- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים האָט אין פֿעברואַר 1942 געשאַפֿן, און מיט 10 יאָר שפּעטער, דעם 12 אויגוסט 1952 אים געשלאָסן און די פֿירערשאַפֿט אומגעבראַכט. די טרויעריקע טראַדיציע ווערט יאָר־אײַן, יאָר־אויס אויפֿגעהאַלטן פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, וואָס פֿירט דורך צו דער דאַטע אַ ספּעציעלע אונטערנעמונג, וווּ עס קלינגען די ווערק פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער און געזאַנג, געשאַפֿן אויף די לידער פֿון די סאָוועטישע פּאָעטן... לאַנגע יאָרן זײַנען פֿאַרמאַכט געווען די דאָקומענטן, פֿון וועלכע מ׳האָט זיך געקאָנט דערוויסן, וווּ זשע ליגט דאָס געביין פֿון די צעשאָסענע ייִדישע טוער; און ערשט מיט זיבן יאָר צוריק, דעם 12טן סעפּטעמבער 2004, איז אין מאָסקווע אויפֿן דאָנסקוי־צווינטער, וווּ, לויט די ידיעות פֿון דער "קאַגעבע", זײַנען באַגראָבן געוואָרן די קרבנות פֿון דעם אַנטיסעמיטישן פֿאַרברעכן, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ דענקמאָל. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד, וואָס די שמאָלקעפּיקע אָפֿיצירן פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן געקאָנט צוטראַכטן. דרײַ יאָר, פֿון 1949 ביז 1952 האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — אַן אַכזריותדיק־צינישע פּראָצעדור, ווײַל דער טויט־אורטייל און לאַנגע טורמע־טערמינען פֿאַר יעדן פֿון די באַשולדיקטע איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן נאָך איידער מ'האָט זיי אַרעסטירט. דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט, ווי נאָר די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט אָנגעהויבן שטעכן די אויגן די פֿירער אין קרעמל. אייגנטלעך, איז עס געשען נאָך פֿריִער, ווען דער קאָמיטעט האָט זיך גענומען אַרײַנמישן אין זאַכן, וואָס זײַנען שוין נישט געווען פֿאַרבונדן מיט די פֿאַשיסטן, נאָר מיט די אייגענע אַנטיסעמיטן און זייערע מעשׂים.
"ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", 2011
Yiddish Summer Weimar 2011
אין די 1960ער און 70ער יאָרן איז געווען זייער שווער צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער — דאָס הייסט, אַ שרײַבער אויף ייִדיש — נישט בלויז צוליב פּרנסה, נאָר אויך צוליב עמאָציאָנעלע סיבות. בײַ די ייִדן אין אַמעריקע און אין אויסלאַנד, און ספּעציעל אין ישׂראל, איז ייִדיש געווען די שפּראַך פֿונעם עלטערן דור, פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. דערפֿאַר האָט מען אויף די כּלערליי ייִדיש־רעדנדיקע אונטערנעמונגען — די באַנקעטן פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס" און "בונד", און לעקציעס פֿון "פּען־קלוב" און ייִוו״אָ — געזען כּמעט בלויז גראָע קעפּ. הײַנט זענען די ייִדן איבער דער וועלט אַ סך וואַרעמער געשטימט צו ייִדיש נאָר, צום באַדויערן, זענען ס׳רובֿ פֿון יענעם דור ייִדישע שרײַבער און אינטעליגענטן שוין אויף יענער וועלט. אַליין אַ טאָכטער פֿונעם ייִדישן פֿילאָלאָג און לעקסיגראַף, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס האָט אָנגעשריבן 10 ביכער און אָן אַ שיעור אַרטיקלען, כּדי צו הייבן דעם ניוואָ פֿונעם גערעדטן און געשריבענעם ייִדיש — איז מיר לעצטנס אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען כּדאַי צונויפֿצוברענגען די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער (בפֿרט די שרײַבער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע) אויף אַן אָוונט, כּדי צו דערגיין, צי אונדזערע געשיכטעס זענען טאַקע געווען ענלעך, און אויב יאָ, ווי אַזוי. