װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון קאַרל דרימל
מע קנעט און באַקט חלות אויף שבת
מע קנעט און באַקט חלות אויף שבת

פֿונעם 15טן יולי ביזן 17טן יולי האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדיש-פֿאַרם" פֿאָרגעשטעלט דעם ערשטן "גלות-פֿעסטיוואַל" לעבן גאָשן, אַ קליין שטעטל מיט 5,600 אײַנוווינער, וואָס געפֿינט זיך אַ שעה פֿאָרן צום צפֿון פֿון ניו־יאָרק. "ייִדיש־פֿאַרם" איז אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ ייִדיש-שפּראַכיקן ייִשובֿ אין אַמעריקע. די גרופּע וועט אַליין קולטיווירן אָרגאַנישע פּראָדוקטן דורך ערד־אַרבעט און וויל צוציִען ייִדיש־רעדערס פֿון סײַ וועלטלעכן, סײַ פֿרומען, חסידישן סעקטאָר.

נפֿתּלי איידלמאַן און ישׂראל באַס, די דירעקטאָרן פֿון דער פּראָגראַם, האָבן דערווײַל צונויפֿגעבראַכט אַ גרופּע יונגע־לײַט — אידעאַליסטן־ייִדישיסטן — וועלכע האָבן דעם זעלביקן חלום. הײַיאָר וועט מען אָנהייבן די ערשטע זומער-פּראָגראַם אויף אַ שטח אין מאַרילאַנד. אָבער אויף ווײַטער, פֿון ווינטער, 2012, וועט "ייִדיש־פֿאַרם" באַאַרבעטן די ערד אויף דער פֿאַרם אין גאָשן.

דער "גלות־פֿעסטיוואַל" איז געווען אַ געלעגנהייט פֿאַר אַ ברייטערן עולם, סײַ ייִדיש־רעדנדיקע, סײַ נישט ייִדיש־רעדנדיקע, זיך צו באַקענען מיט די צילן און אַרבעט פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם". פֿרײַטיק, ביז ערבֿ־שבת איז געקומען בלויז אַ קליינער עולם, דער עיקרשט די וואָלונטירן, וואָס האָבן שוין דאָנערשטיק אויפֿגעשטעלט דאָס הויפּט-געצעלט פֿונעם פֿעסטיוואַל. מען האָט געשמועסט, געשפּילט גיטאַרע און געבראָטן כּשרע וווּרשטן.

מוזיקער אימפּראָוויזירן אינעם געצעלט
מוזיקער אימפּראָוויזירן אינעם געצעלט

בעת דער צוגרייטונג אויף שבת האָט דער עולם זיך צעוואַקסן ביז בערך 60 מענטשן. די גרופּע איז באַשטאַנען פֿון וועלטלעכע ייִדיש־רעדנערס, חסידים און קלעזמאָרים. ליסאַ גוטקין, די פֿידלערין פֿון די "קלעזמאַטיקס" האָט גערעדט וועגן קלעזמער־מוזיק און איין מוזיקער נאָכן צווייטן האָט אימפּראָוויזירט מיט איר; צווישן זיי: קען ריטשמאָנד (פֿידל) און שירה שאַזיר (אַקאָרדעאָן) פֿון דער גרופּע "פֿיש סטריט קלעזמער", און האַרי סוויט, דער פֿידלער און מאַנדאָלין-שפּילער פֿון דער גרופּע "סעלראָזשאַ". ביידע קאַפּעליעס זענען אויך אויפֿגעטראָטן שבת־צו־נאַכטס.

די אָנטיילנעמער האָבן אויפֿגעבויט אַן עירובֿ און פֿרײַטיק־צו־נאַכטס זענען אַלע זיך צונויפֿגעקומען אינעם הויפּט־געצעלט צו בענטשן ליכט און צו באַגריסן דעם שבת. דאָס סאַמע שענסטע איז געווען, וואָס כאָטש די אָנטיילנעמער זענען געקומען פֿון אַזוינע פֿאַרשיידענע "רעדלעך", האָט מען צוזאַמען געפּראַוועט, געדאַוונט, געגעסן און, איינער לעבן דעם אַנדערן, געשלאָפֿן אין די געצעלטן. נאָך אַזאַ איבערלעבונג פֿאַרשטייט מען ניט, פֿאַר וואָס זענען דאָ צרות צווישן ייִדן?

אָבער צרות בײַם "גלות־פֿעסטיוואַל" זענען יאָ געווען. לויטן אָרטיקן געזעץ פֿונעם שטעטל גאָשן, האָט נישט געקלעקט דאָס וואַסער פֿאַר דער צאָל מענטשן אויף אַזוי פֿיל טעג. האָט מען זיך געדאַרפֿט אַריבערציִען צו אַן אַנדער אָרט פֿאַר די קאָנצערטן זונטיק. צום גליק, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן גיך געפֿונען אַ נײַ פּלאַץ. זונטיק האָט מען געהערט: "אַסעפֿאַ", אַ ספֿרדישער אָרקעסטער מיט מעלאָדיעס צום טאַנצן, דערנאָך דעם דועט "סטערעאָ סיני" און דעם "מעט טעמקין ייִדישע דזשעם־בענד".

דער ערשטער "גלות־פֿעסטיוואַל" איז געווען אַ געראָטענער; אַ זעלטענער צונויפֿקום, דער עיקר, אויף ייִדיש, פֿון פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות יונגע־לײַט.

קאַרל דרימל