|
מענדל בייליס |
|
מיט 100 יאָר צוריק איז אין קיִעוו אַרעסטירט געוואָרן דער פּריקאַזטשיק פֿון דער ציגל־פֿאַרבריק מנחם־מענדל בייליס. ער איז באַשולדיקט געוואָרן אין הרגענען אַ רוסיש ייִנגעלע, כּדי "אויסצוניצן זײַן קריסטלעך בלוט פֿאַר אַ ריטועלן צוועק". צוויי יאָר איז אָנגעגאַנגען די אויספֿאָרשונג און אין אָקטאָבער 1913 האָט זיך אָנגעהויבן דער טרויעריק־באַרימטער פּראָצעס איבער מענדל בייליס. די אַבסורדישקייט און ליגנערישע באַשולדיקונגען האָבן בולט אַרויסגעוויזן דעם אַנטיסעמיטישן פּרצוף פֿון דער צאַרישער מאַכט און דער פּראַוואָסלאַוונער רעליגיע, דער גײַסטלעכער יסוד פֿון דער רוסישער אימפּעריע.
בייליסן האָבן פֿאַרטיידיקט די בעסטע אַדוואָקאַטן פֿון יענער צײַט; מיט פּראָטעסטן זײַנען אויפֿגעטראָטן די באַקאַנטע שרײַבער: וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, אַלעקסאַנדער בלאָק, מאַקסים גאָרקי, אַנאַטאָל פֿראַנס. דער פּראָצעס, וואָס האָט געזאָלט געזעצלעך דערווײַזן די בלוטדאָרשטיקייט פֿון דער ייִדישער אמונה, איז דורכגעפֿאַלן און מענדל בייליס אַליין איז באַרעכטיקט געוואָרן.
שוין נאָכן באַפֿרײַט ווערן, האָט מענדל בייליס דורכגעמאַכט אַ שווערן וועג פֿון אַן עמיגראַנט — געלעבט אַ שטיקל צײַט אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. געשטאָרבן איז ער אין ניו־יאָרק, דעם 4טן יולי 1934, און איז מקבר געוואָרן אויפֿן בית־עולם "הר־הכּרמל", קווינס.
מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער אַן אויסצוג פֿונעם בוך "די געשיכטע פֿון מײַנע ליידן", געשאַפֿן פֿון מנחם־מענדל בייליס.
ב׳
יושצינסקי און זײַנע מערדער
הגם דאָס האָט פּאַסירט מיט פֿערצן יאָר צוריק, דאָך שטייען די אַלטע בילדער פֿאַר מײַנע אויגן אַזוי קלאָר, פּונקט ווי דאָס וואָלט פֿאָרגעקומען ממש נעכטן. דאָס איז געווען דעם 20סטן מאַרץ. איך שטיי מיר אויף אין דער פֿרי, ווי געוויינטלעך, און גיי אַרײַן אין קאָנטאָר. עס איז נאָך געווען האַלבטונקל און אין דרויסן האָט אָנגעהאַלטן אַ שטאַרקער פֿראָסט. מײַן פֿענצטער, בײַ וועלכן איך פֿלעג געוויינטלעך שרײַבן, איז אַרויסגעגאַנגען צו דער גאַס. איך גיב אַ קוק אין פֿענצטער — מענטשן לויפֿן ערגעץ געשווינד. אַלע מאָל אין דער צײַט פֿלעג איך נאָר זען איינציקע אַרבעטער קומען אין זאַוואָד, אָדער אַזוי צופֿעליקע דורכגייער. אין יענעם פֿרימאָרגן איז די באַוועגונג פֿון מענטשן געווען אַן אומגעוויינטלעכע. דערצו זײַנען די מענטשן געקומען פֿון פֿאַרשיידענע גאַסן. איך גיי דעריבער אַרויס אין גאַס און גיב עמעצן אַ פֿרעג, וואָס דאָ האָט אַזוינס פּאַסירט. ענטפֿערט מען מיר, אַז מען האָט ניט ווײַט פֿון דאַנען געפֿונען אַ דערמאָרדעט קינד.
אין עטלעכע שעה אַרום האָבן שוין די צײַטונגען געמאָלדן, אַז אויף לוקיאַנאָווקאַ (אַ האַלבער וויאָרסט פֿון זאַוואָד) האָט מען אין אַ הייל געפֿונען אַ דערמאָרדעט קריסטלעך ייִנגל, מיט דעם נאָמען אַנדרושע יושצינסקי, מיט פֿיל וווּנדן אויפֿן קערפּער.
|
מ. בייליס ווערט געפֿירט צום פֿאַרהער |
|
דעם זעלבן טאָג, צו אָוונט־צו, קומט אַרײַן צו מיר אַ שכן, אַ קריסט, וועלכער האָט געהערט צו דער שוואַרצמאהדיקער אָרגאַניזאַציע "צווייקעפּיקער אָדלער", און דערציילט מיר, אַז אין "זײַן" בלאַט, אין דעם בלאַט פֿון די "סאָיוזניקעס" (אַליִיִרטע), וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע: "צווייקעפּיקער אָדלער", ווערט געשריבן, אַז יושצינסקיס מאָרד איז ניט קיין געוויינטלעכער, נאָר אַז אים האָבן דערהרגעט ייִדן צוליב "ריטועלע" צוועקן...
די פּשוטע קריסטן, וועלכע האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט גרויסע פּלענער, ווי אַזוי צו ראַטעווען רוסלאַנד — זי איז דאָך טאַקע דורך זיי אַ סך געראַטעוועט געוואָרן! — האָבן באַלד געזאָגט, אַז דאָס האָט געטאָן וויעראַ טשעביריאַק און יושצינסקיס מוטער.
