פּערזענלעכקײטן
פֿון יהושע מאַרקאָוויץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָני (יונתן) ראָט

מיט אַ מאָל ווערט מען אַ העלד דורך די שווערסטע אומשטאַנדן און אין די אויסשטערלישע ערטער. בינט דזשבייל, לבֿנון, וואָס שטייט אַ קנאַפּע דרײַ קילאָמעטער פֿון דער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אָט אַזאַ מין אָרט. אַ מאָל איז די שטאָט געווען אונטער דער ישׂראלדיקער סוּווערעניטעט. אָבער נאָכן ישׂראלדיקן צוריקצי אין 2000, האָט די טעראָר־אָרגאַניזאַציע "כעזבאָלאַ" זי אײַנגענומען, און איצט איז זי געוואָרן די "הויפּטשטאָט פֿון 'כעזבאָלאַ'".

מיט פֿינף יאָר צוריק איז אין בינט דזשבייל פֿאָרגעקומען איינע פֿון די שווערסטע שלאַכטן בעת דער מלחמה צווישן ישׂראל און לבֿנון. דעמאָלט האָט מדינת־ישׂראל פֿאַרלוירן 14 זעלנער און 31 זעלנער זײַנען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

במשך פֿון דער שלאַכט איז "יאָני" (יונתן) ראָט, אַ פֿרומער בחור פֿונעם ייִשובֿ "בית־אל", פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן דרײַ מאָל אין רוקן. איין קויל האָט אויך דורכגעשאָסן אַ לונג. יאָני, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ סערזשאַנט, געדענקט ביז הײַנט דעם דאָזיקן מאָמענט.


איך געדענק, ווי דער טעראָריסט האָט געהאַט אויסגעשאָסן פֿון זײַן קוילן־וואַרפֿער; און פּלוצעם האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דווקא איך וועל דערשאָסן ווערן. כ׳האָב געפֿילט די קויל, בשעת זי האָט מיר דורכגעשאָסן דעם רוקן. כ׳בין געפֿאַלן און צו זיך געטראַכט, אַז די צווייטע קויל וועט מיר טרעפֿן אין קאָפּ.

יונגע שטימען

איך בין געבוירן געוואָרן אין 1985 אין לאָס־אַנדזשעלעס, קאַליפֿאָרניע, אין דער משפּחה פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דרום־אַפֿריקע. געוואַקסן בין איך אין אַ טראַדיציאָנעל־פֿרומער סבֿיבֿה; צום באַדויערן, ניט קיין ייִדיש־רעדנדיקער. נאָך דער מיטלשול האָב איך זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה, אין ירושלים.
על־פּי צופֿאַל האָט מײַן משפּחה אָנגעהויבן דאַווענען אין אַ חסידישן שטיבל (כאָטש מיר זײַנען שטאָלצע ליטוואַקעס), און כ׳האָב געהאַט הנאָה פֿונעם הערן יעדן שבת די דרשות אויף אַ לעבעדיקן, רײַכן ייִדיש. האָב איך אויך געוואָלט זיך אויסלערנען די געשמאַקע שפּראַך, און אָנגעהויבן באַזוכן די לימודים בײַם "אַרבעטער־רינג". שפּעטער בין איך געפֿאָרן קיין ווילנע אויפֿן אָרטיקן ייִדיש־זומער־קורס.
מיט אַ יאָר צוריק האָב איך פֿאַרענדיקט די יוריספּרודענץ־שטודיעס בײַם אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע (UCLA), און אַ פּאָר חדשים נאָך דעם עולה געווען קיין ישׂראל. אין מערץ 2011 האָב איך אָנגעהויבן מײַן דינסט בײַם וואָרטזאָגערס־אָפּטייל פֿון צה״ל, אין ירושלים.




"כ׳וואָלט פֿאַרגויט..."

הײַנט בין איך אַ זעלנער. נעכטן בין איך געפֿאָרן מיט מײַנע זיידע־באָבע צום היסטאָרישן "אַמוניציע בערגל" (גבעת התחמושת) אין מיזרח־טייל פֿון ירושלים. האָב איך דאָרטן געקראָגן אַ תּפֿילה־הדרך־קאַרטל און אַ צוקערל, און בין אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַן אויטאָבוס, וואָס האָט געבראַכט מיך און אַן ערך הונדערט אַנדערע בחורים אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ איך האָב געקראָגן מײַן אוניפֿאָרם.