געזעלשאַפֿט
פֿון קריסטאָף מאַטעס לאַנדאָלט און לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ הויז אין ענדינגען מיט צוויי טירן — איינע פֿאַר ייִדן, די צווייטע פֿאַר קריסטן
אַזוי ווי מיר האָבן מיט צוויי וואָכן צוריק דערציילט, ווי שווייצער קומען הײַנט קיין ניו־יאָרק, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער היגער ייִדיש־וועלט, וועלן מיר די וואָך שרײַבן פֿאַרקערט: ווי ניו־יאָרקער ייִדישיסטן זײַנען אַ מאָל געפֿאָרן אין דער שווייץ, כּדי זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער שווייצער קולטור. עס רעדט זיך וועגן דער פֿאָלקלאָריסטקע בינה ווײַנרײַך און איר מאַן, דער לינגוויסט אוריאל ווײַנרײַך, וואָס זיי האָבן פֿאַרבראַכט אַ גאַנץ יאָר אין ציריך (1949—1950), כּדי אוריאל זאָל אויספֿאָרשן די שווייצער צוויישפּראַכיקייט. פֿון דעם איז אַרויס זײַן קלאַסיש לינגוויסטיש ביכל "שפּראַכן אין קאָנטאַקט", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ תּמצית פֿון זײַן דיקלײַביקער דיסערטאַציע.
אָבער דאָס באַגעגעניש מיט דער שווייץ האָט געהאַט אַ פּעולה ניט נאָר אין דער אַלגעמיינער לינגוויסטיק און אין אוריאל ווײַנרײַכס אַקאַדעמישער קאַריערע. עס האָט אויך געביטן און אויסגעברייטערט דעם אופֿן, ווי אַזוי מען האָט באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך און דעם באַגריף אַשכּנז. די ווײַנרײַכס האָבן צום ערשטן מאָל "אַנטדעקט" דעם מערבֿ־ייִדישן דיאַלעקט, וואָס האָט אַ מאָל זיך געצויגן איבער דער לענג און ברייט פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, אַפֿילו צפֿון־איטאַליע, אָבער וואָס דעמאָלט האָבן בלויז געציילטע אַלטע ייִדן די שפּראַך נאָך געדענקט, דער עיקר, אין עלזאַס (פֿראַנקרײַך) און אין דער שווייץ. דאָס וואָרט "אַנטדעקט" שטייט אין גענדזנפֿיסלעך, ווײַל אין דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור איז די עקזיסטענץ פֿון מערבֿ־ייִדיש שוין געווען גוט באַקאַנט — נאָר וועלכער ייִד אין ווילנע, וואַרשע, אָדער ניו־יאָרק האָט זי אַ מאָל געהערט? אין דײַטשלאַנד האָט מערבֿ־ייִדיש אָנגעהויבן גיין באַרג־אַראָפּ נאָך אין משה מענדלסאָנס צײַטן.

