װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יצחק בראַט

מיט 20 יאָר צוריק, אין 1991, איז אין מאָסקווע, אין סאַמע ברען פֿון דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע", פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס איז באַלד געקרוינט געוואָרן — "היסטאָרישע". דהײַנו: די זעקסטע סעסיע פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן סײַ וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע און סײַ וועגן איר גרינדער און לאַנג־יאָריקן פֿירער יצחק קאָרן. צונויפֿגעפֿאָרן האָבן זיך צו דער מאָסקווער סעסיע צענדליקער דעלעגאַטן און דעלעגאַציעס פֿון פֿאַרשידענע לענדער — ייִדיש־טוער און ייִדיש־ליבהאָבער. אַ גרויסן אינטערעס און האָפֿענונג האָבן די זיצונגען פֿון דער סעסיע אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדישיסטן אין דעמאָלטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

מיר לייגן ווײַטער פֿאָר דעם אַרטיקל פֿון יצחק בראַט, רעדאַקטאָר פֿון דער געוועזענער צײַטונג "לעצטע נײַעס", ישׂראל, וווּ ער טיילט זיך מיט זײַנע אײַנדרוקן פֿון דעם "צוזאַמענטרעף אין מאָסקווע", פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם דרוק־אָרגאַן פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור "ייִדיש־וועלט".



די פֿאָרגעקומענע אין מאָסקווע 6טע סעסיע פֿון דעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין ייִדישע קרײַזן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿון פֿאַרשיידענע שטעט, אַפֿילו פֿון ווײַטן ביראָבידזשאַן זענען געקומען דעלעגאַציעס, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דאָזיקן היסטאָרישן צוזאַמענטרעף, וועלכער איז דערמעגלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער "פּערעסטרויקאַ". די ייִדן פֿון מיזרח און מערבֿ האָבן זיך אויפֿריכטיק געפֿרייט מיט דער באַגעגעניש, ווי נאָענטע משפּחה־מיטגלידער, וואָס האָבן זיך אַ לאַנגע צײַט פֿאַרלוירן און פּלוצלינג זיך אָפּגעפֿונען, צוזאַמענגעטראָפֿן. אַלעמענס שׂימחה איז געווען גרויס. מ’האָט שטאַרק געלויבט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער סעסיע, וועלכע האָבן געפֿונען פֿאַר נייטיק זי צונויפֿרופֿן דווקא אין מאָסקווע; דאָרט, וווּ מען האָט דאָס ייִדיש־לשון און די ייִדישע קולטור געפּרוּווט אַרויסרײַסן מיטן וואָרצל, די גרעסטע שרײַבער, שוישפּילער און קולטור־טוער זענען אין דער סטאַלין־תּקופֿה פֿאַרטיליקט געוואָרן.

איז דעריבער געקומען צום אויסדרוק די גרויסע שׂימחה, וואָס ייִדן אין סאָוועט־רוסלאַנד קענען ווידער פֿרײַ זיך צוזאַמענקומען און באַהאַנדלען ייִדישע קולטור־פּראָבלעמען, אַזוי ווי אין יעדער אַנדער מדינה אין דער מערבֿ־וועלט. נאָך מער: די אָפֿיציעלע פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דער סעסיע איז פֿאָרגעקומען אין וויסנשאַפֿטס־פּאַלאַץ (Дом ученых) אין מאָסקווע און באַגריסט די דעלעגאַטן־געסט האָט דער רעקטאָר פֿון דער מאָסקווער וויסנשאַפֿטס־אַקאַדעמיע, פּראָפֿ׳ באָריס אַלעקסאַנדראָוויטש גאָנטשאַראָוו. אונטער זײַן פּראָטעקטאָראַט איז אויך פֿאָרגעקומען דער אינטערנאַציאָנאַלער סעמינאַר פֿאַר יודאַיִסטיק, וווּ מיט לעקציעס זענען אויפֿגעטראָטן פּראָפֿ’ יצחק וואַרשאַווסקי, פּראָפֿ’ גרשון ווײַנער, פּראָפֿ׳ דבֿ נוי, ד״ר שׂרה לאַפּיצקאַיאַ, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש א״אַנד.

די פֿײַערלעכע דערעפֿענונג איז, ווי געזאָגט, פֿאָרגעקומען אין וויסנשאַפֿטס־פּאַלאַץ. דאָרט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט הונדערטער דעלעגאַטן און געסט פֿון קרובֿ צו 15 לענדער. איידער דער פֿאָרזיצער פֿון וועלטראַט ה’ יצחק קאָרן האָט גענומען אַ וואָרט, איז אויפֿגעטראָטן אַ כאָר פֿון דער גרויסער שול אין מאָסקווע. ער האָט געזונגען 5 לידער אין ייִדיש און העברעיִש. די כאָר־זינגער זענען זייער וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן דורכן פֿאַרזאַמלטן עולם.