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט צען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל, און פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן דורכפֿירן אַ שמועס, אָדער עלעקטראָניש, אָדער פּנים־אל־פּנים. ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז עטלעכע פֿון די אויסלענדער קלײַבן זיך זומערצײַט צו קומען קיין אַמעריקע, האָב איך באַשטימט אַ דאַטע און פֿאַרבעטן אַלעמען צו זיך אַהיים אויף אַ וועטשערע.
זינאָווי זיניק.
זינט דעם אויפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם אינעם 19טן יאָרהונדערט באַטראַכט מען ליטעראַטור, ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע סימנים פֿון אַ "קולטורעלער" נאַציע. אָבער ווײַט ניט אַלע ליטעראַטן, וואָס מען האַלט איצט פֿאַר "נאַציאָנאַלע", האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין זייערע היימלענדער. אַ סך פֿון יענע קלאַסישע ווערק, וואָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלן קאַנאָן, זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין "גלות", ווי למשל, אייניקע קלאַסישע רוסישע ראָמאַנען פֿון גאָגאָל, טורגעניעוו, דאָסטאָיעווסקי. בײַ אייניקע איז דער גלות געווען אַ פֿרײַוויליקער; די אַנדערע זײַנען געוואָרן נע־ונדניקעס צוליב פּאָליטישע סיבות. דער רוסיש־ענגלישער שרײַבער זינאָווי זיניק געהערט צו דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע פֿון די 1970ער. נאָכן לעבן איין יאָר אין ישׂראל, האָט ער זיך אין 1976 באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט באַקומען אַ שטעלע אויף דער רוסישער דינסט פֿון "בי־בי־סי" און, מיט דער צײַט, זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ליטעראַרישע ווערק אויף רוסיש און ענגליש. זיניקס הויפּט־טעמע איז עמיגראַציע און איר השפּעה אויף ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, און זײַן נײַ בוך איז כּולל זײַנע עסייען פֿאַר דרײַסיק יאָר. "עמיגראַציע איז אַ פּערזענלעכע רעוואָלוציע", שרײַבט זיניק. ער קערט זיך כּסדר אום צוריק צו זײַנע אייגענע איבערלעבונגען פֿון אַ "רויטן" אימיגראַנט, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן סאָוועטיש היימלאַנד. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געחלומט וועגן דער פֿאַרווערטער פֿרײַער מערבֿ־וועלט, אָבער אין אויסלאַנד בענקט ער נאָך דעם "פֿאַרלוירענעם גן־עדן". דערבײַ ווייסט ער אַוודאי גוט, אַז קיין גן־עדן איז דאָס סאָוועטן־לאַנד קיין מאָל ניט געווען. "אויבֿ איך טראַכט נאָך אַמאָל זיך אומצוקערן קיין מאָסקווע, איז דאָס די מאָסקווע פֿון מײַן יוגנט, וואָס איך האָב זיך ניט געקענט אויסמאָלן, כּל־זמן איך האָב דאָרט געלעבט" — האָט ער אָנגעשריבן נאָך אין 1983, ווען ער האָט ניט געקענט אַפֿילו חלומען וועגן אַ רעאַלן אומקער. מיט 100 יאָר צוריק איז אין קיִעוו אַרעסטירט געוואָרן דער פּריקאַזטשיק פֿון דער ציגל־פֿאַרבריק מנחם־מענדל בייליס. ער איז באַשולדיקט געוואָרן אין הרגענען אַ רוסיש ייִנגעלע, כּדי "אויסצוניצן זײַן קריסטלעך בלוט פֿאַר אַ ריטועלן צוועק". צוויי יאָר איז