דער חשד אויף יושצינסקיס מוטער איז געפֿאַלן צוליב דעם, וואָס זי האָט ניט אַרויסגעוויזן קיין שום אומרויִקייט, ווען דאָס קינד איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. יושצינסקי איז פֿאַרשוווּנדן דעם 12טן מאַרץ, און געפֿונען האָט מען אים דעם 20סטן. ווי קומט עס, אַז אַ מוטער זאָל ניט לויפֿן צו דער פּאָליציי מעלדן וועגן דעם, זיך ניט אינטערעסירן און ניט לאָזן קיין טרער? אויף דעם פֿאַקט האָבן אָנגעוויזן די שכנים. אַגבֿ, איז מען אויך געווויר געוואָרן וועגן אַנדערע באַווײַזן. אַנדרושע יושצינסקי האָט קיין פֿאָטער שוין ניט געהאַט. ער איז דערהרגעט געוואָרן אינעם יאַפּאַנישן קריג. אויף אַנדרושעס נאָמען איז געבליבן אין באַנק פֿינף הונדערט רובל. דאָס געלט האָט ער געקענט באַקומען ערשט ווען ער וועט ווערן פֿוליאָריק. די מאַמע האָט שוין אונטער דער צײַט באַקומען אַ "חתן", וועלכער איז אַוודאי ניט צופֿרידן געווען פֿון דעם עסק, וואָס ער וועט גאָרנישט געניסן פֿון די פּאָר קערבלעך. מחמת דעם האָט מען חושד געווען, אַז יושצינסקיס מוטער האָט אַ חלק אין דעם מאָרד.
וויעראַ טשעביריאַק האָט מען אַרעסטירט צוליב אַן אַנדער טעם. די דאָזיקע פֿרוי האָט געהאַט אַ קינד — זשעניע. זשעניע און אַנדרושע זײַנען געווען ביידע אין איין עלטער — דרײַצן יאָר — און זײַנען ביידע געגאַנגען אין איין שול. עס פֿלעגט גאַנץ אָפֿט פּאַסירן, אַז יושצינסקי פֿלעגט בלײַבן נעכטיקן בײַ טשעביריאַקן, ווײַל עס איז אים געווען צו ווײַט צו פֿאָרן אַהיים. אויסער דעם, האָט די פּאָליציי געהאַט נאָך אַ שטיקל פֿאַרדאַכט. דעם דערמאָרדעטן יושצינסקי זײַנען געקומען אָנקוקן הונדערטער מענטשן און קיינער האָט אים ניט געקענט דערקענען, ווײַל דאָס פּנים איז געווען שטאַרק פֿאַרלאָפֿן מיט בלוט. אָבער טשעביריאַק האָט אים באַלד דערקענט אין דער הייל. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ חשד.
מען האָט יושצינסקין אַרויסגענומען פֿון הייל און אין אַ פּאָר טעג אַרום האָט מען אים באַגראָבן.
|
די אַנטיסעמיטישע בראָשור "צווייקעפּיקער אָדלער", וווּ די ייִדן ווערן באַשולדיקט אין נוצן כריסטלעך בלוט |
|
שוין בײַ דער לוויה, אויף וועלכער עס זײַנען געווען עטלעכע ייִדן, האָט מען אָנגעהויבן פֿאַנאַנדערוואַרפֿן פּראָקלאַמאַציעס מיט אַן אויפֿרוף צו שלאָגן ייִדן, ווײַל ייִדן האָבן יושצינסקין דערמאָרדעט צוליב פּסח און מחמת דעם דאַרף מען זיך נוקם זײַן פֿאַר זײַן בלוט.
דאָס איז, אַזוי צו זאָגן, געווען די ערשטע פּראָבע ריינצוּוואַשן די אמתע מערדער און אַוועקצולאָזן די גאַנצע געשיכטע אויף אַן אַנדער ליניע, כּדי צו פֿאַרקאָכן אַ גאַנצע פּאָליטישע קאַשע און אַזוי אַרום פֿאַרביטערן דאָס ייִדישע לעבן.
וויעראַ טשעביריאַק איז אין לוקיאַנאָווקאַ געווען אַ גוט־באַקאַנטער פּאַרשוין. איר מאַן איז געווען אַ טשינאָווניק אויפֿן טעלעגראַף. ער פֿלעגט זײַן גאַנץ ווייניק אין דער היים אַפֿילו בײַ נאַכט. זי האָט געפֿירט געשעפֿטן מיט אַ באַנדע גנבֿים. די גנבֿים זײַנען אָבער ניט געווען קיין "פּראָסטע מענטשן". זיי פֿלעגן גיין אָנגעטאָן ווי "מאָנאַרכן" און גאַנץ אָפֿט אַפֿילו אין אָפֿיציר־אוניפֿאָרעם.
צווישן דער חבֿרה איז געווען אויך אירס אַ ברודער סינגאַיעווסקי און נאָך צוויי תּכשיטים, לאַטישעוו און רודזינסקי. די דאָזיקע לײַט פֿלעגן גנבֿענען און איר איבערגעבן די גנבֿות צום פֿאַרקויפֿן. דאָס איז געווען שוין איין מאָל אַ חבֿרה! די אַרומיקע שכנים האָבן געוווּסט וואָס פֿאַר אַ פֿויגל די טשעביריאַק איז, נאָר קיינער האָט זי ניט געוואָלט פֿאַרטשעפּען.
