי כּמעט יעדעס יאָר, בין איך דעם ווינטער געפֿאָרן צו מײַן טאַטן אין סיינט־לויִס פּראַווען ניטל (נישט אויף קיין ייִד געדאַכט). קיין פֿרומער גוי איז ער נישט, גייען מיר נישט אין קירך און יאָשקע מישט זיך בכלל נישט אַרײַן. אָבער אַ בוים מיט דעקאָראַציעס האָבן מיר יאָ, ווי אויך אַ געשמאַקע ניטלדיקע סעודה. לאַנגע שעהען קוקן מיר פֿוטבאָל אויף טעלעוויזיע — אַזוי ווי אונדזערע חכמים הייסן, לערנט מען דעם טאָג נישט קיין תּורה. מיר טרעפֿן זיך, געוויינטלעך, מיט פֿרײַנד — צווישן זיי אויך ייִדן — טיילן זיך מיט קליינע מתּנות, און עסן נאָך אַ ריזיקן מאָלצײַט.
פֿאָרן "אַהיים אויף ניטל" איז נישט קיין זעלטנקייט צווישן ייִדן פֿונעם ייִנגערן דור. געמישטע חתונות זענען זינט די 1960ער יאָרן אַזוי פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אַמעריקע, אַז אַ סך קינדער און דערוואַקסענע האָבן הײַנט ייִדישע און נישט־ייִדישע עלטערן. וועגן דעם ענין זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מיינונגען. די פֿרומע ייִדן האַלטן, בדרך־כּלל, אַז די געמישטע חתונות זענען אַ קאַטאַסטראָפֿע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, אַ "שטילער חורבן", וואָס שטעלט די עקזיסטענץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אַ סכּנה. די ליבעראַלע ייִדן, ווידער, זאָרגן זיך נישט אַזוי, אַ מאָל האַלטן זיי אַפֿילו, אַז ס׳איז ראַסיסטיש זיך צוריקצוהאַלטן פֿון חתונה האָבן מיט מענטשן פֿון אַנדערע גרופּעס. אַזוי צי אַזוי, זענען די געמישטע חתונות, און די "געמישטע" קינדער, שוין לאַנג אַ פֿאַקט פֿון ייִדישן לעבן.
די צאָל קינדער אַזעלכע איז זייער גרויס, ווײַל איבער 50% פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן חתונה, פֿאַרבינדן זיך מיט נישט־ייִדן. אין דער וועלטלעכער ייִדישער סבֿיבֿה איז דער פּראָצענט אַפֿילו העכער, בײַם ייִנגערן דור — איבער 70%. צווישן מײַנע חבֿרים פֿון די קינדער־יאָרן, למשל, האָבן אַ סך געהאַט, אַזוי ווי איך, אַ ייִדישע מאַמע און אַ נישט־ייִדישן טאַטן, אָדער פֿאַרקערט. דניאל קלײַן און פֿרעקע וואַוסט, די מחברים פֿונעם "האַלב־ייִדישן בוך" (The Half-Jewish Book, 2000) שאַצן, אַז עס לעבן הײַנט אין אַמעריקע מער האַלב־ייִדישע ווי "ריין" ייִדישע קינדער ייִנגער פֿון 11 יאָר.
ווי אַזוי געמישטע קינדער אידענטיפֿיצירן זיך — ווי ייִדן, צי ווי גויים, צי ווי עפּעס אַנדערש — ווענדט זיך אין כּל־מיני פֿאַקטאָרן: ווי שטאַרק אידענטיפֿיצירן זיך אַליין זייערע עלטערן, צי זענען זיי רעליגיעז; וואָס פֿאַר אַ שול די קינדער באַזוכן, און וווּ וווינט די משפּחה. ווי נישט ווייניק מענטשן פֿון "ריין" ייִדישן אָפּשטאַם האָבן אַ מאָל ספֿקות וועגן זייער ייִדישקייט, אָדער האַלטן זיך נישט פֿאַר קיין ייִדן; אַזוי אויך אַ סך "געמישטע" קינדער בלײַבן צעמישט בײַם אידענטיפֿיצירן זייער אָפּשטאַם.
נאָך מער קאָמפּליצירט ווערט, אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישקע. אין דעם פֿאַל זענען די קינדער נישט קיין ייִדן לויט דער הלכה. כאָטש די רעפֿאָרם־באַוועגונג אָנערקענט הײַנט אַזעלכע קינדער ווי ייִדן, בלײַבן זיי פֿאַר די קאָנסערוואַטיווע און אָרטאָדאָקסן — אָפֿיציעל — מיט אַלע גויים גלײַך. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט דאָס קינד סײַ ווי אַ קרובֿ אין דער ייִדישער משפּחה. געוויינטלעך, באַצייכנט מען די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן און אַ נישט־ייִדישער מאַמע ווי "האַלבע ייִדן".