אָנגעגאַנגען די אויספֿאָרשונג און אין אָקטאָבער 1913 האָט זיך אָנגעהויבן דער טרויעריק־באַרימטער פּראָצעס איבער מענדל בייליס. די אַבסורדישקייט און ליגנערישע באַשולדיקונגען האָבן בולט אַרויסגעוויזן דעם אַנטיסעמיטישן פּרצוף פֿון דער צאַרישער מאַכט און דער פּראַוואָסלאַוונער רעליגיע, דער גײַסטלעכער יסוד פֿון דער רוסישער אימפּעריע. בייליסן האָבן פֿאַרטיידיקט די בעסטע אַדוואָקאַטן פֿון יענער צײַט; מיט פּראָטעסטן זײַנען אויפֿגעטראָטן די באַקאַנטע שרײַבער: וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, אַלעקסאַנדער בלאָק, מאַקסים גאָרקי, אַנאַטאָל פֿראַנס. דער פּראָצעס, וואָס האָט געזאָלט געזעצלעך דערווײַזן די בלוטדאָרשטיקייט פֿון דער ייִדישער אמונה, איז דורכגעפֿאַלן און מענדל בייליס אַליין איז באַרעכטיקט געוואָרן. שוין נאָכן באַפֿרײַט ווערן, האָט מענדל בייליס דורכגעמאַכט אַ שווערן וועג פֿון אַן עמיגראַנט — געלעבט אַ שטיקל צײַט אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. געשטאָרבן איז ער אין ניו־יאָרק, דעם 4טן יולי 1934, און איז מקבר געוואָרן אויפֿן בית־עולם "הר־הכּרמל", קווינס. מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער אַן אויסצוג פֿונעם בוך "די געשיכטע פֿון מײַנע ליידן", געשאַפֿן פֿון מנחם־מענדל בייליס. ווי אַ לעקטאָר אין דער הײַיאָריקער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַרער"־פּראָגראַם האָב איך געהאַט די געלעגנהייט צו פֿאַרגלײַכן די ייִדישע פֿאָלקס־באַלאַדעס מיט די דײַטשע וואַריאַנטן. אַזוי ווי די טעמע דעם זומער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדישע און דײַטשע פּאַראַלעלן אין פֿאָלקמוזיק, טענץ און פֿאָלקסליד, האָב איך געלייענט "דאָס גרויסע פֿאָלקסבאַלאַדן־בוך" פֿון אָטאָ האָלצאַפּפֿעל, אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון דײַטשע באַלאַדן, וואָס געפֿינען זיך אינעם "דײַטשן פֿאָלקסליד־אַרכיוו" אין פֿרײַבורג, דײַטשלאַנד. יאָרן לאַנג איז ד״ר האָלצאַפּפֿעל געווען דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, וואָס פֿאַרמאָגט די גרעסטע זאַמלונג פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דײַטשע פֿאָלקזינגער. ניצנדיק די מאַטעריאַלן, האָב איך געוואָלט פֿאַרגלײַכן די דײַטשע מיט די ייִדישע באַלאַדן און פֿאָרשן די קולטורעלע אונטערשיידן צווישן זיי. לייענענדיק דעם באַנד, האָב איך באַמערקט, וויפֿל באַלאַדעס אויף דײַטש הייבן זיך אָן מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה: דרײַ רײַטער, דרײַ "רעגימענטער", דרײַ ווײַבער, דרײַ טעכטער, דרײַ געפֿאַנגענע, דרײַ זעלן, דרײַ מוזיקער, דרײַ סוחרים, דרײַ שוואַרצע ראָבן, דרײַ קיסרים — און די רשימה נעמט אַרײַן נאָר אַ העלפֿט פֿונעם בוך! להיפּוך — אַרײַנקוקנדיק אין דער גרויסער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון גינזבורג און מאַרעק, 1901, "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", געפֿינט מען בלויז איין לידל אינעם גאַנצן באַנד מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה. קען מען דעריבער קומען צו דער מסקנא, אַז די צאָל "דרײַ" איז מער וויכטיק אין דײַטשע באַלאַדעס ווי אין די ייִדישע. דער נומער דרײַ איז אַ וויכטיקער ציפֿער אין אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר בכלל, אין די פֿאָלקס־מעשׂיות, די ייִדישע מעשׂיות, בפֿרט. אָבער, זעט אויס, נישט אין די באַלאַדעס — אַ קליינע, אָבער טשיקאַווע אָבסערוואַציע. פֿונעם הײַנטיקן שבת ביזן סוף יאָר הייבן מיר אָן לייענען דעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה — "דבֿרים". