- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿונעם 15טן יולי ביזן 17טן יולי האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדיש-פֿאַרם" פֿאָרגעשטעלט דעם ערשטן "גלות-פֿעסטיוואַל" לעבן גאָשן, אַ קליין שטעטל מיט 5,600 אײַנוווינער, וואָס געפֿינט זיך אַ שעה פֿאָרן צום צפֿון פֿון ניו־יאָרק. "ייִדיש־פֿאַרם" איז אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ ייִדיש-שפּראַכיקן ייִשובֿ אין אַמעריקע. די גרופּע וועט אַליין קולטיווירן אָרגאַנישע פּראָדוקטן דורך ערד־אַרבעט און וויל צוציִען ייִדיש־רעדערס פֿון סײַ וועלטלעכן, סײַ פֿרומען, חסידישן סעקטאָר. נפֿתּלי איידלמאַן און ישׂראל באַס, די דירעקטאָרן פֿון דער פּראָגראַם, האָבן דערווײַל צונויפֿגעבראַכט אַ גרופּע יונגע־לײַט — אידעאַליסטן־ייִדישיסטן — וועלכע האָבן דעם זעלביקן חלום. הײַיאָר וועט מען אָנהייבן די ערשטע זומער-פּראָגראַם אויף אַ שטח אין מאַרילאַנד. אָבער אויף ווײַטער, פֿון ווינטער, 2012, וועט "ייִדיש־פֿאַרם" באַאַרבעטן די ערד אויף דער פֿאַרם אין גאָשן. דער "גלות־פֿעסטיוואַל" איז געווען אַ געלעגנהייט פֿאַר אַ ברייטערן עולם, סײַ ייִדיש־רעדנדיקע, סײַ נישט ייִדיש־רעדנדיקע, זיך צו באַקענען מיט די צילן און אַרבעט פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם". פֿרײַטיק, ביז ערבֿ־שבת איז געקומען בלויז אַ קליינער עולם, דער עיקרשט די וואָלונטירן, וואָס האָבן שוין דאָנערשטיק אויפֿגעשטעלט דאָס הויפּט-געצעלט פֿונעם פֿעסטיוואַל. מען האָט געשמועסט, געשפּילט גיטאַרע און געבראָטן כּשרע וווּרשטן. פֿונעם 15טן יולי ביזן 17טן יולי האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדיש-פֿאַרם" פֿאָרגעשטעלט דעם ערשטן "גלות-פֿעסטיוואַל" לעבן גאָשן, אַ קליין שטעטל מיט 5,600 אײַנוווינער, וואָס געפֿינט זיך אַ שעה פֿאָרן אויף צפֿון פֿון ניו־יאָרק. "ייִדיש־פֿאַרם" איז אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ ייִדיש-שפּראַכיקן ייִשובֿ אין אַמעריקע. די גרופּע וועט אַליין קולטיווירן אָרגאַנישע פּראָדוקטן דורך ערד־אַרבעט און וויל צוציִען ייִדיש־רעדערס פֿון סײַ וועלטלעכן, סײַ פֿרומען, חסידישן סעקטאָר. |