נעבן מײַן זאַוואָד האָט געוווינט איינער אַ קריסט זאַכאַרטשענקאָ. ער אַליין איז געווען אַ מיטגליד פֿון "צווייקעפּיקן אָדלער", דאָס הייסט, אַן עכטער שוואַרצמאהניק. ער האָט פֿאַרמאָגט עטלעכע הײַזער. און וויעראַ טשעביריאַק האָט געוווינט אין איינעם פֿון זײַנע הײַזער. אָט דער זאַכאַרטשענקאָ פֿלעגט מיר אימער זאָגן, ווי גליקלעך ער וואָלט געווען, ווען ער וואָלט געקאָנט פֿון איר פּטור ווערן. נאָר אָנהייבן זיך מיט איר האָט ער מורא געהאַט.
נאָכן מאָרד האָט ער מיר עטלעכע מאָל געזאָגט, אַז ער איז זיכער, אַז דער מאָרד איז פֿאָרגעקומען אין טשעביריאַקס שטוב, אין יענעם געהיימען און טונקעלן נעסט.
דרײַ טעג נאָך דעם ווי מען האָט אַרעסטירט די טשעביריאַק, האָט מען אין מאָסקווע צופֿעליק אַרעסטירט דרײַ יונגע־לײַט, ווײַל זיי האָבן זיך אויסגעוויזן דער פּאָליציי פֿאַר פֿאַרדעכטיקטע טיפּן, און מען האָט זיי געבראַכט קיין קיִעוו ווי קיִעווער אײַנוווינער.
ווען מען האָט זיי גענומען אויפֿן פֿאַרהער, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זיי זײַנען אָפּגעפֿאָרן פֿון קיִעוו דעם 12טן מאַרץ, דאָס הייסט, דעם טאָג, ווען יושצינסקי איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן, און אַז זיי האָבן נאָך יענעם טאָג פֿאַרבראַכט בײַ טשעביריאַקן אין וווינונג. דאָס זײַנען געווען די דרײַ הויפּט־גנבֿים אירע.
ווען מען האָט געבראַכט די לוקיאַנאָווקער פּאָליציאַנטן צו דערקענען די חבֿרה, האָבן זיי זיך ממש דערשראָקן. די פּאָליציאַנטן פֿלעגן זיי אָפֿט זען געקליידט ווי אָפֿיצירן און מחמת דעם פֿלעגן זיי זיי אָפּגעבן די "אָפֿיצירן־טשעסט" (סאַלוטירן). די פּאָליציאַנטן האָבן געוווּסט, אַז די דאָזיקע פּאַרשוינען קומען אַרײַן צו טשיביריאַקן, נאָר זיי האָבן געמיינט, אַז זיי זײַנען "אָרנטלעכע" מענטשן.
אַז מען האָט זיי אַרעסטירט, איז דער "צווייקעפּיקער אָדלער" אַרויס מיט אַ געפּילדער:
— סטײַטש, אַזאַ סקאַנדאַל! ווי דערלאָזט מען עס, אַז די ייִדן, די מערדער פֿון יושצינסקין, לאָזט מען צו רו און זיצן, נעבעך, דאַרפֿן אַזעלכע אָרנטלעכע, כּשרע מענטשן! זאָל מען אַרויסנעמען דאָס קינד פֿון קבֿר און זאָל מען זען, ווי אַזוי די ייִדן האָבן עס צעשטאָכן!...
דער געפּילדער פֿון די "סאָיוזניקעס" האָט געהאַט אַ ווירקונג. מען האָט דאָס קינד אַרויסגענומען פֿון קבֿר און דער באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר סיקאָרסקי האָט בפֿירוש אָנערקענט, אַז דער מאָרד איז ניט קיין געוויינטלעכער, חס־וחלילה, נאָר ער איז געמאַכט געוואָרן צוליב אַ "רעליגיעזן צוועק", וואָס "מען זעט עס" פֿון די שטעך און פֿון דער צאָל "דרײַצן"...
לכתּחילה, האָט דאָס געשײַנט צו זײַן העכסט לעכערלעך. אין דער צײַט וואָס אַלע זײַנען געווען זיכער, אַז דעם פֿאַרברעכן איז באַגאַנגען טשעביריאַק מיט אירע חבֿרה־לײַט — און עס זײַנען געווען דערויף גאַנץ גענוגנדיקע באַווײַזן — גייט מען און מען טראַכט אויס אַ מעשׂה מיט "דרײַצן שטעך" און מיט "רעליגיעזע צוועקן". עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דאָס איז ווײַט, ווײַט ניט קיין וויץ. די "סאָיוזניקעס" האָבן אויסגעאַרבעט אַ טײַוולאָנישן פּלאַן קעגן ייִדן און אַזוי ווי זייער מאַכט איז דעמאָלט געווען אומגעהײַער גרויס, האָבן זיי זיך ענערגיש גענומען אים דורכצופֿירן.
ג’
מײַן אַרעסט
דער ענין איז אַריבער צום סלעדאָוואַטעל (אויספֿאָרשער) פֿענענקאָ. ער האָט אָנגעהויבן אַרומפֿאָרן אַרום דעם זאַוואָד. ער האָט געמאָסטן דעם מהלך פֿון דער הייל, וווּ מען האָט געפֿונען יושצינסקין, ביז די ייִדישע וווינונגען, פֿון דער הייל ביז טשעביריאַקס וווינונג, ווי אויך פֿון ציגל־זאַוואָד ביז דער הייל.
אַזוי האָט ער געזוכט און געפֿאָרשט עטלעכע חדשים. די שוואַרצמאהדיקע צײַטונגען האָבן ווײַטער געטאָן זייער זאַך ריינצוּוואַשן די באַנדע גנבֿים און רוצחים און צו וואַרפֿן דעם בילבול אויף אַ ייִדן און דערמיט אויך אויפֿן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.