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות במשך פֿונעם יאָר האָבן מיר כּסדר באַטראַכט די לייטמאָטיוון פֿון די חמישה-חומשי-תּורה אין שײַכות מיט זייערע נעמען. איידער מיר גייען אַריבער צום חומש "דבֿרים", לאָמיר זיי דערמאָנען, וועגן וואָס עס גייט אַ רייד אין די פֿאָריקע פֿיר חומשים. די חז״ל באַמערקן, אַז אין תּהילים שטייט פֿיר מאָל די פֿראַזע "ברכי נפֿשי את ה׳" — זאָל מײַן נשמה בענטשן דעם אייבערשן — און נאָך איין מאָל אַן ענלעכע פֿראַזע: "ברכו ה׳ מלאכיו" — זאָלן דעם אייבערשטנס שליחים אים בענטשן. די גמרא זאָגט, אַז די דאָזיקע פֿינף לויב־געזאַנגען שטימען מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — ווען ער איז נאָך געווען אין זײַן מאַמעס בויך; ווען ער איז געבוירן געוואָרן און צום ערשטן מאָל דערזען הימל און שטערן; ווען ער האָט געזויגט זײַן מאַמעס מילך און געקוקט אויף איר ברוסט, וועלכע סימבאָליזירט די מידה פֿון בינה — פֿאַרשטאַנד; ווען ער האָט מנצח געווען די רשעים; ווען ער האָט זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם טאָג פֿון זײַן טויט. פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, וועלכע שפּילן וויכטיקע ראָלעס אינעם גאולה־פּראָצעס און אַנטפּלעקן נײַע ג־טלעכע חידושים אין דער וועלט, ווערן באַטראַכט ווי משיחים, על־פּי־חסידות, אין אַ געוויסן זין פֿון וואָרט. למשל, דוד־המלך ווערט אָנגערופֿן "משיח ראשון" אָדער "דוד מלכא משיחא", און משה רבינו ווערט אויך אָנגערופֿן "גואל ראשון" אָדער "משה משיח". די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז די גרעסטע צדיקים זענען משיחים פֿון זייער דור. דערפֿאַר, בלײַבן אַלע פֿאָרויסגעזאָגטע חשבונות וועגן גאולה־צײַטן אמת; הגם דער ענדגילטיקער גואל־צדק איז נאָך נישט געקומען, פּאַסירן אין דער וועלט כּסדר פֿאַרשיידענע געשעענישן, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי אַ שטיקל גאולה. מערסטע צײַטונגען מיינען, אַז זייערע לייענער האָבן ניט קיין געדולד און ניט קיין אינטערעס צו לייענען באַריכות וועגן גאָר־גאָר לשונות וואָס ווערן איצט פֿון דאָס נײַ געפֿאָרשט. וויפֿל האָבן מערסטע צײַטונגען אונדז דען דערציילט וועגן דעם 21־בענדיקן ווערטערבוך וואָס איז לעצטנס אַרויס פֿון די בבֿלישע און אַסירישע וואַריאַנטן וואָס מען האָט שוין 2,000 יאָר ניט גערעדט און וואָס עס האָט געדויערט 200 יאָר זיי צו דעשיפֿרירן און 90 יאָר זיי צוצוגרייטן צום דרוק? מיר איז דאָס אַלץ גאָר שטאַרק אינטערעסאַנט, און ניט סתּם ווײַל איך בין אַ סאָציאָלינגוויסט, נאָר ווײַל איך בין אַ שטיקל בעל־בטחון אויך. איך גלייב, אַז קיין זאַך וואָס ייִדן שאַפֿן פֿאַר די דורות וועט ניט פֿאַרלוירנגיין און אַז עס וועלן זיך תּמיד באַווײַזן מבֿינים אָט די שאַפֿונגען אָפּצושאַצן און זיי אויסצוטײַטשן און פֿון דאָס נײַ זיי צו באַלעבן, פֿאַרשפּרייטן און פֿאַרפּירסומען. אַקאַדיש דאָס לשון מיט וועלכן דאָס ווערטערבוך גיט זיך אָפּ איז "אַקאַדיש", דאָס לשון אויף וועלכן דער גרויסער מלך סאָרגאַן האָט אָנגעפֿירט מיט דער סאַמע ערשטער וועלט־אימפּעריע, די אַקאַדישע אימפּעריע, מיט אַן ערך 26 הונדערט יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג. אויף אָט דעם זעלבן לשון האָט האַמוראַבי פֿאַרפֿעסטיקט דעם ערשטן געזעצן־קאָדעקס מיט אַן ערך 1,900 יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג, און דאָס ערשטע ריזיקע ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, דער "עפּאָס פֿון גאַלגאַמעש", איז אָנגעשריבן געוואָרן. אויף אָט דעם לשון האָט נבֿוכדנצר דער צווייטער אויפֿגעבויט די באַרימטע "הענגענדיקע גערטנער פֿון בבֿל". ס’איז געווען די ערשטע וועלטשפּראַך פֿון האַנדל־ און געשעפֿט־פֿירונג בכלל, פֿון באַוואַסערן די ריזיקע מידבריות אין מיטל־מיזרח און פֿון פֿאָרויסזאָגן די צוקונפֿט און דעם רצון פֿון די געטער. ס’איז אַ ניט־פֿאַרבײַטלעך לשון פֿאַר יעדן איינעם וואָס וויל זיך דערגרונטעווען צו די עיקר־יסודות פֿון דער מעסאָפּאָטאַמישער וועלט. אַקאַדיש איז מסתּמא געווען די סאַמע ערשטע שרײַבשפּראַך אויף דער וועלט, אַ "פֿלעקלשריפֿט" דורך וועלכער מען קען עד־היום דערגרייכן צוריק צו די סומערישע כּתבֿים פֿון קנאַפּע 4,000 יאָר צוריק; די כּתבֿים פֿון די סאַמע עלטסטע שטעט און צענטערס פֿון לייענעוודיקייט בײַ די ברעגן פֿון די טײַכן פּרת און חידוקל אין טיילן פֿון דער הײַנטיקער סיריע און איראַק, פֿון די מקומות פֿון וועלכע אונדזער אַבֿרהם אָבֿינו אַליין האָט אויך געשטאַמט. מיט 20 יאָר צוריק, אין 1991, איז אין מאָסקווע, אין סאַמע ברען פֿון דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע", פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס איז באַלד געקרוינט געוואָרן — "היסטאָרישע". דהײַנו: די זעקסטע סעסיע פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן סײַ וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע און סײַ וועגן איר גרינדער און לאַנג־יאָריקן פֿירער יצחק קאָרן. צונויפֿגעפֿאָרן האָבן זיך צו דער מאָסקווער סעסיע צענדליקער דעלעגאַטן און דעלעגאַציעס פֿון פֿאַרשידענע לענדער — ייִדיש־טוער און ייִדיש־ליבהאָבער. אַ גרויסן אינטערעס און האָפֿענונג האָבן די זיצונגען פֿון דער סעסיע אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדישיסטן אין דעמאָלטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מיר לייגן ווײַטער פֿאָר דעם אַרטיקל פֿון יצחק בראַט, רעדאַקטאָר פֿון דער געוועזענער צײַטונג "לעצטע נײַעס", ישׂראל, וווּ ער טיילט זיך מיט זײַנע אײַנדרוקן פֿון דעם "צוזאַמענטרעף אין מאָסקווע", פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם דרוק־אָרגאַן פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור "ייִדיש־וועלט". די פֿאָרגעקומענע אין מאָסקווע 6טע סעסיע פֿון דעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין ייִדישע קרײַזן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿון פֿאַרשיידענע שטעט, אַפֿילו פֿון ווײַטן ביראָבידזשאַן זענען געקומען דעלעגאַציעס, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דאָזיקן היסטאָרישן צוזאַמענטרעף, וועלכער איז דערמעגלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער "פּערעסטרויקאַ". די ייִדן פֿון מיזרח און מערבֿ האָבן זיך אויפֿריכטיק געפֿרייט מיט דער באַגעגעניש, ווי נאָענטע משפּחה־מיטגלידער, וואָס האָבן זיך אַ לאַנגע צײַט פֿאַרלוירן און פּלוצלינג זיך אָפּגעפֿונען, צוזאַמענגעטראָפֿן. אַלעמענס שׂימחה איז געווען גרויס. מ’האָט שטאַרק