װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יצחק בראַט

מיט 20 יאָר צוריק, אין 1991, איז אין מאָסקווע, אין סאַמע ברען פֿון דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע", פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס איז באַלד געקרוינט געוואָרן — "היסטאָרישע". דהײַנו: די זעקסטע סעסיע פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן סײַ וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע און סײַ וועגן איר גרינדער און לאַנג־יאָריקן פֿירער יצחק קאָרן. צונויפֿגעפֿאָרן האָבן זיך צו דער מאָסקווער סעסיע צענדליקער דעלעגאַטן און דעלעגאַציעס פֿון פֿאַרשידענע לענדער — ייִדיש־טוער און ייִדיש־ליבהאָבער. אַ גרויסן אינטערעס און האָפֿענונג האָבן די זיצונגען פֿון דער סעסיע אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדישיסטן אין דעמאָלטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

מיר לייגן ווײַטער פֿאָר דעם אַרטיקל פֿון יצחק בראַט, רעדאַקטאָר פֿון דער געוועזענער צײַטונג "לעצטע נײַעס", ישׂראל, וווּ ער טיילט זיך מיט זײַנע אײַנדרוקן פֿון דעם "צוזאַמענטרעף אין מאָסקווע", פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם דרוק־אָרגאַן פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור "ייִדיש־וועלט".



די פֿאָרגעקומענע אין מאָסקווע 6טע סעסיע פֿון דעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין ייִדישע קרײַזן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿון פֿאַרשיידענע שטעט, אַפֿילו פֿון ווײַטן ביראָבידזשאַן זענען געקומען דעלעגאַציעס, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דאָזיקן היסטאָרישן צוזאַמענטרעף, וועלכער איז דערמעגלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער "פּערעסטרויקאַ". די ייִדן פֿון מיזרח און מערבֿ האָבן זיך אויפֿריכטיק געפֿרייט מיט דער באַגעגעניש, ווי נאָענטע משפּחה־מיטגלידער, וואָס האָבן זיך אַ לאַנגע צײַט פֿאַרלוירן און פּלוצלינג זיך אָפּגעפֿונען, צוזאַמענגעטראָפֿן. אַלעמענס שׂימחה איז געווען גרויס. מ’האָט שטאַרק געלויבט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער סעסיע, וועלכע האָבן געפֿונען פֿאַר נייטיק זי צונויפֿרופֿן דווקא אין מאָסקווע; דאָרט, וווּ מען האָט דאָס ייִדיש־לשון און די ייִדישע קולטור געפּרוּווט אַרויסרײַסן מיטן וואָרצל, די גרעסטע שרײַבער, שוישפּילער און קולטור־טוער זענען אין דער סטאַלין־תּקופֿה פֿאַרטיליקט געוואָרן.