איך בין געבוירן געוואָרן אין 1985 אין לאָס־אַנדזשעלעס, קאַליפֿאָרניע, אין דער משפּחה פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דרום־אַפֿריקע. געוואַקסן בין איך אין אַ טראַדיציאָנעל־פֿרומער סבֿיבֿה; צום באַדויערן, ניט קיין ייִדיש־רעדנדיקער. נאָך דער מיטלשול האָב איך זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה, אין ירושלים.
על־פּי צופֿאַל האָט מײַן משפּחה אָנגעהויבן דאַווענען אין אַ חסידישן שטיבל (כאָטש מיר זײַנען שטאָלצע ליטוואַקעס), און כ׳האָב געהאַט הנאָה פֿונעם הערן יעדן שבת די דרשות אויף אַ לעבעדיקן, רײַכן ייִדיש. האָב איך אויך געוואָלט זיך אויסלערנען די געשמאַקע שפּראַך, און אָנגעהויבן באַזוכן די לימודים בײַם "אַרבעטער־רינג". שפּעטער בין איך געפֿאָרן קיין ווילנע אויפֿן אָרטיקן ייִדיש־זומער־קורס.
מיט אַ יאָר צוריק האָב איך פֿאַרענדיקט די יוריספּרודענץ־שטודיעס בײַם אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע (UCLA), און אַ פּאָר חדשים נאָך דעם עולה געווען קיין ישׂראל. אין מערץ 2011 האָב איך אָנגעהויבן מײַן דינסט בײַם וואָרטזאָגערס־אָפּטייל פֿון צה״ל, אין ירושלים.
"כ׳וואָלט פֿאַרגויט..."
הײַנט בין איך אַ זעלנער. נעכטן בין איך געפֿאָרן מיט מײַנע זיידע־באָבע צום היסטאָרישן "אַמוניציע בערגל" (גבעת התחמושת) אין מיזרח־טייל פֿון ירושלים. האָב איך דאָרטן געקראָגן אַ תּפֿילה־הדרך־קאַרטל און אַ צוקערל, און בין אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַן אויטאָבוס, וואָס האָט געבראַכט מיך און אַן ערך הונדערט אַנדערע בחורים אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ איך האָב געקראָגן מײַן אוניפֿאָרם.
לאַנג האָב איך געטראַכט וועגן דעם באַשלוס עולה צו זײַן קיין ישׂראל, און נאָך לענגער — וועגן גיין דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי. אָבער קיין מאָל איז עס מיר ניט געווען אַזוי שווער צו באַשליסן, ווי מיט אַ וואָך פֿריִער.
איך בין דעמאָלט אַרויס אויף אַ שפּאַציר מיט אונדזער הונט צו מײַן באַליבט אָרט: אין אַ סקיבע פֿון די "האָליוווּד בערג", וואָס הייסט "ראַניאָן קאַניאָן", הויך איבערן שטאָט־אויסצי פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, מײַן היימשטאָט. בשעת דעם שפּאַציר, האָב איך זיך צוגעהערט צו אַבֿרהם סוצקעווערס אַ ליד אויפֿן "אײַפּאַד", מיט דער פֿאָרלייענונג פֿונעם דיכטער אַליין. (דאָ שטעקט דער וווּנדער פֿון טעכנאָלאָגיע!)
דער טאָג איז געווען וואַרעם, דער הימל — העל־בלוי, און דער "האָליוווּד־צייכן" האָט אויסגעזען אַזוי נאָענט, ווי איך וואָלט אים געקאָנט אָנרירן. "גלות־קאַליפֿאָרניע" האָט אין דעם מאָמענט אויסגעזען גאַנץ שיין. איך און מײַן הונט האָבן זיך געפֿילט זיכער, רויִק, צוגעבונדן צו דער ערד. סוצקעווערס רײַכע, מוזיקאַלישע שטים האָט אָפּגעהילכט בײַ מיר אין די אויערן: "ווען איך וואָלט זײַן מיט דיר באַנאַנד ... וווּ יעדער שטיינדל איז מײַן זיידע ... ביז אויסגעגאַנגען כ׳וואָלט פֿאַרגויט"...
וואָס מיינט דאָס "וווּ יעדער שטיינדל איז מײַן זיידע"...?
האָב איך אַראָפּגעקוקט אויף דער קאַליפֿאָרניער ערד, אויף די גלײַכע, גרויע שטיינער, איבער וועלכע מיר האָבן געשטעלט פֿיס — ערשט דער הונט, און נאָך אים איך אַליין. און איך האָב געפּרוּווט זיך פֿאָרשטעלן, אַז די דאָזיקע שטיינער זײַנען געווען פֿרעמד פֿאַר אונדזערע זיידעס. איך האָב געפּרוּווט צו קוקן אויף די שטיינער מיט "פּאָעטישע אויגן", האָפֿנדיק צו דערפֿילן דאָס וואָס דער גרויסער פּאָעט האָט געפֿילט.
אָבער גאָרנישט האָב איך ניט דערזען; ניט ווײַל איך בין ניט מסכּים געווען מיטן דיכטער. איך האָב יאָ שטאַרק ליב ארץ־ישׂראל, און האָב זי אויך אויסגעקליבן ווי דאָס אָרט, וווּ איך וויל לעבן; אַפֿילו באַשלאָסן צו דינען אין דער אַרמיי. אָבער די שטיינער פֿון "ראַניאָן קאַניאָן" זײַנען פֿאַר מיר געבליבן ניט מער ווי שטיינער, אומשולדיקע און וואַרעמע.