געלויבט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער סעסיע, וועלכע האָבן געפֿונען פֿאַר נייטיק זי צונויפֿרופֿן דווקא אין מאָסקווע; דאָרט, וווּ מען האָט דאָס ייִדיש־לשון און די ייִדישע קולטור געפּרוּווט אַרויסרײַסן מיטן וואָרצל, די גרעסטע שרײַבער, שוישפּילער און קולטור־טוער זענען אין דער סטאַלין־תּקופֿה פֿאַרטיליקט געוואָרן. פֿונעם 15טן יולי ביזן 17טן יולי האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדיש-פֿאַרם" פֿאָרגעשטעלט דעם ערשטן "גלות-פֿעסטיוואַל" לעבן גאָשן, אַ קליין שטעטל מיט 5,600 אײַנוווינער, וואָס געפֿינט זיך אַ שעה פֿאָרן צום צפֿון פֿון ניו־יאָרק. "ייִדיש־פֿאַרם" איז אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ ייִדיש-שפּראַכיקן ייִשובֿ אין אַמעריקע. די גרופּע וועט אַליין קולטיווירן אָרגאַנישע פּראָדוקטן דורך ערד־אַרבעט און וויל צוציִען ייִדיש־רעדערס פֿון סײַ וועלטלעכן, סײַ פֿרומען, חסידישן סעקטאָר. נפֿתּלי איידלמאַן און ישׂראל באַס, די דירעקטאָרן פֿון דער פּראָגראַם, האָבן דערווײַל צונויפֿגעבראַכט אַ גרופּע יונגע־לײַט — אידעאַליסטן־ייִדישיסטן — וועלכע האָבן דעם זעלביקן חלום. הײַיאָר וועט מען אָנהייבן די ערשטע זומער-פּראָגראַם אויף אַ שטח אין מאַרילאַנד. אָבער אויף ווײַטער, פֿון ווינטער, 2012, וועט "ייִדיש־פֿאַרם" באַאַרבעטן די ערד אויף דער פֿאַרם אין גאָשן. דער "גלות־פֿעסטיוואַל" איז געווען אַ געלעגנהייט פֿאַר אַ ברייטערן עולם, סײַ ייִדיש־רעדנדיקע, סײַ נישט ייִדיש־רעדנדיקע, זיך צו באַקענען מיט די צילן און אַרבעט פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם". פֿרײַטיק, ביז ערבֿ־שבת איז געקומען בלויז אַ קליינער עולם, דער עיקרשט די וואָלונטירן, וואָס האָבן שוין דאָנערשטיק אויפֿגעשטעלט דאָס הויפּט-געצעלט פֿונעם פֿעסטיוואַל. מען האָט געשמועסט, געשפּילט גיטאַרע און געבראָטן כּשרע וווּרשטן. איך בין אַ בעל-חובֿ, און שוין אַ לענגערע צײַט פֿיל איך אויף מײַנע פּלייצעס די משׂא פֿון דער שולד. בדרך-כּלל אײַל איך זיך טיילן מיט אַלעמען, און צום אַלעם ערשטן מיט דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה, אַז אין מײַנע הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ געראָטן בוך. אָבער דאָס מאָל האָב איך זיך פֿאַרהײַעט און טו עס איצט מיט גרויס פֿאַרשפּעטיקונג נאָך דעם איבערלייענען — און טאַקע הנאה האָבן פֿונעם לייענען — די מאָנאָגראַפֿיע פֿון רבקה מאַרגאָליס Jewish Roots, Canadian Soil ("ייִדישע שורשים, קאַנאַדער באָדן"), וואָס איז אַרויס הײַיאָר, אָבער איז באַזירט אויף איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע, פֿאַרטיידיקט אין 2005 אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט. פֿאַר וואָס האָב איך געמאַכט אַ שווײַג אויף עטלעכע חדשים? ווײַל וועגן אַ גוט בוך איז, בכלל, שווערער צו שרײַבן. ניט צו פֿאַרגלײַכן גרינגער איז אָפּצופּטרן אַ רעצענזיע וועגן אַ באַנד, צו וועלכן דו האָסט ערנסטע טענות. אַ טענה נאָך אָ טענה — און די רעצענזיע איז שוין גרייט. און אַז מע האָט ניט קיין טענות צי מע האָט ווייניק טענות? און איך האָב זיי טאַקע זייער ווייניק צו מאַרגאָליסעס בוך. פֿאַרקערט — נאָר גוטע זאַכן (לכל-הפּחות, פֿון מײַן קוקווינקל) קען מען זאָגן און שרײַבן וועגן דעם פֿילזײַטיקן אַנאַליז פֿון דעם אוניקאַלן פֿענאָמען — דעם ייִדישן קולטור-צענטער אין מאָנטרעאָל, וואָס האָט זיך