געשיכטע

מענדל בייליס

מיט 100 יאָר צוריק איז אין קיִעוו אַרעסטירט געוואָרן דער פּריקאַזטשיק פֿון דער ציגל־פֿאַרבריק מנחם־מענדל בייליס. ער איז באַשולדיקט געוואָרן אין הרגענען אַ רוסיש ייִנגעלע, כּדי "אויסצוניצן זײַן קריסטלעך בלוט פֿאַר אַ ריטועלן צוועק". צוויי יאָר איז אָנגעגאַנגען די אויספֿאָרשונג און אין אָקטאָבער 1913 האָט זיך אָנגעהויבן דער טרויעריק־באַרימטער פּראָצעס איבער מענדל בייליס. די אַבסורדישקייט און ליגנערישע באַשולדיקונגען האָבן בולט אַרויסגעוויזן דעם אַנטיסעמיטישן פּרצוף פֿון דער צאַרישער מאַכט און דער פּראַוואָסלאַוונער רעליגיע, דער גײַסטלעכער יסוד פֿון דער רוסישער אימפּעריע.

בייליסן האָבן פֿאַרטיידיקט די בעסטע אַדוואָקאַטן פֿון יענער צײַט; מיט פּראָטעסטן זײַנען אויפֿגעטראָטן די באַקאַנטע שרײַבער: וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, אַלעקסאַנדער בלאָק, מאַקסים גאָרקי, אַנאַטאָל פֿראַנס. דער פּראָצעס, וואָס האָט געזאָלט געזעצלעך דערווײַזן די בלוטדאָרשטיקייט פֿון דער ייִדישער אמונה, איז דורכגעפֿאַלן און מענדל בייליס אַליין איז באַרעכטיקט געוואָרן.

שוין נאָכן באַפֿרײַט ווערן, האָט מענדל בייליס דורכגעמאַכט אַ שווערן וועג פֿון אַן עמיגראַנט — געלעבט אַ שטיקל צײַט אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. געשטאָרבן איז ער אין ניו־יאָרק, דעם 4טן יולי 1934, און איז מקבר געוואָרן אויפֿן בית־עולם "הר־הכּרמל", קווינס.

מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער אַן אויסצוג פֿונעם בוך "די געשיכטע פֿון מײַנע ליידן", געשאַפֿן פֿון מנחם־מענדל בייליס.