געזעלשאַפֿט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עליאַנאַ רענער (רעכטס) און עוואַ מאַן
ווען דער גרינדער פֿון ייִדישיזם, ד״ר חיים זשיטלאָווסקי, האָט אין 1898 צום ערשטן מאָל באַקאַנט געמאַכט זײַן תּורה פֿאַר דער וועלט און גערופֿן ייִדן צו שאַפֿן נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס אויף ייִדיש — ייִדישע אוניווערסיטעטן וכדומה — האָט ער פֿאַרגליכן די ייִדן מיט אַן אַנדער פֿאָלק: די שווייצער. "אויב דרײַ מיליאָנען שווייצער קענען אויסהאַלטן 10 אוניווערסיטעטן, וועלן די זיבן ביז אַכט מיליאָן ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש, אַוודאי קענען אויסהאַלטן פֿינף און צוואַנציק". די שווייץ איז אים אײַנגעפֿאַלן, ווײַל דאָרט האָט ער טאַקע געוווינט איבער 10 יאָר; דאָרט האָט ער געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט. רוסישע רעוואָלוציאָנערן, ווי זשיטלאָווסקי, און אַ סך ייִדישע סטודענטן, אויסגעשלאָסענע דורכן "נומערוס קלאַוסוס" פֿון די רוסישע אוניווערסיטעטן, האָבן אין דער שווייץ געפֿונען אַ מקום־מיקלט. ניט נאָר די אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, נאָר אויך ניט ווייניק אײַנגעבוירענע שווייצער ייִדן האָבן דעמאָלט נאָך גערעדט ייִדיש; טאַקע מיטן מערבֿ־ייִדישן דיאַלעקט, וואָס דער ליטוואַק זשיטלאָווסקי וואָלט אים, מסתּמא, קוים פֿאַרשטאַנען. אַזוי האָט די שווייץ אין יענע יאָרן געקאָכט מיט אַ מין ייִדיש לעבן, וואָס (צוליב דער שפּראַך־אַסימילאַציע פֿון די דײַטשע ייִדן) האָט שוין ניט עקזיסטירט אויף קיין אַנדער אָרט.
די צײַטן בײַטן זיך — הײַנט זײַנען דאָ אַ ביסל מער שווייצער און אַ סך ווייניקער ייִדיש־רעדערס — אָבער ס׳איז געבליבן אַ שטיקל לינגוויסטישע קרובֿישאַפֿט צווישן די צוויי גרופּעס. די שווייצער האָבן ניט קיין איין נאַציאָנאַלע שפּראַך, נאָר זיי רעדן פֿאַרשיידענע, וועלכע זײַנען געזעצלעך גלײַכבאַרעכטיקט: דײַטש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, און ראָמאַנש. די גרויסע מערהייט רעדט שווייצער־דײַטש, וואָס ער איז לויט זײַן קלאַנג און גראַמאַטיק מסתּמא אַזוי ווײַט פֿון כּלל־דײַטש ווי אונדזער ייִדיש.

טעאַטער
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רפֿאל גאָלדוואַסער
אײַ, דער ייִדישער טעאַטער איז הײַנט נישט דאָס וואָס געווען. מיט הונדערט יאָר צוריק זײַנען געווען צענדליקער טעאַטערס, די גרעסטע שטערן — אַדלער, קעסלער, טאָמאַשעווסקי — און דער עולם איז געווען אַ ריזיקער; ווײַל פֿאַר מיליאָנען פּשוטע ייִדן, אַרבעטער, איז דער טעאַטער געווען די הויפּט־פֿאַרווײַלונג (אַזוי ווי ס׳איז דעמאָלט נאָך נישט געווען קיין טעלעוויזיע, קיין אינטערנעץ, אַפֿילו נישט קיין ראַדיאָ). און הײַנט, נעבעך, בעוונותינו הרבים, איז די וועלט שוין מער ניטאָ: ניטאָ קיין גרויסע שטערן, ניטאָ קיין עולם. וואָס געווען איז געווען. איז לאָמיר לאָזן אַ טרער פֿאַרן אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער און פֿאַרמאַכן שוין דאָס קלייטל...
ניין, גראָד פֿאַרקערט! עס שטעלט זיך אַרויס, אַז הײַנט איז זייער אַן אינטערעסאַנטע צײַט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער דאָ אין ניו־יאָרק. עס שפּילן צוויי טעאַטערס — די גרויסע "פֿאָלקסבינע" און דער קליינער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר" (ני״ר) — און מע שפּילט דווקא גוטע סחורה. די וואָך, למשל, בין איך געווען אויף אַ געראָטענער פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס "אַגענטן" בײַם ני"ר, ווי אויך אַליין געשפּילט אין אַ פּרעכטיקער פֿאָרלייענונג פֿון "ליבע, אַרבעט, פֿאַרלוסט" (בעסער אויף ענגליש: Love, Labor, Loss), באַזירט אויף דרײַ איינאַקטערס פֿון כאַווער פּאַווער, שלום־עליכם און משה נאַדיר. עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז אַן אַקטיאָר זאָל רעצענזירן אַ פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער ער אַליין טרעט אויף; אָבער מײַן ראָלע איז גענוג קליין, אַז איך מעג זאָגן מיט דער גאַנצער זשורנאַליסטישער אָביעקטיווקייט, אַז דאָס איז אַן אויסנאַם פֿון אַ פּיעסע, אַ מחיהדיקער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל, וואָס דאָס פּובליקום האָט עס ליב ווי אַן אייגן קינד. דאָס אַלץ אַ דאַנק דער באַאַרבעטונג און רעזשי פֿון מאָטל דידנער, ווי אויך דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון אַבֿי פֿאָקס־ראָזען. (אַלע אַקטיאָרן און מוזיקער קען איך דאָ ניט אויסרעכענען, אָבער אויף איין פֿוס: אַלע שפּילן וווּנדערלעך!) זעט איר, ייִדן, דאָס רעדל דרייט זיך: גוטע טעאַטערס זײַנען דאָ, גוטע אַקטיאָרן, פּיעסעס — ס׳איז אונדז דאָך ווויל ווי די וועלט.