אין זײַן דערעפֿענונגס־רעדע האָט דער פֿאָרזיצער פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, ה׳ יצחק קאָרן צוו״אַנד געזאָגט, אַז "אַ טיפֿע עמאָציע" באַהערשט אים שטייענדיק אויף דער בינע אין פּרעכטיקן זאַל אין מאָסקווע און ער קען רעדן אין ייִדיש פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. "מיט אַן ערך 17 יאָר צוריק", האָט ער געזאָגט, "ווען מיר האָבן געשאַפֿן דעם וועלטראַט האָבן מיר אַפֿילו נישט געחלומט, אַז אַזאַ סעסיע וועט קענען פֿאָרקומען אין מאָסקווע. מיר הייבן אָן אַ נײַעם קאַמף פֿאַר ייִדיש־לשון און איצט — מיט דער הילף פֿון אונדזערע ברידער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. מיר דאַרפֿן האָבן אַ יונגע מחנה, אַ יונגן דור, וואָס זאָל טראָגן אויף זיך דעם דאָזיקן עול".

ה’ קאָרן האָט פֿאַרזיכערט, אַז עס וועלן געשאַפֿן ווערן נייטיקע געלט־מיטלען, כּדי אויסצוברייטערן די טעטיקייט פֿונעם וועלטראַט אויך אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. עס דאַרפֿן געגרינדעט ווערן נײַע קלובן אין די פֿאַרשיידענע ייִדישע ייִשובֿים אין יענעם לאַנד. עס געפֿינען זיך דאָרט די נייטיקע אַקטיוויסטן פֿאַרן דאָזיקן צוועק.

ער האָט אויסגעדריקט זײַן האָפֿענונג, אַז די אַרבעט פֿון איבערגעגעבענע ייִדישע ענטוזיאַסטן אויפֿן שטח פֿון גרויסן ראַטן־פֿאַרבאַנד וועט געקרוינט ווערן מיט אַ געהעריקן דערפֿאָלג.

ה׳ קאָרן האָט פֿאַרענדיקט זײַן רעדע מיטן רוף: "זאָל לעבן דאָס ייִדישע פֿאָלק!"

נאָך אים איז אויפֿגעטראָטן דער וויצע־פֿאָרזיצער פֿונעם וועלטראַט, פּראָפֿ׳ יצחק וואַרשאַווסקי. ער האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט, וואָס אַ דאַנק זײַן מי און איבערגעגעבענער אַרבעט פֿון אַנדערע מיטגלידער פֿונעם וועלטראַט האָט זיך אײַנגעגעבן צו אָרגאַניזירן און אָפּצוהאַלטן די דאָזיקע סעסיע אין דער הויפּטשטאָט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.

פּראָפֿ׳ וואַרשאַווסקי איז געווען דער, וואָס האָט אָנגעבונדן דעם געהעריקן קאָנטאַקט מיט די סאָוועטישע קולטור־קרײַזן, אַקאַדעמיקער און אַ ריי אינסטאַנצן, וואָס האָבן דערמעגלעכט, אַז די סעסיע און דער סעמינאַר זאָלן פֿאָרקומען אין מאָסקווע. ער האָט באַצייכנט די דאָזיקע סעסיע ווי אַ "היסטאָרישע".

דער הרבֿ הראָשי פֿון פֿראַנקרײַך, הרבֿ סירא, האָט אין זײַן באַגריסונגס־וואָרט אין עבֿרית, באַטאָנט, אַז ייִדיש איז איינע פֿון די שפּראַכן פֿון ייִדישן פֿאָלק, וועלכע מען דאַרף אויפֿהאַלטן און אַנטוויקלען. "דאָס איז איין ליכט פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער מנורה, וואָס לײַכט בײַ ייִדן זינט אַ סך דורות", האָט ער געזאָגט.

דער רעקטאָר פֿון דער אַקאַדעמיע פֿאַר וויסנשאַפֿט בײַ דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, ה׳ באָריס אַלעקסאַנדראָוויטש גאָנטשאַראָוו, האָט באַגריסט אין נאָמען פֿון דער סאָוועטישער וויסנשאַפֿטס־אַקאַדעמיע. "אַ דאַנק דער 'פּערעסטרויקאַ’ און 'גלאַסנאָסט’", האָט ער געזאָגט, "איז דערמעגלעכט געוואָרן, נאָך 70 יאָר, אויפֿצונעמען דאָ, אין דאָזיקן זאַל פֿון דער אַקאַדעמיע, אַזעלכע חשובֿה געסט. אַ סך ייִדישע שרײַבער", האָט ער צוגעגעבן, "האָבן בײַגעשטײַערט פֿאַר דער רוסישער ליטעראַטור און קולטור. איך אַליין בין דערצויגן געוואָרן צווישן ייִדן און אויך ייִדיש איז מיר נישט פֿרעמד. איך האָב געלערנט איסאַק באַבעלן אין איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. אַ סך פֿון דער רוסישער קולטור איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. איך בין שטאַרק צופֿרידן", האָט ער צוגעגעבן, "וואָס מיר האָבן דערלעבט אַזאַ מאָמענט, ווען מיר קענען זיך דאָ צוזאַמענטרעפֿן. נישטאָ קיין גוטע שפּראַך אָדער שלעכטע, פֿאַראַן בלויז אַ קולטור", האָט ער אויסגעפֿירט.