פּלוצלינג האָבן זיך אָנגעהויבן ווײַזן אויפֿן זאַוואָד פֿאַרשיידענע פּנימער פֿון די רוסישע "סישטשיקעס" (נאָכשפּירער), געהיים־פּאָליציסטן. די דאָזיקע פּאַרשוינען פֿלעגן פֿרעגן מײַנע קינדער, צי זיי האָבן זיך געשפּילט מיט יושצינסקין און צי זיי האָבן זיך געקענט מיט אים. איין "סישטשיק" איז געזעסן טאָג און נאַכט אין אַ הויז קעגן איבער מײַן וווינונג און נאָכגעשפּירט, וווּהין איך גיי און וואָס איך טו. ווי מען האָט מיר געהאַט איבערגעגעבן, האָבן די "סישטשיקעס", זעענדיק אַז דער עסק גייט שלעכט, אויך אָנגעהויבן טיילן די קריסטלעכע קינדער קאָנפֿעקטן, זיי זאָלן זאָגן, אַז אַנדרושע יושצינסקי פֿלעגט קומען צו מיר און אַז מײַנע קינדער האָבן זיך מיט אים געשפּילט.
|
אויספֿאָרשער נ. קראַסאָווסקי |
|
שפּעטער האָט מיר אָנגעהויבן מאַכן "וויזיטן" דער סישטשיק פּאָלישטשוק. איין מאָל זאָגט ער מיר, אַז פֿון די פֿאַרשיידענע באַווײַזן און אויספֿאָרשונגען "פֿילט מען", אַז דער מאָרד איז געשען אויפֿן זאַוואָד און אַז דאָס איז מײַן אַרבעט.
אויף מאָרגן נאָך פּאָלישטשוקס דערקלערונג קומען אויפֿן זאַוואָד אַ צען פּערזאָן מיט דעם סלעדאָוואַטעל פֿענענקאָ בראָש. פֿענענקאָ איז געווען, קענטיק, זייער שטאַרק אויפֿגעלייגט און לוסטיק, פּונקט ווי איינער גייט צום טאַנץ. ער פֿרעגט בײַ מיר:
— ביסטו דער פֿאַרוואַלטער פֿון זאַוואָד?
— יאָ! — ענטפֿער איך.
— ווי לאַנג ביסטו דאָ?
— אַרום 15 יאָר.
— זײַנען דאָ פֿאַראַן נאָך ייִדן אַ חוץ דיר?
— ניין. איך בין דאָ איינער.
— ביסט אַ ייִד, יאָ? טאָ זאָג מיר, וווּהין גייסטו דאַווענען? האָסטו דאָ אַ בית־המדרש?
— איך בין אַ ייִד. קיין בית־המדרש איז דאָ ניטאָ. דאַווענען קען מען אויך אין דער היים.
— היטסטו אָפּ שבת?
— אויפֿן זאַוואָד ווערט שבת געאָרבעט, ממילא קען איך שוין פֿון שטוב ניט אַוועקגיין.
פּלוצלינג גיט ער מיך אַ פֿרעג:
— האָסטו אַ קו? פֿאַרקויפֿסטו מילכיקס?
— אַ קו, — זאָג איך אים, — האָב איך, נאָר קיין מילכיקס פֿאַרקויף איך ניט. איך דאַרף עס פֿאַר זיך.
— נו, און אַז עס קומט, זאָגן מיר, צו דיר אַ גוטער פֿרײַנד, פֿאַרקויפֿסטו אים אַ גלאָז מילך?
— אַז עס קומט צו מיר אַ גוטער פֿרײַנד, גיב איך אים עסן און טרינקען און מילך אויך. אָבער פֿאַרקויפֿן — קיין מאָל ניט.
איך האָב בשום־אופֿן ניט געקענט פֿאַרשטיין די אַלע פֿראַגעס וועגן מײַן פֿרומקייט און צי איך האָב אַ בית־המדרש. צי שוין זײַנען זיי דאָס אַזוי פֿרום, אַז זיי קענען ניט פֿאַרטראָגן, וואָס איך דאַוון ניט אין קיין מנין? איבעריקנס, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די דאָזיקע פֿראַגעס מיט דער בהמה און מיטן מילך?
|
שרײַבער בראַזול־ברושעווסקי |
|
פֿענענקאָ מיט זײַנע לײַט זײַנען געווען זייער צופֿרידן און האָבן זיך מיט מיר פֿרײַנדלעך געזעגנט. בעת זיי האָבן געהאַלטן בײַם אַרויסגיין, האָב איך באַמערקט, אַז איינער האָט מיך פֿאָטאָגראַפֿירט. די שדים האָבן זיך, אַלזאָ, גענומען צו דער אַרבעט גאַנץ ערנסט.
דאָס איז געווען דאָנערשטאָג, תּישעה־באָבֿ, דעם 21סטן יולי 1911 — אין דעם טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק באַוויינט זײַן גרויסן אומגליק, וואָס עס איז חרובֿ געוואָרן דער בית־המיקדש און די ייִדן זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זייער היימלאַנד, פֿון מוטער ציון, און האָבן אָנגעהויבן לײַדן צרות אין דעם פֿינצטערן גלות.