געזעלשאַפֿט
פֿון לייזער בורקאָ (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ניט לאַנג צוריק האָב איך געדאַרפֿט דערקלערן אַ חשובֿן פּראָפֿעסאָר פֿון ישׂראל, וואָס דאָס איז אַזוינס אַ "היפּסטער". כ’האָב געהאַט געמיינט, אַז דאָס איז אַן אוניווערסאַלער באַגריף, אַן ענגליש וואָרט וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין ס׳רובֿ מאָדערנע שפּראַכן, אַזוי ווי "קאָלאַ" און "ספּאָרט" — אָבער ניין, דער "היפּסטער" איז נאָך ניט דערגאַנגען צו אַלעמען. איז זײַט וויסן, ייִדישער לייענער, אַז אַ "היפּסטער" איז אַ יונגער מענטש, געוויינטלעך אין די 20ער אָדער 30ער, וואָס האַלט ניט פֿון דער "הויפּטשטראָמיקער" קולטור, פֿון קאַריערע און קאַפּיטאַליזם, נאָר פֿון דער פּראָגרעסיווער פּאָליטיק, דער אַוואַנגאַרדיסטישער קונסט, און דער "אומאָפּהענגיקער" (Indie) ראָק־מוזיק. דער "היפּסטער" איז אַ נאָענטער קרובֿ פֿונעם אַמאָליקן "היפּי" פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, און פֿאַקטיש שטאַמט ער פֿונעם זעלבן שורש: דאָס וואָרט "היפּ" אָדער "העפּ", וואָס מיינט נײַמאָדיש, לויטן סטיל פֿונעם יונגן אַלטערנאַטיוון קולטור־אַוואַנגאַרד. "היפּ/העפּ" איז געווען אַ וואָרט פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שפּראַך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, און קען זײַן, אַז עס שטאַמט אַזש פֿון די אַפֿריקאַנער לשונות. ס׳איז אַ היסטאָרישע איראָניע, אַז דאָס וואָרט "היפּסטער" באַצייכנט הײַנט, דער עיקר, ווײַסע יונגע־לײַט, בשעת אין די 1940ער האָט עס געמיינט אַן אָנהענגער פֿון דער שוואַרצער דזשאַז־קולטור.

דעם שעפֿערישן קאָנפֿליקט צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם "היפּסטער" זע איך קלאָר אין דער געגנט וווּ איך וווין: בעדסטײַ, ברוקלין. דאָס איז אַן אַלטע שוואַרצע געגנט, נאָך פֿון די 1930ער יאָרן, ווען די ערשטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרלאָזט זייער "אַלטע היים" אין האַרלעם, כּדי צו זוכן גרעסערע, ליכטיקערע דירות, פּונקט ווי די ייִדן פֿון יענער צײַט האָבן פֿאַרלאָזט זייער "איסט־סײַד". בעדסטײַ, אָדער בעדפֿאָרד־סטײַוועסאַנט, איז נאָך אַלץ אַן אָרעמע געגנט, אָבער די שיינע אַלטע הײַזער זאָגן עדות, אַז אַ מאָל זײַנען געווען בעסערע צײַטן.