באַוויזן ווי אַ פֿאָרפּאָסט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער קולטור און עס בלײַבט נאָך אַלץ אַ יש. כאָטש דער איצטיקער פֿאַרנעם איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזאַ ווי אַמאָל, בפֿרט צווישן די וועלט-מלחמות, דאָך באַגעגנט מען נאָך אַלץ יונגע מאָנטרעאָלער, וואָס ווערן ניט פֿאַרלוירן אין ייִדיש; און די טעאַטראַלע ירידים, ממש וועלט-צוזאַמענפֿאָרן, דערמאָנען אונדז וועגן דער וויכטיקייט פֿון ייִדישן מאָנטרעאָל. רבֿקה מאַרגאָליסעס בוך דערקלערט דעם דאָזיקן פֿענאָמען דורך, אין תּוך אַרײַן, דרײַ פֿאַקטאָרן. קודם-כּל, די ייִדישע קולטור-סבֿיבֿה אין דער שטאָט האָט געהאַט דעם מזל צו אַנטוויקלען זיך אין דער מיט פֿון דעם היגן ענגליש-פֿראַנצויזישן, פּראָטעסטאַנטיש-קאַטוילישן סענדוויטש. דאָס איז דאָך געווען אַ משוגענע וועלט — אַ וועלט וווּ, למשל, ייִדישע קינדער האָט מען אין דער ביוראָקראַטישער סיסטעם צוגעגלײַכט צו פּראָטעסטאַנטישע! כאַפּנדיק די לופֿט אין קאָלומביע, בעת אין דרויסן האָט געבושעוועט דער ווינטער, דערזע איך פּלוצעם אַ חבֿרה־מאַנטע אָנגעטאָן אַזוי: אַ וואָלענעם טשיפּעק אויפֿן קאָפּ, אַ שווערן ווינטער־מאַנטל מיט אַ באַשלאָק (hood), אַ פּאָר שטיוול אויסגעבעט מיט פֿעל און פֿון אונטן אַ דורכזיכטיק זשאָרזשעטן (satin)־קליידל. מיט אַ מאָל איז פֿאַר מיר אויפֿגעשוווּמען די מעשׂה מיטן זשאָרזשעטן־קליידל. פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע אין רוסלאַנד, אין דער שטאָט סאַראַטאָוו, וווּ מיר האָבן געוווינט אין צײַט פֿון דער מלחמה. עס האָבן זיך גענומען באַווײַזן בײַ אונדז אין שטאָט ביעזשענצעס (refugees), אַנטלאָפֿענע פֿון פּוילן, אַנטלאָפֿענע פֿון היטלערן, געשפּירט דעם טויט אונטער זייערע טריט און געציטערט פֿאַרן לעבן. מײַן טאַטע האָט דעמאָלט געאַרבעט אין אַ "זאַוואָד־סנאַבזשעניע" (באַזאָרגונג). אַ פֿאַבריק וואָס האָט באַזאָרגט מיליטער אויפֿן פֿראָנט מיט שינעלן און שטיוול, צווישן אַ באַרג אַנדערע זאַכן. איך בין דעמאָלט געווען אַ קינד, אָבער דער טאַטע האָט נישט אויפֿגעהערט רעדן דערפֿון. האָט זיך אַמאָל געטראָפֿן אַז בײַם אַהיימגיין פֿון דער אַרבעט איין אָוונט, האָט ער באַמערקט אַ יונגן־מאַן וואָס איז געלעגן לעבן דעם פּלויט פֿון דער פֿאַבריק און זיך באַגאָסן מיט ביטערע טרערן. דער טאַטע האָט זיך אָפּגעשטעלט און גענומען צו אים רעדן אויף רוסיש. אָבער יענער האָט נישט פֿאַרשטאַנען קיין וואָרט. ער האָט גערעדט ייִדיש. דערהערט אַזאַ מעשׂה האָט מײַן טאַטע אָנגעהויבן אויספֿרעגן אים אין וואָס דאָ גייט און ווי קומט אַ ייִדישער יונגער־מאַן צו אַזאַ מצבֿ. יענער האָט צווישן די טרערן אים דערציילט, אַז ער הייסט נפֿתּלי ראָטנבערג און אַז ער קומט פֿון לאָדזש. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אים האָט זײַן עלטערע שוועסטער אײַנגעפּאַקט אַ וואַליזקע אין דער היים און אים אַריבערגעפֿירט די גרענעץ קיין רוסלאַנד. זי האָט אים אָנגעזאָגט, אַז זי לויפֿט צוריק קיין לאָדזש אַריבערפֿירן איר ייִנגערע שוועסטער צעליען, און באַלד וועלן זיך אַלע טרעפֿן בשלום. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז די שוועסטער האָט שוין נישט באַוויזן צוריקצוקומען און ער איז געבליבן מיט דער וואַליזקע, און די וואַליזקע האָט מען בײַ אים צוגעגנבֿעט. איז ער דאָ אין גאַנצן פֿאַרלוירן, ווייסט נישט וווּ זיך צו קערן. |