דאָס ליד האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט דער דעקלאַראַציע פֿונעם פּאָעט, אַז אָן דעם הייליקן לאַנד "ביז אַרויסגעגאַנגען כ׳וואָלט פֿאַרגויט..." — אָבער איך האָב די ווערטער אויך ניט פֿאַרשטאַנען.
וואָס מיינט עס "פֿאַרגויט"?
פּלוצעם איז מיר קאַלט געוואָרן. ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט דאָס ליד, האָב איך נישט געטראַכט, אַז גלות־קאַליפֿאָרניע איז ניט פֿאַר מיר. אָבער דאָרט אין "ראַניאָן קאַניאָן", מיט דעם האָליוווּד־צייכן פֿאַר די אויגן, די זון אויפֿן רוקן, דער הונט בײַ די פֿיס, און מײַן צוויי יאָר־לאַנגע דינסט אין דער ישׂראל־אַרמיי, וואָס דאַרף זיך אָנהייבן אין אַ קנאַפּע וואָך אַרום — איז מיר שוין ניט געווען אַזוי קלאָר.
איך האָב זיך אַראָפּגעלאָזט פֿונעם באַרג, שוין טרעטנדיק אויף די פֿרעמדע שטיינער.
* * *
אויף צו מאָרגנס שטיי איך אויף שוין גרייט צו גיין צום ציין־דאָקטאָר אין בעווערלי־הילס. איך עפֿן דעם קאָמפּיוטער און זע אַ בליצבריוו פֿון מײַנעם אַ חבֿר, וואָס וווינט אין דרום־אַמעריקע. אָט וואָס ער האָט געשריבן:
"עס זעט אויס, אַז שווערע טעג זײַנען געקומען אין ירושלים. בײַ דיר איז אַלץ גוט, דזשאַש?"
פֿאַרשטיי איך דאָס ניט, אָבער באַלד קוק איך אַ נײַעס־וועבזײַטל. דאָרטן לייען איך, אַז אין ירושלים האָט מען אויפֿגעריסן אַ באָמבע, קנאַפּע צוויי גאַסן פֿון מײַן דירה, אַז אַ ייִדישע טאָכטער איז דערהרגעט געוואָרן, און אַז פֿופֿציק ייִדן זײַנען געוואָרן פֿאַרוווּנדיקט. שרײַב איך תּיכּף מײַן חבֿר צוריק:
"יאָ, מיר איז גוט, געלויבט איז גאָט. איצטער בין איך טאַקע בײַ מײַנע עלטערן אין קאַליפֿאָרניע. אָבער פֿאַר וואָס זעט אויס "סוררעאַליסטיש" דאָס באַזוכן איצט דעם ציין־דאָקטער אין בעווערלי־הילס, און דאָס וווינען צוויי גאַסן פֿון אַ טעראָר־אַטאַק — אין גאַנצן נאָרמאַל?
* * *
נאָכן וויזיט צום ציין־דאָקטאָר, בין איך ווידער אַוועק אויף אַ שפּאַציר אין "ראַניאָן קאַניאָן". פּונקט ווי נעכטן, בין איך געווען צוזאַמען מיטן שמייכלענדיקן הונט, אָבער הײַנט איז דער ווינט געווען קאַלט, דער הימל גרוי, און ווען איך בין געבליבן שטיין אויפֿן שפּיץ־באַרג, האָבן די טונקעלע וואָלקנס אויסגעזען ווי אַ נידעריקער סופֿיט איבער לאָס־אַנדזשעלעס. דער גרויער טאָג האָט גאָר ניט געאַרט דעם הונט, וואָס איז געווען, ווי תּמיד, מיט אַלעמען צופֿרידן; אָבער איך האָב אָנגעהויבן טראַכטן וועגן סוצקעווערן, וועגן דעם אַטאַק, וועגן דעם בליצבריוו.
אַ פּאָר רעגן־טראָפּנס זענען געפֿאַלן אויף דער ערד, אויף די קאַליפֿאָרניער שטיינער, און פּלוצלינג האָב איך אַלץ פֿאַרשטאַנען.
דער אמת איז, אַז דאָס לעבן אין ישׂראל איז לאַוו־דווקא הייליק; עס איז ממשותדיק אַקטועל. "פֿאַרגויט" מיינט נישט "געשמדט", חס־ושלום; און אַפֿילו נישט "אומאויטענטיש", נאָר, בעצם "סוררעאַליסטיש". וואָס אַבֿרהם סוצקעווער האָט דערזען איז, אַז נאָר אין ארץ־ישׂראל האָט ער געקענט דערפֿילן, ווי פֿול און ווירקלעך איז דאָס לעבן.
אפֿשר איז עס ניט צו פֿיל לאָגיש, אָבער גראָד דאָרטן, אין מיטן רעגן אויפֿן שפּיץ באַרג, האָב איך מיט סוצקעווערן מסכּים געווען.
כ׳בין אַראָפּגעגאַנגען פֿונעם באַרג מיטן הונט בײַ די פֿיס.