יונגע שטימען

איך בין געבוירן געוואָרן אין 1985 אין לאָס־אַנדזשעלעס, קאַליפֿאָרניע, אין דער משפּחה פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דרום־אַפֿריקע. געוואַקסן בין איך אין אַ טראַדיציאָנעל־פֿרומער סבֿיבֿה; צום באַדויערן, ניט קיין ייִדיש־רעדנדיקער. נאָך דער מיטלשול האָב איך זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה, אין ירושלים.
על־פּי צופֿאַל האָט מײַן משפּחה אָנגעהויבן דאַווענען אין אַ חסידישן שטיבל (כאָטש מיר זײַנען שטאָלצע ליטוואַקעס), און כ׳האָב געהאַט הנאָה פֿונעם הערן יעדן שבת די דרשות אויף אַ לעבעדיקן, רײַכן ייִדיש. האָב איך אויך געוואָלט זיך אויסלערנען די געשמאַקע שפּראַך, און אָנגעהויבן באַזוכן די לימודים בײַם "אַרבעטער־רינג". שפּעטער בין איך געפֿאָרן קיין ווילנע אויפֿן אָרטיקן ייִדיש־זומער־קורס.
מיט אַ יאָר צוריק האָב איך פֿאַרענדיקט די יוריספּרודענץ־שטודיעס בײַם אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע (UCLA), און אַ פּאָר חדשים נאָך דעם עולה געווען קיין ישׂראל. אין מערץ 2011 האָב איך אָנגעהויבן מײַן דינסט בײַם וואָרטזאָגערס־אָפּטייל פֿון צה״ל, אין ירושלים.




"כ׳וואָלט פֿאַרגויט..."

הײַנט בין איך אַ זעלנער. נעכטן בין איך געפֿאָרן מיט מײַנע זיידע־באָבע צום היסטאָרישן "אַמוניציע בערגל" (גבעת התחמושת) אין מיזרח־טייל פֿון ירושלים. האָב איך דאָרטן געקראָגן אַ תּפֿילה־הדרך־קאַרטל און אַ צוקערל, און בין אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַן אויטאָבוס, וואָס האָט געבראַכט מיך און אַן ערך הונדערט אַנדערע בחורים אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ איך האָב געקראָגן מײַן אוניפֿאָרם.

יונגע שטימען

אַן איין און איינציקער ווײַסער אויטאָ האָט זיך באַוויזן אויפֿן וועג. יעדעס מאָל וואָס זײַנס אַ ראָד האָט געטראָפֿן אין אַ גריבל, האָט דער אויטאָ זיך געגעבן אַ שאָקל, אויפֿהייבנדיק אַ וואָלקנדל שטויב אין דער לופֿטן. און אַזוי איז דער אויטאָ געפֿאָרן ביז ער האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן דעם איינציקן בוים.

איציק איז אַרויס פֿונעם אויטאָ און פֿאַרמאַכט די טיר מיט אַ שטאַרקן קלאַפּ. די קורצע, שטײַפֿע האָר אויף די באַקן זיך געשניטן צו זײַן אַ שטעכיק בערדל. ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ געמיש פֿון מלבושים, וואָס ער האָט אַרויפֿגעשלעפּט אויף זיך אין אײַלעניש. אַ ברייט, רויט, אויסגעדינט "טריינינג" העמד. אַ פּאָר געלע, צעקנייטשטע הויזן און אַ ווײַס בייסבאָל־היטעלע מיט אַ שמאָלן, לאַנגן דאַשיק — אַ מתּנה פֿון זײַן ניו־יאָרקער פֿעטער מיט יאָרן צוריק.

אויף די פֿיס האָט ער געטראָגן אַ פּאָר בלאָע סאַנדאַלן. אין דער רעכטער האַנט — געהאַלטן אַ זעקעלע מיט אַ מאַראַנץ, אַ סענדוויטש מיט קעז און אַ פֿלאַש וואַסער. ער האָט אײַנגעאָטעמט די פֿרישקייט וואָס דער ווינט האָט אים צוגעטראָגן.

יונגע שטימען

ווי אַ סך ייִדישיסטן, האָב איך אַ נייגונג צו אַלטע־לײַט. די יונגע־לײַט און קינדער האָב איך ניט פֿײַנט, חלילה, נאָר אַלטע־לײַט האָבן אַ ספּעציעלן חן און חכמה וואָס עס פֿעלט דעם יונגן דור. דערצו זײַנען זיי, געוויינטלעך, אַ סך שטילער ווי די יוגנע־לײַט — זיי שפּילן ניט קיין הויכע מוזיק, זיי הוליען ניט ביז שפּעט אין דער נאַכט. אַז מען וווינט לעבן אַלטע־לײַט, האָט מען מנוחה.

ווען איך בין אָנגעקומען שטודירן אין מינעאַפּאָליס, האָב איך עטלעכע חדשים געוווינט לעבן הוליאַקעס און לעביונגען — "פֿרעטבויס" בלע״ז — אין אַ געגנט ניט ווײַט פֿונעם אוניווערסיטעט, וואָס הייסט "דינקיטאַון." פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם ערשטן זמן בין איך זייער ווייניק געשלאָפֿן. דערנאָך האָב איך געוווינט עטלעכע חדשים אין אַ חורבֿה אין אַן אָרעמען קוואַרטאַל, וווּ עס הענגען אַ סך שילדן, ווי למשל אַזאַ: "דאָס איז אַ נאַרקאָטיק־פֿרײַע געגנט" — דערפֿון קען מען דרינגען, אַז מע פֿאַרקויפֿט דאָרט נאַרקאָטיק אויף יעדן ראָג. איך האָב געוווינט אין מײַן חורבֿה אין גאַנצן אַליין, סײַדן די ווילדע וועווריקעס, וואָס האָבן פֿאַר זיך געמאַכט אַ היים אין מײַן דאַך און ניט געלאָזט שלאָפֿן בײַ נאַכט.

יונגע שטימען

פֿון וואַנעט קומט אַ ייִד?

דאָס ערשטע וואָס מע פֿרעגט בײַם באַקענען זיך — נו, פֿון וואַנעט קומט אַ ייִד? מיר איז אַלע מאָל שווער די דאָזיקע פֿראַגע צו פֿאַרענטפֿערן.

אַ מאָל ענטפֿער איך לויטן כראָנאָלאָגישן סדר׃ פֿון וואַנען איך קום? געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט ירושלים, אָבער באַלד אַריבער מיט די אַמעריקאַנער עלטערן קיין ניו־יאָרק; דערנאָך, צו אַכט יאָר, עולה געווען מיט דער משפּחה קיין ארץ־ישׂראל, און, סוף־כּל־סוף, נאָך טאַטע־מאַמעס גטן זיך, מיט דער מאַמען און צוויי ברידער אַוועק קיין קאַליפֿאָרניע.

און אַ מאָל, ווידער, קומט גאָר אויס פּונקט קאַפּויער׃ געגאַנגען אין קאַלעדזש אין סאַנטאַ־באַרבאַראַ, קאַליפֿאָרניע; פֿריִער אָפּגעלעבט פֿינף יאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס... און אַזוי ווײַטער און ווײַטער, די גאַנצע מגילה אויף צוריק ביז איך דערזע די ליכטיקע שײַן אין ירושלים, עיר־הקודש.