שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך האָבן ליב אונדזער פּריוואַטקייט. מיר האָבן אַ נאָענטע משפּחה און עטלעכע גוטע־פֿרײַנד, און מער דאַרפֿן מיר נישט. לעצטנס, האָבן מיר זיך אַריבערגעצויגן אין אַ נײַער געגנט. די שכנים פֿון ביידע זײַטן זענען נאָענטע חבֿרטעס, און ווילן אונדז אויך אַרײַננעמען אין דער וואַרעמער קאַמפּאַניע. בײַם אָנהייב, האָבן מיר זיך געפֿרייט, וואָס מע נעמט אונדז אויף אַזוי וואַרעם, אָבער איצט איז די וואַרעמקייט שוין געוואָרן צו פֿיל.

די צוויי ווײַבער אַרבעטן נישט און מע זעט זיי תּמיד אין דרויסן. מיר קענען אין ערגעץ נישט גיין, זיי זאָלן אונדז נישט פֿרעגן וווּהין מיר גייען און וואָס מיר טוען. די אַנדערע נאַכט בין איך שפּעט אַהיימגעקומען און איינע פֿון די פֿרויען האָט עפּעס באַמערקט וועגן דעם צו מיר אין דער פֿרי. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז מע שפּיאָנירט נאָך אונדז. די ווײַבער זענען פֿײַנע מענטשן, אָבער ווי קען איך רעדן מיט זיי וועגן דעם ענין אָן זיי צו באַליידיקן?

אַ שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן


טײַערע "שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן",

צו ערשט, וואָלט איך אײַך געעצהט פּשוט נישט ענטפֿערן אויף זייערע פֿראַגעס, וואָס שייך וווּהין און פֿון וואַנען איר קומט און גייט. באַגריסט זיי און גייט ווײַטער. ווען זיי פֿאַרשטייען, אַז איר זענט נישט גענייגט צו פֿירן אַזוינע שמועסן, וועלן זיי אפֿשר אויפֿהערן צו פֿרעגן. אויב, נאָך אַ וואָך העלפֿט נישט די סטראַטעגיע, דאַרפֿט איר מיט זיי רעדן וועגן דעם. באַדאַנקט זיי פֿאַר זייער וואַרעמען אויפֿנעם, און זאָגט אויך, אַז איר און אײַער מאַן פֿילן זיך אומבאַקוועם, ווען מע פֿרעגט בײַ אײַך אַזוינע קשיות יעדעס מאָל, ווען מע גייט אַרײַן און אַרויס פֿון שטוב. אַרויסצוּווײַזן אײַער פֿרײַנדלעכקייט, קענט איר זיי פֿאַרבעטן אויף קאַווע איין מאָל אַ וואָך, איבערצורעדן די געשעענישן פֿון דער וואָך. זאָל זײַן מיט גליק.

פּערזענלעכקײטן
פֿון יהושע מאַרקאָוויץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָני (יונתן) ראָט

מיט אַ מאָל ווערט מען אַ העלד דורך די שווערסטע אומשטאַנדן און אין די אויסשטערלישע ערטער. בינט דזשבייל, לבֿנון, וואָס שטייט אַ קנאַפּע דרײַ קילאָמעטער פֿון דער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אָט אַזאַ מין אָרט. אַ מאָל איז די שטאָט געווען אונטער דער ישׂראלדיקער סוּווערעניטעט. אָבער נאָכן ישׂראלדיקן צוריקצי אין 2000, האָט די טעראָר־אָרגאַניזאַציע "כעזבאָלאַ" זי אײַנגענומען, און איצט איז זי געוואָרן די "הויפּטשטאָט פֿון 'כעזבאָלאַ'".

מיט פֿינף יאָר צוריק איז אין בינט דזשבייל פֿאָרגעקומען איינע פֿון די שווערסטע שלאַכטן בעת דער מלחמה צווישן ישׂראל און לבֿנון. דעמאָלט האָט מדינת־ישׂראל פֿאַרלוירן 14 זעלנער און 31 זעלנער זײַנען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

במשך פֿון דער שלאַכט איז "יאָני" (יונתן) ראָט, אַ פֿרומער בחור פֿונעם ייִשובֿ "בית־אל", פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן דרײַ מאָל אין רוקן. איין קויל האָט אויך דורכגעשאָסן אַ לונג. יאָני, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ סערזשאַנט, געדענקט ביז הײַנט דעם דאָזיקן מאָמענט.


איך געדענק, ווי דער טעראָריסט האָט געהאַט אויסגעשאָסן פֿון זײַן קוילן־וואַרפֿער; און פּלוצעם האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דווקא איך וועל דערשאָסן ווערן. כ׳האָב געפֿילט די קויל, בשעת זי האָט מיר דורכגעשאָסן דעם רוקן. כ׳בין געפֿאַלן און צו זיך געטראַכט, אַז די צווייטע קויל וועט מיר טרעפֿן אין קאָפּ.