קינאָ
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם פֿילם "ראַנד־באַמערקונג" (הערת שוליים) פֿאַרברענגט דער העלד צענדליקער יאָרן בײַם פֿאָרשן אַלטע כּתבֿ־ידן, ביז עס שטעלט זיך אַרויס, אַז אַ צווייטער פֿאָרשער איז אים פֿאַרלאָפֿן דעם וועג און אַנטדעקט דעם אָריגינאַל, פֿון וועלכן די אַלע אַנדערע כּתבֿ־ידן שטאַמען אָפּ. אַזוי אַרום איז זײַן גאַנצע טירחה געווען אומזיסט. כּדי איך זאָל בעסער פֿאַרגעדענקען יענעם עפּיזאָד, איז טאַקע געשען דאָס זעלבע מיט מיר: איך האָב אָנגעשריבן אַ רעצענזיע אויף דעם פֿילם, אָבער ניט באַמערקט, אַז אַנדערע האָבן עס שוין געטאָן פֿריִער. דעריבער פֿאַרלאָז איך זיך אויפֿן לייענערס זכּרון צו געדענקען דעם סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם און שרײַב דאָ בלויז די היסטאָרישע באַטראַכטונגען.
כאָטש "ראַנד־באַמערקונג" איז אַ סאַטירע אויפֿן אַקאַדעמישן לעבן, ניט קיין דאָקומענטאַר, און קומט פֿאָר אין ישׂראל, וווּ די קולטור איז אַ ביסל אַנדערש, וועט יעדער גראַדויִר־סטודענט און פּראָפֿעסאָר דערקענען די פּערזענלעכקייטן און קריגערײַען — אויב ניט פֿון דער אייגענער דערפֿאַרונג, איז געהערט וועגן דעם פֿון אַנדערע. נאָר אין אוניווערסיטעט קענען גרויסע געלערנטע זיך קריגן און פֿײַנט באַקומען איבער אַזעלכע קלייניקייטן, וואָס נאָרמאַלע מענטשן וואָלטן זיי אַפֿילו ניט באַמערקט.
צוליב מײַן אייגענער פֿאָרשונג, זײַנען מיר גלײַך געקומען אויפֿן זינען ענלעכע פֿאַלן אין אונדזער ייִדיש־וועלט. קודם־כּל, דער גרויסער סיכסוך צווישן מאַקס ווײַנרײַך און יודל מאַרק איבערן שטומען אַלף, למשל — מלחמות גוג־ומגוג איבער גאָרנישט — קען נאָר געמאָלט זײַן אין אַזאַ מין סבֿיבֿה. פֿון די בריוו זייערע איז קלאָר, אַז אַפֿילו דער שטומער אַלף איז בלויז געווען אַ צוטשעפּעניש צום "וויכטיקן" חילוקי־דעות: צי מע זאָל שרײַבן אַדווערביאַלן אין איינעם (איניינעם) אָדער באַזונדער. איבער אַזאַ קלייניקייט, קען מען זאָגן, איז דער גרויסער ווערטערבוך אונטערגעגאַנגען, און מיר זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַ געהעריקן ייִדישן ווערטערבוך.

ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עטלעכע אָנטיילנעמער אינעם "ייִדיש־ברייק", פֿון פֿאָרנט (פֿון רעכטס): סאָניע גאַלאַנץ, רחל וועטער, יאַנקל־פּרץ בלום; פֿון הינטן: יאַנקל פּעטשערסקי, נפֿתּלי איידלמאַן, דוד טאַבאַטשינסקי
דער לייענער מעג האָבן טענות צו מיר, פֿאַר וואָס איך ניץ די ראָשי־תּיבֿות "אאַז״וו" אויבן אינעם קעפּל, וואָס גוטע שרײַבערס האַלטן דאָס פֿאַר אַ סטיליסטישן באַרבאַריזם. נאָר פֿון דעסטוועגן איז בעסער צו זינדיקן קעגן דעם סטיל ווי צו שרײַבן דעם גאַנצן טיטל, וואָס וואָלט געדאַרפֿט זײַן: "ניו־יאָרק אין פֿאַרגלײַך מיט פֿילאַדעלפֿיע און מיט אַלע אַנדערע שטעט, שטעטלעך און דערפֿלעך אויף דער וועלט וווּ ייִדן וווינען". און דאָס וואָלט אויך ניט געווען גענוג ספּעציפֿיש, ווײַל איך האָב אין זינען ניט צו פֿאַרגלײַכן די שטעט אין אַלגעמיין, דעמאָגראַפֿיש אָדער עקאָנאָמיש, נאָר ספּעציעל ווי ייִדיש־צענטערס. אָבער דער לייענער ווייסט שוין פֿון פֿאָרויס, אַז וואָס איך שרײַב וועט האָבן אַ שײַכות מיט ייִדיש, קען איך פֿאַרשפּאָרן צוגעבן אַזאַ מין אונטערטיטל.
די שטאָט פֿילאַדעלפֿיע קומט דאָ צו רייד ניט צוליב עפּעס אַ ספּעציעלער קאָנקורענץ צווישן איר און ניו־יאָרק, נאָר פּשוט דערפֿאַר וואָס איך בין לעצטנס דאָרט געווען אויף אַ וויזיט. "יוגנטרוף" האָט אָרגאַניזירט פֿונעם 23סטן ביזן 25סטן מאַרץ אַ "ייִדיש־ברייק" אויפֿן קאַמפּוס פֿון פּענסילוואַניער אוניווערסיטעט — אַ מין ייִדיש־סוף־וואָך, אָדער "שבתּון", פֿאַר יונגע־לײַט. אַזעלכע "ייִדיש־ברייקס" זײַנען געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ אונדז, זינט מנחם־יאַנקל איידלמאַן האָט אין 2007 געמאַכט דעם ערשטן בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, כּדי צוצוציִען יונגע סטודענטן, וואָס האָבן, אין זייער מאַיאָריטעט, קיין מאָל ניט געהערט ווי מע רעדט ייִדיש מחוץ די פֿיר ווענט פֿון זייער קלאַסצימער. כאָטש איין מאָל אַ יאָר פֿאָרט אַ קאַראַוואַן פֿול מיט יוגנטרוף־אַקטיוויסטן פֿון ניו־יאָרק ווײַט, ווײַט, דורכן גאַנצן קולטור־מידבר פֿון אַמעריקע, כּדי צו באַגליקן די אײַנוווינער פֿון פֿאַרוואָרפֿענע פּלעצער, ווי באָסטאָן און שיקאַגע, וואָס לעכצן נאָך אַ ייִדיש וואָרט.

ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשאָרדין קוציק

בײַ אַ וויזיט אין אַמהערסט מיט דער וואַנדערנדיקער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", האָב איך נישט פֿאַרפֿעלט די געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט מײַן אַלט־יונגן חבֿר, דזשאָרדין קוציק, וואָס איז אַ סטיפּענדיאַנט אינעם "ייִדישן ביכער־צענטער" און לעצטנס אויסגעוויילט געוואָרן, ווי דער נײַער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף". כאָטש דזשאָרדין איז בלויז 24 יאָר אַלט, פֿאַרנעמט ער זיך שוין אַ לאַנגע צײַט מיט דער סאָציאָ־לינגוויסטישער פֿאָרשונג לטובֿת ייִדיש. אויף אַלע פֿראַגעס, וואָס כ’האָב אים געשטעלט, האָט ער אַן אינטערעסאַנטע און אינפֿאָרמירטע מיינונג.