פֿרײַטאָג, דעם 2טן יולי פֿאַר טאָג, ווען אַלץ אַרום האָט נאָך פֿעסט געשלאָפֿן, דערהער איך פּלוצלינג אַ גרויסן רעש ווי פֿון רײַטער, און איידער איך הייב זיך אָן אַרומקוקן — מען קלאַפּט שטאַרק אין טיר. איך בין שטאַרק איבערראַשט געוואָרן. וואָס קען דאָס זײַן? איך וווין שוין אויפֿן זאַוואָד אַן ערך 15 יאָר און האָב נאָך קיין מאָל אַזאַ געפּילדער בײַ נאַכט ניט געהערט. דערווײַל ווערט די קלאַפּערײַ אין טיר אַלץ שטאַרקער.
איך האָב געמיינט, אַז עס האָט אפֿשר אויסגעבראָכן אַ שׂרפֿה אויפֿן זאַוואָד. איך שפּרינג אויף ניט־טויט, ניט־לעבעדיק פֿון בעט און גיב אַ שפּרונג צום פֿענצטער. עס איז נאָך געווען אַ ביסל טונקל, אָבער די באַקאַנטע, ליבהאַרציקע זשאַנדאַרם־מונדירן האָט מען באַלד געקענט דערקענען. וואָס טוען דאָס בײַ נאַכט זשאַנדאַרמען? וואָס קלאַפּן זיי אַזוי שרעקלעך אין טיר? וואָס ווילן זיי דאָ האָבן?
עס איז מיר געוואָרן פֿינצטער אין די אויגן און אין קאָפּ האָט זיך מיר אָנגעהויבן מישן. איך בין פֿון שרעק שיִער ניט געפֿאַלן אין חלשות. דאָס אומאויפֿהערלעכע קלאַפּן אין טיר האָט מיר אָבער געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז איצט איז ניט קיין צײַט פֿון טראַכטן, און איך האָב זיך אַ לאָז געטאָן עפֿענען די טיר.
ווי נאָר איך האָב זי געעפֿנט, האָבן זיך אַרײַנגעלאָזט אַ חבֿרה זשאַנדאַרמען מיט דעם באַוווּסטן נאַטשאַלניק פֿון דער "אָכראַנע" (שוץ), פּאָלקאָווניק קוליאַבקאָ בראָש. בײַ דער טיר איז געשטעלט געוואָרן אַ וואַך. דער פּאָלקאָווניק קוליאַבקאָ איז צוגעגאַנגען נעענטער צו מיר און אַ פֿרעג געטאָן שטרענג:
— ביסטו בייליס?
— יאָ.
— אַלזאָ, אין נאָמען פֿון זײַן מאַיעסטעט דעם קייסער, ביסטו אַרעסטירט!
— אָדעווײַטעס! טוט זיך אָן! — האָט ווײַטער געדונערט זײַן טײַוולאָנישע שטים.
אונטער דער צײַט האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט די פֿרוי און די קינדער און עס איז געוואָרן אַ יללה. די קליינע קינדערלעך האָבן זיך סתּם געהאַט דערשראָקן פֿאַר די בלישטשענדיקע מונדירן מיט די שווערדן און זיי האָבן זיך געריסן צו מיר, איך זאָל זיי שיצן. זיי האָבן נעבעך ניט געוווּסט, אַז זייער טאַטע אַליין איז שוין איצט שוצלאָז, אַז ער אַליין דאַרף זוכן שוץ בײַ אַנדערע.
|
אַדוואָקאַט וו. מאַקלאַקאָוו |
|
מען האָט מיך אָפּגעזונדערט פֿון מײַן פֿאַמיליע. מען האָט קיינעם ניט געלאָזט צוגיין צו מיר. מיט דער פֿרוי האָט מען מיר ניט דערלויבט צו ריידן אַפֿילו איין וואָרט.
שטילשווײַגנדיק, אײַנהאַלטנדיק די טרערן, האָב איך זיך אונטער די וואַכזאַמע אויגן פֿון דער באַנדע "אָכראַניקעס" (וועכטער) אָנגעטאָן און, ניט לאָזנדיק מיך אַפֿילו באַרויִקן און אַ קוש טאָן מײַנע קינדער, האָט מען מיך איבערגעגעבן אין די הענט פֿון דער פּאָליציי.
קוליאַבקאָ מיט דער גאַנצער חבֿרה זשאַנדאַרמען זײַנען געבליבן בײַ מיר אין וווינונג צו מאַכן אַ הויז־זוכונג, און מיך האָט מען אָפּגעפֿירט אין דער "אָכראַנע".
אין גאַס האָב איך באַגעגנט פֿיל אַרבעטער, וואָס זײַנען געפֿאָרן צום זאַוואָד. איך האָב זיך שטאַרק געשעמט און האָב דעריבער געבעטן בײַ די פּאָליציאַנטן, זיי זאָלן מיר דערלויבן גיין אויפֿן טראָטואַר און ניט אין מיטן גאַס. נאָר זיי האָבן מיר דאָס שטיקל פֿאַרגעניגן אויך ניט געוואָלט פֿאַרשאַפֿן.
איך בין געגאַנגען זיך באַגיסנדיק מיט טרערן. די קריסטן זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען, זיך אָפּגעשטעלט אַ קוק טאָן און האָבן געקוועטשט מיט די פּלייצעס...
אין אָט דער צײַט, ווי איך האָב זיך שפּעטער דערוווּסט, האָט מען די טשעביריאַק און "מאַדאַם" יושצינסקי מיט אַלע גנבֿים באַפֿרײַט פֿון טורמע ווי כּשרע, אָרנטלעכע און אומזיסט־באַשולדיקטע מענטשן...