אַ חבֿר מײַנער, אַ האַלבער ייִד, האָט אַ מאָל באַגעגנט אַ יונגן חב״דניק אין דער ביבליאָטעק פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט. אַזוי ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט בײַ אַזעלכע באַגעגענישן, האָט דער חב״דניק אים דערמוטיקט מקיים צו זײַן די מיצווה פֿון לייגן תּפֿילין. מײַן חבֿר האָט געענטפֿערט, אַז ער איז נישט קיין ייִד — זײַן מאַמע איז אַ גויה — איז ער נישט מחויבֿ אָפּצוהיטן די תּרי״ג מיצוות. טאַקע גערעכט, אָבער דער יונגער חב״דניק איז סײַ ווי געוואָרן אין כּעס אויף אים — פֿאַר וואָס וויל ער נישט זײַן אַ ייִד? ער וויל נישט געניסן זײַן שטיקל לוויתן צוזאַמען מיט די צדיקים אויף יענער וועלט? אפֿשר איז ער נישט קיין אמתער ייִד, אָבער ער איז פֿאָרט נישט קיין גאַנצער גוי.
אַזוינס קומט אויס צו הערן דעם האַלבן ייִדן כּסדר. "אין דעם פֿאַל, זײַט איר נישט קיין ייִד". "ס׳איז נישטאָ אַזאַ זאַך ווי האַלבע ייִדן". "פֿאַר וואָס ווילט איר זײַן אַ ייִד?" "זײַט מוחל, איר טאָרט נישט לייענען". "פֿאַר וואָס זײַט איר זיך נישט מגייר?" די גויים האַלטן זיי פֿאַר ייִדן, און די ייִדן — נישט. נו יאָ, שווער צו זײַן אַ האַלבער ייִד.
דערווײַל, האָבן די האַלבע ייִדן זיך נישט אַנטוויקלט ווי א גרופּע פֿאַר זיך, זיי מישן זיך צונויף ווי יחידים אין דער ייִדישער און גוייִשער באַפֿעקלערונג. בלויז די נאַציס האָבן אָפֿיציעל אָנערקענט די האַלבע ייִדן ווי אַ באַזונדערע גרופּע — "מישלינגען". אויב איין טאַטע אָדער מאַמע, צי צוויי באָבעס אָדער זיידעס, זענען געווען ייִדן, האָט מען געהייסן אַ "מישלינג פֿונעם ערשטן גראַד"; בלויז איין ייִדישע באָבע אָדער זיידע — אַ "מישלינג פֿונעם צווייטן גראַד". מע האָט געדאַרפֿט האָבן דרײַ ייִדישע באָבע־זיידעס, כּדי צי הייסן בײַ זיי אַ "גאַנצער ייִד". די מישלינגען האָבן גענאָסן געוויסע פּריווילעגיעס, אין פֿאַרגלײַך מיט די "גאַנצע ייִדן". מיט אַ ספּעציעל דערלויבעניש, למשל, האָט אַ "מישלינג פֿונעם ערשטן גראַד" געמעגט חתונה האָבן מיט אַן "אַריער". אַ "מישלינג פֿונעם צווייטן גראַד" האָט אַפֿילו נישט געדאַרפֿט קיין דערלויבעניש — הפֿקר וועלט!
דער היסטאָריקער ברײַען מאַרק ריג האָט אויסגעפֿונען, אַז טויזנטער מישלינגען האָבן געדינט ווי זעלנער אין דער נאַצישער אַרמיי. ער האָט פּערזענלעך אינטערוויויִרט הונדערטער אַזעלכע וועטעראַנען, וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן, זינט די 50 יאָר, נישט געהאַט גערעדט וועגן זייער ייִדישן הינטערגרונט. אין אַלגעמיין, אַזוי ווי ס׳רובֿ יעקעס, זענען זיי געווען אַסימילירטע דײַטשישע פּאַטריאָטן, נאָר ווייניק פֿון זיי האָבן זיך אידענטיפֿיצירט מיט די ייִדישע קרבנות, אָדער זיי אַרויסגעהאָלפֿן.
