פּערזענלעכקײטן
פֿון יהושע מאַרקאָוויץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָני (יונתן) ראָט
יאָני (יונתן) ראָט

מיט אַ מאָל ווערט מען אַ העלד דורך די שווערסטע אומשטאַנדן און אין די אויסשטערלישע ערטער. בינט דזשבייל, לבֿנון, וואָס שטייט אַ קנאַפּע דרײַ קילאָמעטער פֿון דער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אָט אַזאַ מין אָרט. אַ מאָל איז די שטאָט געווען אונטער דער ישׂראלדיקער סוּווערעניטעט. אָבער נאָכן ישׂראלדיקן צוריקצי אין 2000, האָט די טעראָר־אָרגאַניזאַציע "כעזבאָלאַ" זי אײַנגענומען, און איצט איז זי געוואָרן די "הויפּטשטאָט פֿון 'כעזבאָלאַ'".

מיט פֿינף יאָר צוריק איז אין בינט דזשבייל פֿאָרגעקומען איינע פֿון די שווערסטע שלאַכטן בעת דער מלחמה צווישן ישׂראל און לבֿנון. דעמאָלט האָט מדינת־ישׂראל פֿאַרלוירן 14 זעלנער און 31 זעלנער זײַנען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

במשך פֿון דער שלאַכט איז "יאָני" (יונתן) ראָט, אַ פֿרומער בחור פֿונעם ייִשובֿ "בית־אל", פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן דרײַ מאָל אין רוקן. איין קויל האָט אויך דורכגעשאָסן אַ לונג. יאָני, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ סערזשאַנט, געדענקט ביז הײַנט דעם דאָזיקן מאָמענט.


איך געדענק, ווי דער טעראָריסט האָט געהאַט אויסגעשאָסן פֿון זײַן קוילן־וואַרפֿער; און פּלוצעם האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דווקא איך וועל דערשאָסן ווערן. כ׳האָב געפֿילט די קויל, בשעת זי האָט מיר דורכגעשאָסן דעם רוקן. כ׳בין געפֿאַלן און צו זיך געטראַכט, אַז די צווייטע קויל וועט מיר טרעפֿן אין קאָפּ.


על־פּי־נס האָט יאָנין זיך אײַנגעגעבן אַוועקצוקריכן אונטער אַ שטיין. איז ער דאָרטן געליגן אויפֿן בויך און געוואַרט, אַז עמעצער פֿון זײַנע חבֿרים זאָל אים ראַטעווען. ער האָט געפֿילט, ווי ס׳ווערט אים שווער צו אָטעמען. אין דעם מאָמענט האָט ער זיך געפֿרעגט: "זאָל איך שרײַען, אָדער בלײַבן ליגן שטילערהייט? וועמען וועט מען קודם־קול ראַטעווען: דעם וואָס שרײַט, אָדער דעם וואָס ליגט שטיל, אַזוי ווי ער האַלט שוין נאָענט צום טויט?"

יאָני געדענקט שוין ניט, וואָס ער האָט באַשלאָסן צו טאָן, אָבער, סוף־כּל־סוף, האָט עמעצער אים געפֿונען און אים געראַטעוועט. ער באַשרײַבט זײַן "קאַמף" צו ווערן געזונט, אַזוי:


דער קאַמף זיך אומצוקערן צום נאָרמאַלן לעבן איז אַמאָל שווערער ווי דער קאַמף אויפֿן שלאַכטפֿעלד. ער דויערט אַ לענגערע צײַט און מע טרעפֿט זיך אָפֿטער אָן מיט מאָמענטן פֿון שוואַכקייט. נאָך בינט דזשבייל האָב איך ניט נאָר געאַרבעט אויף צו פֿאַרהיילן דאָס לײַב, נאָר אויך אָנצופֿילן די נשמה מיט מוט, כּדי בײַצוקומען דעם פּחד. דאָס בילד פֿון בינט דזשבייל שטייט קלאָר פֿאַר די אויגן ביז הײַנט.

פּערזענלעך, פֿיל איך הײַנט אַ מין טריומף. דער 'סיפּור-המעשׂה’ פֿונעם לעבן איז פּלוצעם אָפּגעשניטן געוואָרן אין מיטן קריג, אָבער איך בין (מיט גאָטס הילף!) צוריקגעקומען. בײַם אָנהייב האָב איך כּמעט זיך ניט געקאָנט רירן, און געדאַרפֿט זיצן אַ גאַנצן טאָג אינעם רעדערשטול. דעמאָלט האָב איך זיך אָנגעטאָן אַ כּוח, כּדי צו שטיין און מאַכן אַ פּאָר טריט. די ערשטע טריט האָבן זיך מיט דער צײַט אַנטוויקלט אין אַ גיכן גיין; און הײַנט, לויף איך שוין אַ האַלבן מאַראַטאָן־דיסטאַנץ.


נאָכן געזונט ווערן האָט יאָני זיך צוריק אומגעקערט אין דער אַרמיי און געדינט ווי אַן אָפֿיצער. אין 2007 האָט ער געקראָגן אַ מעדאַל פֿאַרן עוואַקויִרן פֿונעם שלאַכטפֿעלד די טויטע און פֿאַרוווּנדיקטע זעלנער במשך פֿון מער ווי צוויי שעה.

לעצטנס, איז יאָני ראָט געהעכערט געוואָרן צום ראַנג פֿון קאַפּיטאַן, און איצט שטודירט ער אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. קאַפּיטאַן ראָט איז אַ חתונה־געהאַטער און דערציט, אין איינעם מיט זײַן ווײַב, צוויי קינדער.