ד׳
אין דער "אָכראַנע"
אין דער "אָכראַנע" איז נאָך געווען שטיל. די רוסישע טשינאָווניקעס זײַנען בכלל ניט געווען קיין גרויסע בעלנים אויפֿצושטיין פֿרי. די "דיעזשורנעס" האָבן זיך עפּעס אַרומגעפּאָרעט אין די ביכער, וווּ עס ווערט פֿאַרשריבן דער גזר־דין פֿון מענטשן, און געגעבן באַפֿעלן צו די באַאַמטע און צו די שפּיאָנדלעך מיט די שפּיציקע, ממזרישע אייגעלעך.
איך האָב בײַ מײַן רויִקער און שטילער אַרבעט נאַטירלעך, קיין מאָל ניט געהאַט די מינדסטע אַנונג, אַז מיר וועט אויסקומען צו זיצן אין דער "אָכראַנע" אונטער דער שמירה פֿון אַ גאָראָדאָוווי, וואָס זאָל ניט אויפֿהערן מיך שטעכן מיט זײַנע אויגן. נאָר ווי זאָגט מען? פֿון טורמע און פֿון טויט קען מען זיך קיין מאָל ניט באַוואָרענען.
איך זיץ אין הוילן פֿיבער. עס וואַרפֿט מיך אין היץ און אין קעלט. דער קאָפּ שווינדלט און מיר שײַנט, אַז איך ווער צעפּלאַצט פֿון ווייטיק. פּלוצלינג דערהער איך אַ טופּערײַ פֿון פֿערד און באַלד אַ גערויש אין קאָרידאָר און דאָס קלינגען פֿון שפּאָרען.
עס האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס זײַנען אַרײַן די זעלבע זשאַנדאַרמען וועלכע זײַנען געבליבן בײַ מיר אין דער היים מאַכן דעם "אָביסק". לכתּחילה האָב איך געמיינט, אַז זיי האָבן אויך מײַן פֿרוי מיט די קינדער אַרעסטירט. איך האָב זיך דעריבער שטאַרק דערשראָקן, נאָר איך האָב דערזען, אַז זיי זײַנען ניטאָ, האָב איך זיך אַ ביסל באַרויִקט.
אין אַ ווײַלע אַרום טראָגט מען מיר אַרײַן טיי און מען פֿרעגט מיך, אויב איך וועל עפּעס עסן. איך האָב זיי פֿאַר דער טובֿה באַדאַנקט. צו דער טיי האָב איך זיך ניט צוגערירט, כאָטש דער צונג איז מיר געווען צוגעטריקנט צום גומען. איך האַלט גאָר אין איין טראַכטן:
— וואָס וועט דאָ זײַן? פֿאַרוואָס האָבן זיי מיך אַרעסטירט?
עס עפֿנט זיך פּלוצלינג די טיר. עס קומט אַרײַן קוליאַבקאָ און דערלאַנגט מיר אַ גרויסן פֿרעגבויגן, אויף וועלכן איך דאַרף אויספֿילן די תּשובֿות.
די פֿראַגעס זײַנען געווען:
— ווער בין איך?
— פֿון וואַנען בין איך?
— ווער איז מײַן פֿאָטער?
— פֿון וועלכן גלויבן?
— וועלכע קרובֿים און וווּ זײַנען זיי?
און גאָר צו לעצט:
— וואָס ווייס איך וועגן יושצינסקיס מאָרד?
אַרויסגייענדיק זאָגט ער צו מיר:
— ווען דו וועסט שוין האָבן אויף אַלץ געענטפֿערט, וועסטו אָנקלינגען, וועל איך קומען.
ווען איך האָב דערזען די לעצטע פֿראַגע, האָב איך אָנגעהויבן פֿילן, אַז דאָ ליגט שוין דער חלף אויף מײַן האַלדז. איך האָב שוין פֿאַרשטאַנען די צרה. דאָך האָב איך זיך געפּרוּווט טרייסטן דערמיט, וואָס מען פֿרעגט מיך, וואָס איך ווייס וועגן דעם מאָרד. על־כּן בין איך ניט מער ווי אַ מין עדות...
איך האָב אויף אַלע קשיות אָנגעשריבן אַן ענטפֿער. וועגן מאָרד האָב איך געשריבן, אַז איך ווייס לחלוטין גאָרנישט. איך ווייס נאָר דאָס, וואָס מען רעדט אין גאַס. ווער דאָס האָט געטאָן און צוליב וואָס מען האָט עס געטאָן, ווייס איך ניט.
איך האָב אָנגעקלונגען. קוליאַבקאָ איז אַרײַנגעקומען, האָט דורכגעקוקט אַלע מײַנע תּשובֿות און אַ זאָג געטאָן:
— דאָס אַלץ? פּוסטע מעשׂיות. אויב דו וועסט מיר ניט זאָגן דעם אמת, וועל איך דיך אַוועקשיקן אין פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג.
ער האָט מיט אַ ווילדער רציחה אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר און איז אַרויס.
אַרום 4 אַ זייגער דערהער איך אַ געוויין פֿון אַ קינד, און באַלד האָט דאָס האַרץ מיר געזאָגט, אַז מן־הסתּם איז עס מײַן קינד. איך האָב זיך צוגעהערט און ווירקלעך דערקענט די שטים פֿון מײַנעם אַ קינד. איך האָב זיך פֿאַר צרות אָנגעהויבן שלאָגן מיטן קאָפּ אין וואַנט. איך האָב געוווּסט, אַז מײַן ייִנגעלע איז זייער אַ שרעקעוודיקער און באַזונדערס שרעקט ער זיך פֿאַר פּאָליציי, און איך האָב מורא געהאַט, אַז ער זאָל, חס־וחלילה, ניט אומקומען אין זייערע הענט.
