יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים האָט אין פֿעברואַר 1942 געשאַפֿן, און מיט 10 יאָר שפּעטער, דעם 12 אויגוסט 1952 אים געשלאָסן און די פֿירערשאַפֿט אומגעבראַכט. די טרויעריקע טראַדיציע ווערט יאָר־אײַן, יאָר־אויס אויפֿגעהאַלטן פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, וואָס פֿירט דורך צו דער דאַטע אַ ספּעציעלע אונטערנעמונג, וווּ עס קלינגען די ווערק פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער און געזאַנג, געשאַפֿן אויף די לידער פֿון די סאָוועטישע פּאָעטן...
לאַנגע יאָרן זײַנען פֿאַרמאַכט געווען די דאָקומענטן, פֿון וועלכע מ׳האָט זיך געקאָנט דערוויסן, וווּ זשע ליגט דאָס געביין פֿון די צעשאָסענע ייִדישע טוער; און ערשט מיט זיבן יאָר צוריק, דעם 12טן סעפּטעמבער 2004, איז אין מאָסקווע אויפֿן דאָנסקוי־צווינטער, וווּ, לויט די ידיעות פֿון דער "קאַגעבע", זײַנען באַגראָבן געוואָרן די קרבנות פֿון דעם אַנטיסעמיטישן פֿאַרברעכן, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ דענקמאָל. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד, וואָס די שמאָלקעפּיקע אָפֿיצירן פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן געקאָנט צוטראַכטן.
דרײַ יאָר, פֿון 1949 ביז 1952 האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — אַן אַכזריותדיק־צינישע פּראָצעדור, ווײַל דער טויט־אורטייל און לאַנגע טורמע־טערמינען פֿאַר יעדן פֿון די באַשולדיקטע איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן נאָך איידער מ'האָט זיי אַרעסטירט. דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט, ווי נאָר די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט אָנגעהויבן שטעכן די אויגן די פֿירער אין קרעמל. אייגנטלעך, איז עס געשען נאָך פֿריִער, ווען דער קאָמיטעט האָט זיך גענומען אַרײַנמישן אין זאַכן, וואָס זײַנען שוין נישט געווען פֿאַרבונדן מיט די פֿאַשיסטן, נאָר מיט די אייגענע אַנטיסעמיטן און זייערע מעשׂים.
אַזוי, למשל, פֿלעגן אָנקומען טויזנטער בריוו קיין מאָסקווע, וווּ דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זיך געפֿונען, פֿון ייִדישע פּליטים, וועלכע נאָכן אומקערן זיך פֿון דער עוואַקואַציע, אָדער פֿונעם פֿראָנט, אָדער פֿון די לאַגערן און געטאָס האָבן געפֿונען אין זייערע דירות פֿרעמדע באַלעבאַטים. די אָרטיקע אינסטאַנצן פֿלעגן זיך אָפּזאָגן זיי אַפֿילו אויסהערן. נאָך מער: עס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט מיאוסע קלאַנגען, אַז אין דער צײַט, ווען אַלע פֿעלקער האָבן געקעמפֿט קעגן די פֿאַשיסטן, האָבן די ייִדן "געקעמפֿט אין טאַשקענט". אַ בילבול, וואָס האָט נאָך לאַנגע יאָרן צירקולירט אויף די רחבֿותן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.
צווישן די "זינד" פֿון די ייִדישע "פֿאַרברעכער" איז געווען אויך די באַשולדיקונג אין "פֿאַרבײַטן מיט זיך די פֿונקציעס פֿון פּאַרטיייִשע און רעגירונג־אָרגאַנען". דער לעצטער טראָפּן אין דעם איז געווען דער אַזוי גערופֿענער מעמאָראַנדום פֿון 1944, וווּ דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן אין קרים אַ ייִדישע סאָוועטישע רעפּובליק.
אין קרעמל איז מען אויך נישט צופֿרידן געווען מיט דער טעטיקייט פֿון דער ליטעראַטור־קאָמיסיע בײַ דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. בראָש פֿון דער דאָזיקער קאָמיסיע זײַנען געשטאַנען די שרײַבער איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן; און זייער אויפֿגאַבע איז געווען צו שאַפֿן אַ זאַמלונג פֿון דאָקומענטן "וועגן די מערדערישע פֿאַרברעכנס פֿון די דײַטשישע פֿאַשיסטן איבער דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די צײַטווײַליק אָקופּירטע ראַיאָנען פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד בעת דער מלחמה 1941—1945". דאָס בוך איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי "דאָס שוואַרצע בוך". נאָך אין 1944 האָט ערענבורג, אַן אויפֿגעבראַכטער געזאָגט, אַז ער קאָן נישט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איז נאָך ביז אַהער נישטאָ קיין דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג דאָס בוך אַרויסצוגעבן.
די טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָלט מען געקאָנט פֿאָרויסזען, בפֿרט נאָכן מאָרד פֿון זײַן פֿאָרזיצער, שלמה מיכאָעלס, אין 1948. דערמיט האָט סטאַלין געשיקט דער ייִדישער אינטעליגענץ זײַן בלוטיקן צייכן. לאַנג וואַרטן האָט מען נישט געדאַרפֿט. דער פּאָגראָם פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען בלויז אַן אָנהייב, די "קרישטאָלנאַכט" פֿונעם סאָוועטישן אַנטיסעמיטישן טעראָר.
פֿאַראַיאָרן און הײַיאָר קומט די אָנדענק־אַסיפֿה פֿאָר בשותּפֿות מיטן ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ). דעם 10טן אויגוסט וועט אויפֿן אָוונט פֿאָרגעשטעלט ווערן דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", אַ פֿונדאַמענטאַלע אַרבעט, געמאַכט פֿונעם שרײַבער חיים ביידער ז"ל. בערך 500 נעמען און אַרטיקלען וועגן יעדן מחבר, וואָס זײַן גאַנץ לעבן האָט ער אָפּגעגעבן דעם ייִדישן וואָרט, דער ייִדישער פֿאָרשונג, דער ייִדישער דערציִונג, זײַנען אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דעם "לעקסיקאָן". דער גורל פֿון כּמעט יעדער פּערזענלעכקייט איז געווען אַ טראַגישער, און זעלטן ווער האָט אויסגעמיטן דעם אַרעסט און פֿאַרשיקונג. ס'רובֿ פֿון די אַרטיקלען אין דעם "לעקסיקאָן" פֿאַרענדיקט זיך מיט ווערטער: "אַרעסטירט, דער ווײַטערדיקער גורל נישט באַוווּסט", אָדער: "אומגעקומען אין שלאַכטן מיט פֿאַשיסטן".
דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז אַ דענקמאָל און אַ מצבֿה אין אָנדענק צו די מענטשן, וועלכע האָבן געדינט זייער פֿאָלק אין אַ לאַנד, וואָס איז מער נישטאָ.