פּערזענלעכקײטן

רעדזשינאַלד פֿאָסטער
עס קען אפֿשר אויסזען מאָדנע, וואָס אויף דער "ייִדיש־וואָך", למשל, רעדן די אַמעריקאַנער־געבוירענע יונגע־לײַט צווישן זיך ייִדיש; זיכער, זיי קענען ענגליש אַ סך בעסער. אַלטע ייִדן און חסידים וווּנדערן זיך און פֿאַרשטייען נישט, פֿאַר וואָס אַ ייִדיש־סטודענט ברעכט זיך די צונג, אַבי צו רעדן צו זיי אויף מאַמע־לשון, כאָטש עס קלינגט בײַ אים דער ייִדיש, ווי "בײַ אַ גוי". אָבער אין דער אמתן, איז דאָס רעדן ייִדיש נאָך אַלץ אַ נאַטירלעכע זאַך, אין פֿאַרגלײַך מיט נישט ווייניק אַנדערע שפּראַכן, וואָס מענטשן סטאַרען זיך הײַנט צו רעדן. זיכער האָבן די ערשטע מאָדערנע העברעיִש־רעדערס, ווי בן־יהודה, אויסגעזען ווי משוגעים, ווען זיי האָבן ערשט אָנגעהויבן מחיה־מתים זײַן לשון־הקודש.
די ריזיקע אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע "וויקיפּעדיע" גייט אַרויס אויף כּל־מיני קליינטשיקע, האַלב טויטע, און גאַנץ טויטע שפּראַכן. ס׳איז טשיקאַווע צו זען, אַז מע שרײַבט נאָך אויף שאָטיש — אַ שוועסטער פֿון ענגליש, וואָס איז געווען די ליטעראַרישע שפּראַך פֿון שאָטלאַנד, איידער מע האָט אַרויפֿגעצוווּנגען דעם סטאַנדאַרט־ענגליש אין 17טן יאָרהונדערט; בײַעריש, אַ דרום־דײַטשער דיאַלעקט, וואָס מע זאָגט, אַז ער האָט אַ געוויסע קרובֿישאַפֿט צו ייִדיש — כאָטש איך האָב איין מאָל אין מינכן טאַקע געזען אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אויף בײַעריש און ס׳איז געווען פֿאַר מיר טרגום־לשון. עס איז דאָ אַ וויקיפּעדיע אויף אַלט־ענגליש, וואָס מע האָט גערעדט מיט טויזנט יאָר צוריק, ווי אויך אויף לאַטײַן, וואָס איז אונטערגעגאַנגען מיט דער רוימישער אימפּעריע. אויף דער הויפּטזײַט פֿון דער לאַטײַנישער Vicipaedia שטייט, אַז די באַנוצערס האָבן אַרײַנגעבראַכט איבער 70,000 אַרטיקלען, וואָס ס’איז מער ווי בײַ אַ סך מאָדערנע שפּראַכן, גערעדט פֿון מיליאָנען מענטשן, ווי: אַלבאַניש, לעטיש, בענגאַליש און נאָך אָן אַ שיעור. דערווײַל האָב איך קיינעם ניט געטראָפֿן, וואָס רעדט אַלט־ענגליש טאָג־טעגלעך, אָבער לאַטײַניש־רעדערס קען איך אַ היפּש ביסל, דערפֿאַר ווײַל איך האָב פֿאַרבראַכט איין זומער, אַזוי צו זאָגן, בײַם פּויפּסט אין דער היים.