אַזוי ווי ער וויינט, עפֿנט זיך די טיר, עס קומט אַרײַן קוליאַבקאָ און גיט צו מיר אַ זאָג:
— זעסט? דײַן קינד זאָגט אויך ליגן.
— וואָס פֿאַר אַ ליגן? — האָב איך אַ פֿרעג געטאָן.
— זשעניטשקע, קום אַרײַן.
ער האָט אַרײַנגעפֿירט וויעראַ טשעביריאַקס ייִנגל זשעניע און זיך ווענדנדיק צו מיר, האָט ער אַ זאָג געטאָן:
— זשעניע זאָגט, אַז דײַן קינד האָט זיך געשפּילט מיט אַנדרושען און ער, ווידער זאָגט, אַז ניט.
נאָך דעם האָט קוליאַבקאָ גענומען דאָס ייִנגל מיט זיך און איז אַרויס.
אין אַ פּאָר מינוט אַרום דערהער איך איבערן קאָרידאָר טריט. איך גיב אַ קוק דורך די קראַטעס און זע, ווי דער גאָראָדאָוווי פֿירט מײַן קינד, בסך־הכּל אַכט יאָר אַלט. ער גייט באָרוועס און האַלט אַראָפּגעלאָזט דאָס קעפּל. עס האָט מיך פֿאַרדריקט בײַם האַרצן און איך האָב זיך צעוויינט. איך האָב דערנאָך געזען ווי מען האָט אים פֿאַרשפּאַרט אין אַ צימער.
איך האָב גערעכנט, אַז מען וועט מיך מן־הסתּם אָפּהאַלטן נאָך אַ פּאָר שעה, אויספֿרעגנדיק און, סוף־כּל־סוף, אַרויסלאָזן. איך בין דאָך ניט שולדיק. און זיי וועלן דאָך געוויס אײַנזען, אַז מען איז דאָ באַגאַנגען אַ פֿעלער.
דערווײַלע אָבער איז מײַן גאַנצער געדאַנק געווען פֿאַרנומען מיט מײַן קינד. צו וואָס האָט מען אים פֿאַרשפּאַרט אין אָט דעם גיהנום?
פֿאַר נאַכט קומט אַרײַן צו מיר אַ פֿרוי, אַ קריסטין, מיט טיי און זאָגט צו מיר:
— דײַן קינד איז דאָ, זאָרג אָבער ניט. איך פֿיל אים מיט. איך היט אים אָפּ.
איך האָב מיט געוויין זיך געבעטן, זי זאָל זײַן אַזוי פֿרײַנדלעך און אָפּגעבן מײַן עסן דעם קינד.
— וויין ניט! — האָט זי זיך אָפּגערופֿן צו מיר, — איך בין אויך אַ מאַמע פֿון קינדער. איך פֿיל דיר מיט. איך פֿאַרשטיי דײַנע ליידן. האָב קיין מורא ניט. דעם ערלעכן מענטשן פֿירט גאָט שטענדיק אויס.
עס איז צוגעפֿאַלן דער אָוונט. דאָס איז געווען דער ערשטער פֿאַרשטערטער פֿרײַטאָג־צו־נאַכטס אין מײַן לעבן. איך האָב זיך דערמאָנט אָן דעם פֿריילעכן, ליכטיקן און הייליקן פֿרײַטאָג־אָוונט, ווען די בענטשליכט שטייען אויפֿן טיש, די קינדער זײַנען אויסגעפּוצט אין שבתדיקע מלבושים און אַלץ אַרום איז אַזוי היימלעך. און איצט? אין שטוב איז חושך, די פֿרוי זיצט נעבעך איינע אַליין בײַם אומעטיקן טיש. קיין ליכט און קיין פֿרייד. אַלע צוזאַמען פֿאַרגייען אין געוויין.
איך האָב אָן מײַנע אייגענע צרות שוין געהאַט כּמעט פֿאַרגעסן. איך האָב נאָר געטראַכט וועגן מײַן אומגליקלעכן יונגן קינד אין טורמע און וועגן מײַן פֿאַרטרויערטער פֿאַמיליע אין דער היים.
איך גיי און גיב אַ קלונג. עס קומט אַרײַן צו מיר קוליאַבקאָ.
— הער זיך נאָר צו, — זאָג איך צו אים, — מילא, וואָס עס וועט זײַן מיט מיר, איז פֿאַרפֿאַלן. עס וועט זיך באַלד אַרויסווײַזן דער אמת און מען וועט מיך באַפֿרײַען. אָבער דאָ זיצט מײַן קינד, ער ווייסט דאָך פֿון גאָרנישט. דו האָסט דאָך אויך קליינע קינדער. דאָס קינד וועט, חלילה, קראַנק ווערן און דאָס וועט פֿאַלן אויף דײַן געוויסן. לאָז אים פֿרײַ.
— דאָס איז אין גאַנצן? — האָט קוליאַבקאָ אַ שמייכל געטאָן, — דאָס איז אַלץ גאָרנישט. זאָג מיר נאָר די ריכטיקייט.
— וואָס ווילסטו? — זאָג איך צו אים, — דעם אמת אָדער דעם שקר? אַפֿילו ווען דו וואָלסט וועלן, וואָלט איך דיר אויך קיין ליגן ניט געזאָגט. איך ווייס פֿון גאָרנישט, איך בין אומשולדיק.
— דאָס איז גאָרנישט, גאָרנשיט! — האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, — איך וועל דיך אַוועקשיקן אין טורמע, וועסטו שוין ריידן אַנדערש.
ער האָט אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר און איז אַרויס.
