- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע,
מײַן מאַן און איך האָבן ליב אונדזער פּריוואַטקייט. מיר האָבן אַ נאָענטע משפּחה און עטלעכע גוטע־פֿרײַנד, און מער דאַרפֿן מיר נישט. לעצטנס, האָבן מיר זיך אַריבערגעצויגן אין אַ נײַער געגנט. די שכנים פֿון ביידע זײַטן זענען נאָענטע חבֿרטעס, און ווילן אונדז אויך אַרײַננעמען אין דער וואַרעמער קאַמפּאַניע. בײַם אָנהייב, האָבן מיר זיך געפֿרייט, וואָס מע נעמט אונדז אויף אַזוי וואַרעם, אָבער איצט איז די וואַרעמקייט שוין געוואָרן צו פֿיל. די צוויי ווײַבער אַרבעטן נישט און מע זעט זיי תּמיד אין דרויסן. מיר קענען אין ערגעץ נישט גיין, זיי זאָלן אונדז נישט פֿרעגן וווּהין מיר גייען און וואָס מיר טוען. די אַנדערע נאַכט בין איך שפּעט אַהיימגעקומען און איינע פֿון די פֿרויען האָט עפּעס באַמערקט וועגן דעם צו מיר אין דער פֿרי. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז מע שפּיאָנירט נאָך אונדז. די ווײַבער זענען פֿײַנע מענטשן, אָבער ווי קען איך רעדן מיט זיי וועגן דעם ענין אָן זיי צו באַליידיקן? אַ שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן טײַערע "שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן", צו ערשט, וואָלט איך אײַך געעצהט פּשוט נישט ענטפֿערן אויף זייערע פֿראַגעס, וואָס שייך וווּהין און פֿון וואַנען איר קומט און גייט. באַגריסט זיי און גייט ווײַטער. ווען זיי פֿאַרשטייען, אַז איר זענט נישט גענייגט צו פֿירן אַזוינע שמועסן, וועלן זיי אפֿשר אויפֿהערן צו פֿרעגן. אויב, נאָך אַ וואָך העלפֿט נישט די סטראַטעגיע, דאַרפֿט איר מיט זיי רעדן וועגן דעם. באַדאַנקט זיי פֿאַר זייער וואַרעמען אויפֿנעם, און זאָגט אויך, אַז איר און אײַער מאַן פֿילן זיך אומבאַקוועם, ווען מע פֿרעגט בײַ אײַך אַזוינע קשיות יעדעס מאָל, ווען מע גייט אַרײַן און אַרויס פֿון שטוב. אַרויסצוּווײַזן אײַער פֿרײַנדלעכקייט, קענט איר זיי פֿאַרבעטן אויף קאַווע איין מאָל אַ וואָך, איבערצורעדן די געשעענישן פֿון דער וואָך. זאָל זײַן מיט גליק. טײַערע חזנטע, ווען איך האָב מיטגעמאַכט אַ שווערע צײַט, פֿלעג איך רעדן מיט מײַן מאַמען אויפֿן טעלעפֿאָן עטלעכע מאָל אין טאָג — אַ מאָל, אַפֿילו איין מאָל אַ שעה. זי האָט מיר זייער געהאָלפֿן און איז תּמיד געווען אַ שטיץ פֿאַר מיר, ווען איך האָב זי געדאַרפֿט. איצט האָב איך אַ חבֿר, און פֿאַרברענג מער צײַט מיט אים, און איך וויל נישט אַזוי פֿיל רעדן מיט איר יעדן טאָג. ווען איך האָב איר געזאָגט, אַז זי קלינגט צו מיר צו אָפֿט, האָט זי געפֿרעגט, "פֿאַר וואָס, ווען דו האָסט מיך געדאַרפֿט האָב איך געקענט קלינגען, און איצט, ווען דו האָסט עמעצן אַנדערש, בין איך אָפּגערוקט געוואָרן אויפֿן צווייטן אָרט." זי איז גערעכט. ווי זאָל איך איר ענטפֿערן, קלאָר צו מאַכן, אַז אַ 27־יאָריקע פֿרוי, דאַרף נישט זײַן אַזוי אָפּהענגיק פֿון איר מאַמען. דער מאַמעס אַ קינד טײַערע "דער מאַמעס אַ קינד", טאַטע־מאַמע דאַרפֿן פֿאַרשטיין ווען זיך צוריקצוהאַלטן. ווי אַ טייל פֿון ליב האָבן אַן אייגן קינד מוסר־נפֿשדיק, דאַרף מען קענען זיי שטיצן און זײַן נאָענט, ווען מע דאַרף, ווי אויך זיך צוריקציִען, ווען מע דאַרף נישט, כּדי דאָס קינד זאָל ווײַטער וואַקסן און בליִען. זיכער איז דער נײַער חבֿר וויכטיק פֿאַר אײַך. זאָגט דער מאַמען, אַז קיינער וועט נישט צעשטערן די פֿאַרבינדונג צווישן אײַך ביידע, ס'איז אָבער וויכטיק, אַז די פֿרײַנדשאַפֿט מיטן בחור זאָל זיך אַנטוויקלען, כּדי צו זען, וואָס וועט אַרויסקומען פֿון דעם; און דאָס הייסט, פֿאַרברענגען מער צײַט מיט אים, און ווייניקער צײַט אויפֿן טעלעפֿאָן מיט איר. אפֿשר קענט איר רעדן מיט איר צוויי מאָל אַ טאָג. פֿאַרזיכערט איר, אַז איר האָט זי ליב. אײַער מאַמע וועט זיך דאַרפֿן צוגעוווינען, אָבער איך בין זיכער, אַז, לסוף, וועט זיך עפּעס אויסאַרבעטן. טײַערע חזנטע, צי איז מעגלעך, אַז מע זאָל פֿאַרברענגען צו פֿיל צײַט אויף די וואַקאַציעס? אויף וואַקאַציע טײַערע "אויף וואַקאַציע", אויב מע דאַרף פֿרעגן אַזאַ קשיא, איז שוין צײַט זיך אומצוקערן צו דער אַרבעט.
* * *
|