קינאָ
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קירע נײַטלי אין דער ראָלע פֿון סאַבינאַ שפּילריין
דער נײַער פֿילם "אַ געפֿערלעכע מעטאָד" באַהאַנדלט דעם באַקאַנטן סיכסוך צווישן די צוויי ריזן פֿונעם פּסיכאָאַנאַליז, זיגמונד פֿרויד און קאַרל גוסטאַוו יונג. פֿרויד האָט צוערשט באַטראַכט יונג ווי זײַן יורש, וואָס וועט פֿאַרשפּרייטן זײַנע טעאָריעס אין דער ברייטער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט, צום טייל צוליב דעם, וואָס יונג איז, ניט ווי ס׳רובֿ אַנדערע תּלמידים פֿרוידס, געווען אַ גוי, אַן "אַריער". אָבער די צוויי זײַנען זיך אין גיכן פֿונאַנדערגעגאַנגען איבער די ממשותדיקע אונטערשיידן אין זייער וויסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג: פֿרויד האָט צוגעשריבן אַלע פּסיכישע קראַנקייטן צו סעקסועלע פּראָבלעמען, בשעת יונג איז באַלד אַוועק אויף אַנדערע דרכים צו זוכן מיסטישע "אַרכעטיפּן" אין דעם "קאָלעקטיוון אונטערבאַוווּסטזײַן". נישט דאָס און נישט יענץ ווערט הײַנט אָנערקענט ווי אמת וויסנשאַפֿטלעכע טעאָריעס. איז זייער מחלוקת געוואָרן מער אַן עפּיזאָד אין דער אינטעלעקטועלער געשיכטע איידער אַן אַקטועלע פֿראַגע הײַנטיקן טאָג — אָבער ניט צוליב דעם אינטעלעקט גייט מען אין קינאָ זען דעם פֿילם "אַ געפֿערלעכע מעטאָד".
די אמתע סיבה איז די אַקטריסע קירע נײַטלי, די ענגלישע יפֿהפֿיה און האָליוווּד־שטערן, וואָס שפּילט די סאַדאָמאַזאָכיסטישע רוסיש־ייִדישע היסטעריש־קראַנקע סאַבינאַ שפּילריין, וועלכע (נאָך דעם ווי זי ווערט אויסגעהיילט) ווערט אַליין אַ וויכטיקער דאָקטאָר, אַ פֿאַרטרעטער בײַם פּסיכאָנאַנאַליטיקער — ווי אויך יונגס געליבטע. אין די ערשטע סצענעס אַרבעט נײַטלי אויף אַלע כּלים, שרײַט און וואַרפֿט זיך, אַזוי אַז ס׳איז אַ מאָל שווער צו קוקן אויף איר, ווי שיין זי זאָל נישט זײַן. אַפֿילו שפּעטער טראָגט זי אין זיך אַ נערוועזן כּוח און סעקסועלע ענערגיע, וואָס ציט דעם צוזעער צו און שטויסט אים אָפּ אין דער זעלבער צײַט. ס׳איז אַ זאַפֿטיקע ראָלע און נײַטלי זויגט פֿון איר אַרויס אַלע זאַפֿטן.

ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יאַנקל־פּרץ בלום אין זײַן צימער
טייל לייענער וועלן אפֿשר געדענקען מײַן אַרטיקל, געדרוקט אינעם חודש־זשורנאַל "ווײַטער" וועגן דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ "ייִדיש־הויז" אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד פֿון מאַנהעטן. דאָס איז געווען נאָך אין יאָר 2007. זיצט איר, מסתּמא, ווי אויף ברענענדיקע קוילן, אומגעדולדיק צו הערן, צי דער חלום איז טאַקע מקוים געוואָרן, צי נישט. הײַנט קום איך, סוף־כּל־סוף, אײַך צו באַרויִקן און אַרויסצוגעבן פֿאַר דער וועלט, אַז דער נס איז טאַקע געשען: דאָס "ייִדיש־הויז" איז דאָ! אמת, עטלעכע יאָר האָט זיך גאָרנישט געטאָן, דער עולם איז געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט און געוואַרט אויף משיחן. אָבער אין יאָר 2010 האָבן דרײַ יונגע ייִדישיסטן גענומען די איניציאַטיוו אין זייערע הענט און געדונגען אַ דירה צוזאַמען, און טאַקע אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד, נישט ווײַט פֿון דעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. יאַנקל־פּרץ בלום, לאה בלום, און נפֿתּלי איידלמאַן — אַלע נאָך אין די 20ער — האָבן באַשלאָסן צו רעדן נאָר ייִדיש אין דער היים, ווי ווײַט מעגלעך, און אַזוי שאַפֿן דאָס ערשטע "ייִדיש־הויז" זינט אַ היפּש ביסל יאָרן. (פֿאַרשטייט זיך, צום ערשטן מאָל געמאַכט פֿון ייִדישיסטן; פֿון חסידים זײַנען דאָ הונדערטער, טויזנטער "ייִדיש־הײַזער".)
יאַנקל־פּרץ איז דעמאָלט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף", און נפֿתּלי האָט געהאַלטן בײַם אַנטוויקלען דעם "ייִדיש־פֿאַרם"־פּלאַן (וואָס איז, דרך־אַגבֿ, אויך מקוים געוואָרן, און אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב) — אָבער זייער "ייִדיש־הויז" אַליין איז געווען אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו, ניט פֿאַרבונדן פֿאָרמעל מיט קיין שום אָרגאַניזאַציע. אַלץ האָבן זיי געטאָן מיט די אייגענע כּוחות און די אייגענע באַשיידענע מיטלען. צופֿעליק האָט זיך אַנטדעקט, אַז אין דעם זעלבן בנין מיט יאָרן צוריק, האָט אויך געוווינט באַראַק אָבאַמאַ, דעמאָלט אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. די ייִדיש־הויזניקעס האָבן אין דעם גלײַך דערזען אַ השגחה־פּרטית, אַז זייער פּלאַן וועט זײַן געבענטשט מיט הצלחה.