איך בין געבליבן אַליין. קיין עסן און קיין טרינקען איז אין מײַן מויל ניט אַרײַן. יעדע מינוט איז בײַ מיר געווען אַ יאָר, אַן אייביקייט. איך האָב אַלץ געטראַכט: אָט, אָט באַפֿרײַט מען מיך! ווען דער זייגער האָט אָפּגעשלאָגן צוועלף, האָב איך שוין אָנגעהויבן רעכענען, אַז די נאַכט וועט מיר שוין אויסקומען צו נעכטיקן דאָ.
איך האָב אָבער ניט געקענט שלאָפֿן. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעג איך הערן דאָס הוסטן פֿון מײַן קינד און דאָס האָט מיר געבויערט אין מוח.
שבת אין דער פֿרי קומט די קריסטין ווידער אַרײַן און גיט מיר אָפּ אַ גרוס, אַז זי איז געשלאָפֿן אין איין צימער מיט מײַן קינד, געשלאָפֿן האָט ער גוט, נאָר עסן וויל ער ניט.
שבת, אַ זייגער 12 בײַ טאָג, הער איך ווי מען זאָגט אים:
— דו וועסט טרעפֿן אַהיים אַליין? נו, וועל איך שיקן מיט דיר אַ מאַן, וואָס זאָל מיט דיר מיטגיין.
אין אַ שעה אַרום קומט אַרײַן צו מיר אַ גאָראָדאָוווי און לאַכט:
— איך האָב אים צוגעפֿירט ביזן טראַמווײַ. דאָס איז שוין ניט ווײַט פֿון דײַן הויז. האָט ער געזאָגט, אַז ער וועט ניט פֿאָרן, נאָר לויפֿן צו פֿוס אַהיים. ער האָט זיך אַ פּנים געשראָקן פֿאַר מיר.
אַז איך האָב דערהערט, אַז ער איז פֿרײַ, האָב איך שוין פֿאַרגעסן אָן די אייגענע צרות.
דעם שבתדיקן טאָג האָב איך ניט געגעסן, הגם מען האָט מיר געגעבן פֿאַרשיידענע מאכלים און געפֿרעגט אַפֿילו, וועלכע איך וויל.
זונטאָג דערהער איך קולות פֿון קינדער אין קאָרידאָר. עס האָט מיר ווידער אַ קלאַפּ געטאָן אין האַרצן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מען האָט מײַנע קינדער אַרויסגערופֿן אין דער "אָכראַנע" אויף אַ "דאָפּראָס" (פֿאַרהער).
מען האָט מיר דערלויבט אַרויסצוגיין אין קאָרידאָר, זיך זען מיט זיי נאָר אויף איין סעקונדע און באַלד האָט מען אונדז צעשיידט. שפּעטער בין איך געווויר געוואָרן, אַז זיי זײַנען אַוועק צוריק אַהיים.
|
מ. בייליס מיט זײַן משפּחה נאָכן באַפֿרײַען אים פֿון טורמע |
|
איין טאָג, ווען איך האָב זיך געוואָלט אויפֿהייבן פֿון בעטל, האָב איך דערפֿילט, אַז איך בין אין גאַנצן געבליבן אָן כּוחות פֿון הונגער און פֿון צרות. דערזעענדיק, אַז עס איז שלעכט, האָב איך שוין אָנגעהויבן עסן מיט גוואַלד.
אַזוי זײַנען פֿאַרבײַ שווערע, לאַנגע אַכט טעג אין דער "אָכראַנע". קיינער פֿון די באַאַמטע האָט זיך אַפֿילו ניט געוויזן. דאָס האָט נאָך מער פֿאַרגרעסערט מײַן אומגליק. איך האָב ניט געוווּסט, וואָס עס וועט זײַן מיט מיר. ווי באַלד מען פֿרעגט גאָרנישט, איז דאָך אַ סימן, אַז דאָס קען זיך ציִען אָן אַ שיעור און אָן אַ סוף.
און פֿאַרוואָס?
דעם דריטן אויגוסט פֿאַר נאַכט קומט אַרײַן צו מיר אַ גאָראָדאָוווי און גיט מיר אַ זאָג:
— גרייט זיך צו צום סלעדאָוואַטעל!
איך בין געוואָרן אַ ביסל מונטערער. ענדלעך! מילא, וואָס דאָרט וועט זײַן, וועט זײַן — אָבער איך וועל דאָך וויסן, וווּ איך בין אין דער וועלט.
איך האָב זיך אָנגעטאָן און צוויי גאָראָדאָווויס האָבן מיך אָפּגעפֿירט צום סלעדאָוואַטעל קיין קיִעוו.
אין משך פֿון אָט דער צײַט האָב איך ממש פֿאַרגעסן, ווי די וועלט זעט אויס. צי עס איז ליכטיק, צי פֿינצטער. איך האָב אַ קוק געטאָן אויף די שפּאַצירנדיקע לוסטיקע, פֿריילעכע מענטשן און איך האָב זיך ממש ניט געקענט אָנזעטיקן מיט די דאָזיקע בילדער.
איך בין שוין געווען גוט אָפּגעשוואַכט און גיין איז מיר געווען שווער. איך האָב דעריבער געבעטן בײַ די גאָראָדאָווויס, זיי זאָלן מיך פֿירן מיט אַ טראַמווײַ.
— דו ביסט אַן אַרעסטאַנט און טאָרסט ניט פֿאָרן מיט אַנדערע מענטשן, — האָט דער גאָראָדאָוווי אָפּגעפּסקנט.
אַ סך פֿון די פֿאַרבײַגייער האָבן מיך דערקענט און מען האָט אָנגעהויבן טייטלען מיט די פֿינגער.