דערנאָך האָט באַגריסט דער מיטגליד פֿון דער סוכנות־לייטונג, ה׳ יחיאל לקט (לעקעט), אין נאָמען פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון דער ציוניסטישער וועלט־אָרגאַניזאַציע און פֿון דער סוכנות, ה’ שׂימחה דיניץ. ער האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישער קולטור. "אין משך פֿון יאָרן האָבן דאָ די ייִדן נישט געקאָנט אָנגיין מיט זייער קולטור", האָט ה׳ לקט אונטערגעשטראָכן, "איצט האָט דער ציוניזם געזיגט, אַפֿילו אין רוסלאַנד. עס שטראָמט אַן עליה קיין ישׂראל. די ייִדישע קולטור האָט אויסגעפֿורעמט דאָס ייִדישע לעבן".

ה׳ לקט האָט געוווּנטשן גרויס הצלחה "צו פֿלעגן די ייִדישע שפּראַך אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות".

ערבֿ דער דערעפֿענונג פֿון דער סעסיע, זענען זיך די דעלעגאַטן צונויפֿגעקומען אין זאַל פֿון טעאַטער "שלום" אין מאָסקווע, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען לכּבֿוד זיי אַ פֿײַערלעכער קבלת־פּנים. אַ גרופּע שוישפּילער פֿון דאָזיקן טעאַטער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ פּראָגראַם פֿון די שאַפֿונגען פֿון שלום־עליכם: "די בלאָנדזשענדע שטערן" און "דאָס פֿאַרכּישופֿטע שנײַדערל". נאָך דעם האָט אַ קינדער־כאָר פֿון קיִעוו, אונטער דער לייטונג פֿון מילאַ שפּיראָ, אויסגעפֿירט אַ פּראָגראַם פֿון געזאַנג און טאַנץ, וואָס האָט ממש באַגײַסטערט די צושויער אין זאַל. בײַ אַ סך פֿון זיי האָבן זיך געשטעלט, פֿון גרויס גערירטקייט, טרערן אין די אויגן. די קינדער האָבן געזונגען ייִדישע און העברעיִשע לידער. אַ סך פֿון די דעלעגאַטן האָבן זיך אויסגעדריקט, אַז דער דאָזיקער קינדער־כאָר וואָלט אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס באַגײַסטערונג אויך אין "היכל־התּרבות", אין תּל־אָבֿיבֿ.

ערבֿ דעם פֿײַערלעכן שליסן פֿון דער סעסיע איז אויפֿגעטראָטן אין טעאַטער "שלום" דער טעאַטער־אַנסאַמבל פֿון בעלאַ שאַפֿראַן. דאָס דאָזיקע טעאַטער האָט אויפֿגעפֿירט די פּיעסע "מירעלע אפֿרת" פֿון יעקבֿ גאָרדין. דאָס דאָזיקע טעאַטער עקזיסטירט שוין העכער 25 יאָר א"נ "ייִקולט" און פֿאַרבײַט מיט גרויס דערפֿאָלג אַ פּראָפֿעסיאָנעלע טרופּע. דאָס איז דער איינציקער ייִדישער טעאַטער אין מיזרח־אייראָפּע. פֿר’ בעלאַ שאַפֿראַן האָט אויסגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג די ראָלע פֿון מירעלע אפֿרת. אויך די אַנדערע אָנטיילנעמער אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן בײַגעשטײַערט צום גרויסן דערפֿאָלג פֿון דער פֿאָרשטעלונג. זיי זענען באַדאַנקט געוואָרן מיט וואַרעמע אַפּלאָדיסמענטן. די אָנוועזנדיקע האָבן שאַרף פּראָטעסטירט קעגן דעם, וואָס דער דאָזיקער טעאַטער איז נישט אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער פּראָגראַם פֿון דער דאָזיקער סעסיע.

דער אַנסאַמבל פֿון "מירעלע אפֿרת" איז אויך אויפֿגעטראָטן דעם 1טן און 2טן יוני דאָס יאָר אין ביראָבידזשאַן.

די דעלעגאַטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, צווישן זיי אָנגעזעענע שרײַבער, האָבן אין זייערע אויפֿטריטן אויף דער סעסיע גערופֿן צו פֿאַרשטאַרקן די צוזאַמענאַרבעט צווישן די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און די ייִדן אין די תּפֿוצות, העלפֿן די ייִדיש־אָפּטיילונגען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד צו דערלערנען די ייִדישע שפּראַך, אַרײַנשיקן די נייטיקע ביכער און לערן־מאַטעריאַלן אין וועלכע זיי נייטיקן זיך.

די 6טע סעסיע פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש איז פֿון יעטוועדן שטאַנדפּונקט געווען אַ זעלטענע איבערלעבונג פֿאַר די וואָס האָבן זיך אין איר באַטייליקט.

יצחק בראַט