יונגע שטימען

ווי אַ סך ייִדישיסטן, האָב איך אַ נייגונג צו אַלטע־לײַט. די יונגע־לײַט און קינדער האָב איך ניט פֿײַנט, חלילה, נאָר אַלטע־לײַט האָבן אַ ספּעציעלן חן און חכמה וואָס עס פֿעלט דעם יונגן דור. דערצו זײַנען זיי, געוויינטלעך, אַ סך שטילער ווי די יוגנע־לײַט — זיי שפּילן ניט קיין הויכע מוזיק, זיי הוליען ניט ביז שפּעט אין דער נאַכט. אַז מען וווינט לעבן אַלטע־לײַט, האָט מען מנוחה.

ווען איך בין אָנגעקומען שטודירן אין מינעאַפּאָליס, האָב איך עטלעכע חדשים געוווינט לעבן הוליאַקעס און לעביונגען — "פֿרעטבויס" בלע״ז — אין אַ געגנט ניט ווײַט פֿונעם אוניווערסיטעט, וואָס הייסט "דינקיטאַון." פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם ערשטן זמן בין איך זייער ווייניק געשלאָפֿן. דערנאָך האָב איך געוווינט עטלעכע חדשים אין אַ חורבֿה אין אַן אָרעמען קוואַרטאַל, וווּ עס הענגען אַ סך שילדן, ווי למשל אַזאַ: "דאָס איז אַ נאַרקאָטיק־פֿרײַע געגנט" — דערפֿון קען מען דרינגען, אַז מע פֿאַרקויפֿט דאָרט נאַרקאָטיק אויף יעדן ראָג. איך האָב געוווינט אין מײַן חורבֿה אין גאַנצן אַליין, סײַדן די ווילדע וועווריקעס, וואָס האָבן פֿאַר זיך געמאַכט אַ היים אין מײַן דאַך און ניט געלאָזט שלאָפֿן בײַ נאַכט.

אין דרויסן אויף דער גאַס איז געווען אַ גוואַלדיקער רעש פֿון אַ קאָנוווי משׂא־אויטאָס, טאַנקען און סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געפֿאָרן צו דער נאָענטער מיליטערישער הויפּט־קוואַרטיר. אָבער צוליב די דיקע ווענט און די פֿעסט־פֿאַרריגלטע פֿענצטער, האָט מען אינעווייניק דעם רעש קוים געהערט. אָסאַמאַ איז געשלאָפֿן רויִק אין זײַן בעט, מיטן קאָפּ אײַנגעגראָבן אין אַ גרויסן, פּוכיקן קישן. ער וואָלט אַזוי געבליבן ליגן נאָך עטלעכע שעה, ווען נישט דער ריח פֿון שטאַרקער קאַווע, וואָס האָט אים געקיצלט אין די נאָזלעכער. מיס בין לאַדען איז שוין געווען אונטן, געשטעלט דעם טשײַניק און צוגעגרייט אַ געזונטן פֿרישטיק פֿאַר די בני־בית.