הײַנט האָט די לאַגע זיך אין גאַנצן געביטן: נישט בלויז זיי שעמען זיך נישט, די האַלבע ייִדן, מיט זייער ייִדישקייט, נאָר זיי ווילן אָפֿט אַרײַנגענומען ווערן אין דער קהילה, ווי גלײַכבאַרעכטיקטע. אַן אַנקעטע וועגן געמישטע חתונות אין באָסטאָן האָט לעצטנס דערוויזן, אַז 60% פֿון די געמישטע קינדער ווערן דערצויגן ווי ייִדן. דרך־אַגבֿ, ווײַזט דאָס, אַז די געמישטע חתונות פֿירן הײַנט נישט אויטאָמאַטיש צו אַסימילאַציע און פֿאַרלוסט פֿון ייִדישקייט.
מ׳זעט הײַנט דאָ און דאָרט סימנים, אַז אַ "האַלב־ייִדישע אידענטיטעט" אַנטוויקלט זיך. פֿאַר אַ יאָרן איז אַרויס דאָס זאַמלבוך "האַלב/לעבן: ייִדישע מעשׂיות פֿון געמישטע היימען" (Half/Life: Jewish Tales from Interfaith Homes), וווּ די מחברים, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין ייִדישע און נישט־ייִדישע משפּחות, קולטור, און רעליגיע, דערציילן וועגן זייערע אייגענע דערפֿאַרונגען. אויפֿן וועבזײַטל www.halfjew.com קען מען ווײַטער לייענען אַזעלכע אויטאָביאָגראַפֿישע דערציילונגען, ווי אויך רעצעפּטן פֿון דער האַלב־ייִדישער קיך, זען בילדער פֿון באַרימטע האַלבע ייִדן (האַריסאָן פֿאָרד, שׂרה דזשעסיקאַ פּאַרקער, מעטיו בראַדריק, גלאָריאַ סטײַנעם, שאָן פּען, קעווין קאָסטנער און נאָך און נאָך), און לייענען אַן אָפֿענעם בריוו, וווּ עס ווערט פֿאָרגעלייגט דעם ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר און בירגער־מײַסטער צו שאַפֿן אויף גאָווערנערס־אײַלענד — אַ קליינער אינדזל צווישן מאַנהעטן און ברוקלין — אַ נײַ היימלאַנד פֿאַר די האַלבע ייִדן.
זייערע עלטערן האָבן זיך נישט באַצויגן צו רעליגיע אַזוי ערנסט, אַז זיי זאָלן נישט חתונה האָבן מיט אַ מענטש פֿון אַן אַנדער גלויבן, איז נישט קיין חידוש, וואָס די האַלבע ייִדן ווערן זעלטן פֿרום. אמת, עס זענען דאָ אויסנאַמען — איך האָב אַליין זיך באַקענט מיט אַ חב״דניק מיט אַן איטאַליענישן פֿאַמיליע־נאָמען. אָבער ס׳רובֿ האַלבע ייִדן זענען, אַזוי ווי ס׳רובֿ יונגע אַמעריקאַנער, "פּאָסט־עטנישע" מענטשן — זיי געהערן נישט צו קיין איין גרופּע, זיי זענען עפּעס אַנדערש. רעליגיע און עטנישע אידענטיטעט זענען ווייניקער וויכטיק פֿאַר זיי, ווי די מוזיק אָדער פֿילמען, וואָס זיי האָבן ליב, און דער מין חבֿרה, מיט וועלכער זיי זענען באַפֿרײַנדט.
דערווײַל איז עס נאָך נישט קלאָר, וואָס ס׳וועט זײַן מיט די האַלבע ייִדן. אַ סך מישן זיך אַוודאי אויס אין גאַנצן מיט די גויים און פֿאַרגעסן אין זייער ייִדישקייט. אַ קליינע מינדערהייט איז זיך מגייר און זיי ווערן "אמתע" ייִדן. אַ נישקשהדיקע גרופּע פֿירט און פֿילט זיך ווײַטער ייִדישלעך, כאָטש קיין ייִדן, לויט דער הלכה, ווילן זיי נישט ווערן. ווײַל די ליבעראַלע ייִדן אַקצעפּטירן זיי סײַ ווי, וועט זיך אפֿשר אַנטוויקלען אַ גאַנצע האַלב־ייִדישע געזעלשאַפֿט מיט אַן אייגענער קולטור און רעליגיע. אויב אַזוי, וואָלט איך זיכער געשטיצט דעם פֿאָרשלאָג, אַז די האַלבע ייִדן זאָלן באַקומען זייער אייגענע מדינה אויף גאָווערנערס־אײַלענד.